☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פיר אידן אומגעברענגט אין פראנקרייך טעראר אטאקע

פיר אידן אומגעברענגט אין פראנקרייך טעראר אטאקע

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #219

randy_couture » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:45 pm

· #2114
פיר אידן אומגעברענגט אין פראנקרייך טעראר אטאקע
מיט גרויס שאק און טרויער איז געקומען די ביטערע שוידערליכע בשורה אז פיר אידן זענען ל״ע געשאסן געווארן נעבן א שולע און פראנקרייך.

ר ' יונתן סאנדלער ע״ה הי״ד (30)
אין זיינע צוויי קינדער
אריה ע״ה הי״ד(3)
גבריאל יששכר ע״ה הי״ד (6)
און די טאכטער פון די מנהלת מרים מאנטענאגא ע״ה הי״ד (8)

על אלה אני בוכיה...

הייליגער באשעפער נעם אונז שוין ארויס פון די ביטערע גלות עד מתי?

צוויבל מיט איי » דינסטאג מערץ 20, 2012 11:49 am

· #2133
Re: פיר אידן געשאסן פאטאל ל״ע און א שולע און פראנקרייך.

קול גדול » דינסטאג מערץ 20, 2012 8:33 pm

· #2167
Re: פיר אידן געשאסן פאטאל ל״ע און א שולע און פראנקרייך.
[ציטאט אראפגענומען]

גוט ארויסגעברענגט, איך וויל נאר מתקן זיין אז ס'זענען יא געהרגעט געווארן ציווילע פאר די הקמת המדינה אינעם קינג דעיוועד האטעל, אבער בכלליות זענט איר גערעכט, ס'איז נישט געווען קיין קאמפיין צו צילן דירעקט אויף ציווילע.

קול גדול » מיטוואך מערץ 21, 2012 8:16 pm

· #2278
Re: ברעיקינג נוס: אל-קאידא מערדער פון פראנצויזישער אידן געכא
[ציטאט אראפגענומען]

לויט ווי ס'שטייט דא טענהט דער זיידע אז ס'איז נישט אמת:
http://rotter.net/cgi-bin/forum/dcboard.cgi?az=read_count&om=21721&forum=scoops1

אברעמעל » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 12:20 am

· #2287
Re: ברעיקינג נוס: אל-קאידא מערדער פון פראנצויזישער אידן געכא
יעצט?
4:40 pm

קרעקער » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 12:52 pm

· #2321
Re: ברעיקינג נוס: אל-קאידא מערדער פון פראנצויזישער אידן געכא
אויב זיי ווארטען ווען נאך אויס אביסעל שטילערהייט וואלט ער איינגעשלאפען און זיי וואלטען געקענט אריינגיין שטילערהייט עם ארעסטירען , ווי לאנג קען א מענטש בלייבען אויף אין א צו , סאיז שוין געווען כמעט 2 טעג
אנשטאטס דעם האבן זיי געמאכט די גאנצע צייט נויז מיט אויפרייסען
אזעלעכע חלמים

סוואלט געווען א גיטע עיצה אריינשפריצען א געז וואסס מאכט איינשלאפען עפעס אזוי ווי ביי אפערעשאנס
דאסוואלט געהאלפען אויך ביי בומביי און יעדע ענדליכע מעשה