☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » נייע אנגלא-אידישע ביכער

נייע אנגלא-אידישע ביכער

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2192

הציץ ונפגע » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:21 pm

· #55150
נייע אנגלא-אידישע ביכער
ריבה פאמעראנץ איז באקאנט פאר אירע נאוועלען וועלכע זענען פארעפנטליכט געווארן צווישן די בלעטער פון די ענגלישע מאגאזאין "משפחה". מרת פאמעראנץ האט שוין מער ווי איינמאל אין די פארגאנגעהייט אויסגערופן קאנטראווערסיע ווען זי האט זיך ערלויבט צו שרייבן אפן איבער טאבו נושאים ווי דיווארס, עמאציאנאלע עביוז, ספיקות אין אמונה און ענליכס. פאר צוויי יאר צוריק האט זי געדארפט טוישן די געשיכטע-ליניע פון איר נאוועלע "צעבראכענע גלאז" ווען מענטשן האבן אריינגעשריבן צו משפחה מיט פראטעסטן. די נאוועלע האט זיך גערעדט איבער א מאן און ווייב וועלכע האבן געהאט שלום בית פראבלעמען ווייל דער מאן, א בן-תורה, האט אנגעהויבן זיך דרייען אויפן אינטערנעט און באקומען ערנסטע אמונה-ספיקות. (אגב, פאמעראנץ איז מגיב אינעם געלינקטען אמא-מוטער אשכול איבער איר בוך מיטן ניק "write on").
פאמעראנץ'ס עלטערן זענען גע'גט און אויך האט זי באקומען א אפענע אין "מאדערנע" חינוך, און איז געווארן צוגעצויגן צו די חרדי'שע וועלט נאכן לערנען אין א סעמינאר אין ירושלים פאר צוויי יאר. איר עבר האט איר ווארשיינליך געגעבן די כלים נישט מורא צו האבן צו בארירן האקעלע אין טאבו נושאים אין אירע געשיכטעס און עסייען.
פאמעראנץ האט לעצטנס ארויסגעגעבן א בוך פון קורצערע מעשיות (אנדערש ווי איר ביז איצטיגע ביכער וועלכע זענען אלע לאנגע נאוועלען) מיטן נאמען "פריזמען" (Prisms).

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 25, 2014 6:55 pm

· #192708
די בילדער אבער זענען געוואלדיג, ווי ער וואשט דישעס, דרייווט א ריידער טראק, זיצט אויף די סטעפס מיט א תלמיד.
עס האט מיר בארירט עד עומק נשמתי זיין מסירת נפש און אהבה לכל תלמיד ותלמיד.

קאוועניק » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:03 pm

· #192721
ביזט מכובד צו באשרייבען ר אליעזר

שטילע אינגערמאן » דינסטאג מערץ 25, 2014 8:11 pm

· #192724
שרייבט אונעם בוך אז ער האט אנגעזאגט א שנה ראשונה אינגערמאן אז ס'איז דא א פיינע רעסטאראנט אין א געוויסע פלאץ אין טאמער עס פעהלט אויס מעג ער גיין באזוכן דארט צוזאמען מיט די ווייב.
כ'מיין הרב זלמן לייב פיליפ האט אויך אזוי געזאגט פאר א אינגערמאן....... 😉 😉

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 1, 2014 2:10 am

· #203741
יש"כ, אנאנים.

איך זעה אז דער עולם האלט אז מיללער [וועלכער האט א סעקיולערע בעקראונד] האט געמאכט א פראפעשענאל און גרונטליכע ארבעט, דא קענט איהר ליינען 40 זייטן פונעם בוך.

דער בילד אויפן דעקל איז פון דעם רבי'נס חתונה טאג, י"ד כסלו תרפ"ט אין ווארשא, ארגינעל אין שווארץ און ווייס.
📎 ע.jpg

פישלע העררינג » מיטוואך יוני 11, 2014 6:56 pm

· #205604
ווייסט איינער אויב עס איז געשריבן געווארן איבער דעם ליובאוויטשער'ס סטיל פון מנהיגות? כ'דארף נישט קיין בוצין בוצין, און כ'דארף נישט קיין פרק האיש מקדש. ער איז געוועהן א קאלטע, קאלקיולירנדע מנהיג. יעדעס ריר פון זיינע רמ"ח אברים שפייעט אויס פירערשאפט. נישט מורא געהאט צו זאגן א מענטשן אין פנים פונקט איפכא ווי דאס וואס ער האט געמיינט אז ער וועט הערן, און נאך מיט א גראדע מינע. חבל על דאבדין.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:55 pm

· #234550
פישל'ע העררינג
ווייסט איינער אויב עס איז געשריבן געווארן איבער דעם ליובאוויטשער'ס סטיל פון מנהיגות? כ'דארף נישט קיין בוצין בוצין, און כ'דארף נישט קיין פרק האיש מקדש. ער איז געוועהן א קאלטע, קאלקיולירנדע מנהיג. יעדעס ריר פון זיינע רמ"ח אברים שפייעט אויס פירערשאפט. נישט מורא געהאט צו זאגן א מענטשן אין פנים פונקט איפכא ווי דאס וואס ער האט געמיינט אז ער וועט הערן, און נאך מיט א גראדע מינע. חבל על דאבדין.

ניין, פישל:דא בין איך מחולק מיט דיר. ער, האדמו"ר מליובאוויטש , נ"ע איז געווען א שטארקער מנהיג. מיט קוראזש. אן פחד און מורא בשר ודם. און ער האט נישט געוואלט געפעלן ביי קיין איינעם. אבער דער אויסדרוק "קאלטער" פאסט בכלל נישט אויף איהם. ווי איך האב אליין געזעהן. און אויף די קליפס קען מען אויך זעהן אז א יעדער תנועה זיינע איז גיווען מלא רגש של אהבת הבורא ואהבת ישראל. און זיין גאנצע מטרה איז גיווען לקדש שמו יתברך בעולמו...!