☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מפעל ברך בניך

מפעל ברך בניך

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2201

ידען » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:45 am

· #55377
מפעל ברך בניך
איך וואלט עס נישט באשריבען. יעדע צווייטע טאג איז דא נייע אסיפות און נייע פראטעסען.

וואס איז דא אנדערש?

אין די מעלדונג שטייט די ווערטער:

לך עמי בא בחדרי“ך

דאס האט געכאפט מיין אויג און מיך נייגעריג געמאכט.

עפעס מיט חינוך און עפעס מיט א צימער.

וואס קען מיינען די מעלדונג אין דער איד ביי זייער ביילאגע?

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:33 am

· #55383
זהר:

פתח ר' יוסי ואמר, אשתך כגפן פוריה בירכתי ביתך, אשתך כגפן פוריה, פירושו שכל זמן שהאשה היא בירכתי הבית ואינה יוצאת לחוץ היא צנועה, וראויה להוליד בנים כשרים, כגפן, מה גפן אינה נטעת רק במינה ולא במין אחר, כך אשה כשרה לא תעשה נטיעות, (דהיינו בנים) מאדם אחר

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:34 am

· #55385
עס קען פונקט אזוי מיינען חינוך אין חדר...

ווי צ. ב. ש. איינפירן פי טי עי רח"ל, אין מען רופט די עלטערן זאלן קומען אין חדר רעדן מיט די מלמדים.

אוי טאטי » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:52 pm

· #55491
מיר קוקט עס אויס די אנפאנג פארן כ׳א כסליו קאמפיין, עס וועט לכאורה לויפן אויף דעם.

ידען » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 10:09 am

· #55740
סע שטייט נישט פלצות אחזתנו

סע שטייט גארנישט.

שיינע גרעפיקס

מיאוסע גרעפיקס קעגען די גרעפיקס ווי זיי האבען געהאט ביי אנדערע מערכות ווי למשל ביי די שטערן

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 10:35 am

· #55750
אוי טאטי
מיר קוקט עס אויס די אנפאנג פארן כ׳א כסליו קאמפיין, עס וועט לכאורה לויפן אויף דעם.

ווילאנג מ'מיינט נאר געלט איז נישט געפערליך. נאר ווי קומט דער פסוק צו כ"א כסליו?

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 10:39 am

· #55751
ידען
סע שטייט נישט פלצות אחזתנו

סע שטייט גארנישט.

שיינע גרעפיקס

מיאוסע גרעפיקס קעגען די גרעפיקס ווי זיי האבען געהאט ביי אנדערע מערכות ווי למשל ביי די שטערן

דער שטערן און שפאקטיוו האבן דאך שיינע, אויג-צוציענדע גרעפיקס מוז דאך דער וואס קלאפט איהם אויך האבן שיינע גרעפיקס.