☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » איז דא א וועג וויאזוי צו פיקסן טיפע קריצן אין א פארקעי פלאר

איז דא א וועג וויאזוי צו פיקסן טיפע קריצן אין א פארקעי פלאר

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2181

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 7:10 pm

· #54834
איז דא א וועג וויאזוי צו פיקסן טיפע קריצן אין א פארקעי פלאר
איך זיך אן עצה אן דעם וואס איז זאל דארפן איבער סקרעפן די גאנצע פלאר, אבער ס'זאל זיך נישט דערקענען אז מ'האט דא געפעטשט.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:06 pm

· #54867
האסט געשלעפט דיין פיאנאו הא?

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:24 pm

· #54894
ניין, מיין קאנטערבאס!...

דבילה » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:28 pm

· #54896
Putty and sandpaper
ארבעט. רוף דיין לאקאלע פארקעי לייגער, ס'דארף נישט זיין צו טייער.

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:34 pm

· #54901
די מומחים אין פארקעי זאגן אז טיפע קריצן קען מען נישט פיקסן אויף אן אופן אז ס'זאל זיך נישט אנזען אז ס'איז נישט געווען אמאל דארט קיין קריצן.

איך וויל וויסן צו איינער ווייסט דאס וואס געווענליכע פארקעי ווארנישערס ווייסן נישט.