☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פייער בחצרות אדמורי"ם

פייער בחצרות אדמורי"ם

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2178
בלאט: 1 2

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:02 pm

· #54724
פייער בחצרות אדמורי"ם
לאור צו דעם גרויסע פייער וואס האט אראפ געברענט דעם פאפא רבי'ס זוממער היים אין קרית פאפא, איז כדי זיך אויפצופרישען דעם זכרון וועלכע נאך חצרות אדמורי"ם זענען פארברענט אדער שטארק געשעדיקט געווארען דורך א פייער.

ובזה החלי:

א) סקווירא בית המדרש אין שיכון סקווירא תשכ"ד

ב) באבוב סוכה האט זיך גענומען ברענען אויף הושענא רבה אינמיטן טיש, אין מהר"ש השני האט געדארפט ארויס לויפן מיטן קיטל

ג) בית המדרש סיגוט ווילימסבורג צוויי וואכען צוריק

ד) פאפא (ווילימסבורג) בארא פארק בית המדרש 51 סט. שביעי של פסח

זייטס ממשיך

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:04 pm

· #54726
סאטמאר סאוט 8 א יאר צוריק, שטארק געשעדעגט דעם שיל און תפילינ'ס

היסטאריקער » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:08 pm

· #54730
אדמו״ר מהר״א׳ס שטוב אין די ישיבה בשנת תשמ״ג

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:12 pm

· #54733
קליימער שול, אין די סוף למד'ס (נישט זיכער)

קליגער איד » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:18 pm

· #54738
די גרויסע שול און מאנרא האט אויך געהאט א גערויסע פייער ביי די מקוה מיט בערך 2 יאהר צוריק

גדעון » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:25 pm

· #54742
בית המדרש החדש סאטמאר, פאר וועס ס'ווייסט נאכנישט

אוי טאטי » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:39 pm

· #54752
בהמ׳ד קלויזענבורג אין בארא פארק, פאר א צוויי דריי יאר צירוק.

sunbar » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:48 pm

· #54761
אין די אלטע באבובער ביהמ'ד איז געווען אגרויסע שריפה אלול תש'ן. אלע ספרי תורה זענען פארברענט אדער קאליע געווארן פון וואסער, חוץ איין וואס איז געבליבן.

אוי טאטי » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:28 pm

· #54767
אין די וויזניצע בהמ׳ד אין בני ברק, פאר צוויי יאר צירוק סיכות.

אויס מענטש » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:44 pm

· #54772
מיטן העכסטן קול מחאה
ווי אזוי קען מען אויס לאזן
דאס אלטע סאטמארע ביהמ"ד
(דארט ווי מען בויט יעצט די נייע שול )

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 3:59 pm

· #54776
אין טאהש שפרינגט א פראש

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:32 pm

· #54799
דולה ומשקה

ד) פאפא (ווילימסבורג) בארא פארק בית המדרש 51 סט. שביעי של פסח

בשעתו האט מען געזאגט אז פאפא האט אבגעברענט אין פסח ווייל פאפא איז ר"ת פ'אטעטאס א'ייער פ'אטעטאס א'ייער. (די נארישקייט פון עס ארויפשמירן אויף די הייפעלע פאפא ב"פ חסידים לוינט זיך אפילו נישט איבערצוזאגן).

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:57 pm

· #54808
איך אויך
דולה ומשקה

ד) פאפא (ווילימסבורג) בארא פארק בית המדרש 51 סט. שביעי של פסח

בשעתו האט מען געזאגט אז פאפא האט אבגעברענט אין פסח ווייל פאפא איז ר"ת פ'אטעטאס א'ייער פ'אטעטאס א'ייער. (די נארישקייט פון עס ארויפשמירן אויף די הייפעלע פאפא ב"פ חסידים לוינט זיך אפילו נישט איבערצוזאגן).

מיינסט צו זאגן געברענט די מאגן?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:59 pm

· #54809
מענין לענין,
איך האב געהערט פאפא איז ר"ת א פאטש אין פנים (אדער, א פראסק אין פרצוף).

zurich » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:06 pm

· #54815
וואס נאך איז פאפא ראשי תיבות? געטס ארויס!!

לעמיל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:08 pm

· #54816
zurich
וואס נאך איז פאפא ראשי תיבות? געטס ארויס!!

ווילסט שטארק וויסען???

היסטאריקער » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:10 pm

· #54817
פה אל פה אדבר

אויס מענטש » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:57 am

· #55013
פלי ארויס פלי אריין
פיצא און פרענטשפרייס אויך
ווילסט וויסן נאך
פון אויבן פון אונטן

מורינו הרב » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:02 pm

· #55016
פ'ייער א'הער פ'ייער א'הין

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:04 pm

· #55019
צוריק צום ענין
אלע בויך שמערצן בנוגע פאפא גיי צו דער פארשאלטענע שמוציגע לשון הרע רכילות צימעס אפטיילונג

לעמיל » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:16 pm

· #55030
דולה ומשקה
צוריק צום ענין
אלע בויך שמערצן בנוגע פאפא גיי צו דער פארשאלטענע שמוציגע לשון הרע רכילות צימעס אפטיילונג

דולה נעם עס נישט אזוי פערסנאל...

טעפל » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:28 pm

· #55045
zurich
וואס נאך איז פאפא ראשי תיבות? געטס ארויס!!

פ'אפא פ'ארברענט א'ין פ'סח

טעפל » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:29 pm

· #55047
[ציטאט אראפגענומען]

אין ספינקא ברענט א פינק קיינער קען עס נישט אנצינדען...

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:39 pm

· #55061
שמעקעדיג
איך אויך
דולה ומשקה

ד) פאפא (ווילימסבורג) בארא פארק בית המדרש 51 סט. שביעי של פסח

בשעתו האט מען געזאגט אז פאפא האט אבגעברענט אין פסח ווייל פאפא איז ר"ת פ'אטעטאס א'ייער פ'אטעטאס א'ייער. (די נארישקייט פון עס ארויפשמירן אויף די הייפעלע פאפא ב"פ חסידים לוינט זיך אפילו נישט איבערצוזאגן).

מיינסט צו זאגן געברענט די מאגן?

ניין . דער בילדינג האט געפלאקערט.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 12:43 pm

· #55065
טעפל
zurich
וואס נאך איז פאפא ראשי תיבות? געטס ארויס!!

פ'אפא פ'ארברענט א'ין פ'סח

שטימט נישט, 3 פ'ס און איין א'.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:06 pm

· #55093
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

אין ספינקא ברענט א פינק קיינער קען עס נישט אנצינדען...

ביסט אפשר א (געוועזענער) מעמבער אין ספינקא כולל?

גוטזאגער » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 10:02 am

· #57934
zurich
וואס נאך איז פאפא ראשי תיבות? געטס ארויס!!

ביי א שמחה לבית פאפא האט די קהילה ארויספגעהאנגען אויפען בנין הביהמ"ד ווי א פידעל שפילט האבען די גוטזאגערס געזאגט אז פאפא איז ר"ת פ'ידעל א'רויף פ'ידעל א'ראפ

איחוד פעלד » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 10:46 am

· #57942
אין פאפא זאגט מען דעס אסאך פ'ה א'לך פ'ה א'מות

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 10:58 am

· #57947
דולה ומשקה
לאור צו דעם גרויסע פייער וואס האט אראפ געברענט דעם פאפא רבי'ס זוממער היים אין קרית פאפא, איז כדי זיך אויפצופרישען דעם זכרון וועלכע נאך חצרות אדמורי"ם זענען פארברענט אדער שטארק געשעדיקט געווארען דורך א פייער.

ובזה החלי:

א) סקווירא בית המדרש אין שיכון סקווירא תשכ"ד

ב) באבוב סוכה האט זיך גענומען ברענען אויף הושענא רבה אינמיטן טיש, אין מהר"ש השני האט געדארפט ארויס לויפן מיטן קיטל

ג) בית המדרש סיגוט ווילימסבורג צוויי וואכען צוריק

ד) פאפא (ווילימסבורג) בארא פארק בית המדרש 51 סט. שביעי של פסח

זייטס ממשיך

די נאטורליכע אדער די אונטערגעשטעלטע?

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 11:06 am

· #57952
[ציטאט אראפגענומען]

מ''קען אפשר זאגן קיינער וויל עס נישט אויסלעשן

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 11:12 am

· #57953
זר זהב
אין טאהש שפרינגט א פראש

יעצט גיי מיר אריין אין אן אנדערן סאבזשעקט (גראמען אויף חצרות הקודש) אויף וואס מ'קען אויפמאכן אן באזונדער'ן אשכול.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 11:14 am

· #57955
שמעקעדיג
איך אויך
דולה ומשקה

ד) פאפא (ווילימסבורג) בארא פארק בית המדרש 51 סט. שביעי של פסח

בשעתו האט מען געזאגט אז פאפא האט אבגעברענט אין פסח ווייל פאפא איז ר"ת פ'אטעטאס א'ייער פ'אטעטאס א'ייער. (די נארישקייט פון עס ארויפשמירן אויף די הייפעלע פאפא ב"פ חסידים לוינט זיך אפילו נישט איבערצוזאגן).

מיינסט צו זאגן געברענט די מאגן?

ס'איז אבער א גוט ווערטל.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 11:16 am

· #57956
שמעקעדיג
מענין לענין,
איך האב געהערט פאפא איז ר"ת א פאטש אין פנים (אדער, א פראסק אין פרצוף).

וואס איז מיט די לעצטע אלף?

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 2, 2012 11:19 am

· #57959
דולה ומשקה
צוריק צום ענין
אלע בויך שמערצן בנוגע פאפא גיי צו דער פארשאלטענע שמוציגע לשון הרע רכילות צימעס אפטיילונג

אבי דו שיקסט נישט צו אן אנדער'ן בלאג ווי למשל... דאס אליין איז לשון הרע און רכילות.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:22 am

· #58208
berlbalaguleh
שמעקעדיג
מענין לענין,
איך האב געהערט פאפא איז ר"ת א פאטש אין פנים (אדער, א פראסק אין פרצוף).

וואס איז מיט די לעצטע אלף?

עס ליינט זיך אויף צוריקצו-וועגס, למפרע. שטייסטע?

איך זאג דיר » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:39 am

· #58242
זר זהב
אין טאהש שפרינגט א פראש

זהב'ל, "יו מעיד מיי דעי", כ'האב אזאנס געלאכט, ישר כח, קיפ אפ דע גוד ווארק, כה לחי.

איך זאג דיר » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 2:47 am

· #58246
דולה ומשקה
לאור צו דעם גרויסע פייער וואס האט אראפ געברענט דעם פאפא רבי'ס זוממער היים אין קרית פאפא, איז כדי זיך אויפצופרישען דעם זכרון וועלכע נאך חצרות אדמורי"ם זענען פארברענט אדער שטארק געשעדיקט געווארען דורך א פייער.

ובזה החלי:

א) סקווירא בית המדרש אין שיכון סקווירא תשכ"ד

ב) באבוב סוכה האט זיך גענומען ברענען אויף הושענא רבה אינמיטן טיש, אין מהר"ש השני האט געדארפט ארויס לויפן מיטן קיטל

ג) בית המדרש סיגוט ווילימסבורג צוויי וואכען צוריק

ד) פאפא (ווילימסבורג) בארא פארק בית המדרש 51 סט. שביעי של פסח

זייטס ממשיך
און וואס איז מיט די גרויסע פייער וואס ברענט שוין מער ווי 10(און ס'קען נאך געדויערן הונדערט יאר אז מ'זאל עס קענען אויסלעשן, כלשונו של ר' ח.א.ג.) יאר אין סאטמאר ווי מ'שלאגט מ'הארג'ט זיך איינער דעם אנדערן מ'רייסט ביי די קעפ, דעם פייער קען מען אויך אויסרעכענען

איך זאג דיר » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 3:04 am

· #58250
[ציטאט אראפגענומען]

דא האט איר צוויי נוסחאות וואס יאך האב געהערט, אין זידיטשוב ברענט א פייער וואס קיינער קען דאס נישט פארלעשן, זאל קומען א ווינטל און מיך פירן קיין זידיטשוב ווייל אין זידיטשוב ברענט א פייער וואס קיינער קען דאס נישט פארלעשן. נוסח אחר יש, קומט'ס לאמיר גיין קיין זידטשוב ווייל אין זידיטשוב ברענט א פייער וואס קיינער קען דאס נישט פארלעשן, זאל קומען א ווינטעל און מיך פירן קיין זידיטשוב ווייל אין זידיטשוב ברענט א פייער וואס קיינער קען דאס נישט פארלעשן. אויב ווייסט איינער נאך א נוסח ביטע דאס לאזן וויסן, און אויב קען מען לאזן הערן א audio דא אין קאווע שטיבל פון די הייליגע ווערטער איז אוודאי א געוואלדיגע זאך, ולמצוה גדולה יחשב

טעפל » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 11:16 am

· #58289
berlbalaguleh
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

אין ספינקא ברענט א פינק קיינער קען עס נישט אנצינדען...

ביסט אפשר א (געוועזענער) מעמבער אין ספינקא כולל?

כ'מיין איך בין קיינמאל נאכנישט געווען אין יענע בנין.....

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 1:57 pm

· #58353
טעפל
berlbalaguleh
טעפל
[ציטאט אראפגענומען]

אין ספינקא ברענט א פינק קיינער קען עס נישט אנצינדען...

ביסט אפשר א (געוועזענער) מעמבער אין ספינקא כולל?

כ'מיין איך בין קיינמאל נאכנישט געווען אין יענע בנין.....

כ'ווייס נישט. איינער האט מיר געטרעיטן אויף די הינער אויגן.

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:08 pm

· #96039
געוועהן א שריפה אין דער סאמבור בעיסמענט, ב"ה בלויז קליינע שאדען

גנדי » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:22 pm

· #96048
איחוד פעלד
אין פאפא זאגט מען דעס אסאך פ'ה א'לך פ'ה א'מות


פ'ה א'חיה פ'ה א'מות = סאונד בעסער...

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 12, 2013 12:40 pm

· #96065
גנדי
איחוד פעלד
אין פאפא זאגט מען דעס אסאך פ'ה א'לך פ'ה א'מות


פ'ה א'חיה פ'ה א'מות = סאונד בעסער...


גנדי ביסט נאך אין דער שלושים, לייג צוריק דיין צומי אין דיין פיסק!
הער שוין אויף צו פארדרייען אשכולות! שעם דיך!

ענדע צדיק » דינסטאג מערץ 12, 2013 3:27 pm

· #96153
פ'אר-פ'אלן, א'זוי א'יז-עס.

הדד בן בדד » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:28 am

· #96373
sunbar
אין די אלטע באבובער ביהמ'ד איז געווען אגרויסע שריפה אלול תש'ן. אלע ספרי תורה זענען פארברענט אדער קאליע געווארן פון וואסער, חוץ איין וואס איז געבליבן.


יא, איך געדענק נאך גוט יענעם פייער, איך בין דארט געווען, און איך געדענק נאך וויאזוי דאס בית מדרש האט אויסגעזעהן דערנאך, ממש א ווייטאג געווען.

הדד בן בדד » מיטוואך מערץ 13, 2013 1:29 am

· #96374
זלאטשוב'ער בית המדרש אין וויליאמסבורג האט אפגעברענט אפאר יאר צוריק.

דער אלטער דינוב'ער בית מדרש אין וויליאמסבורג, אויף העריסאן עוועניו האט אפגעברענט אסאך יארן צוריק.

גנדי » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:01 am

· #96381
דולה ומשקה
גנדי
איחוד פעלד
אין פאפא זאגט מען דעס אסאך פ'ה א'לך פ'ה א'מות


פ'ה א'חיה פ'ה א'מות = סאונד בעסער...


גנדי ביסט נאך אין דער שלושים, לייג צוריק דיין צומי אין דיין פיסק!
הער שוין אויף צו פארדרייען אשכולות! שעם דיך!


WOW

אזוי שרייעט מען?

האסט פרובירט מיט שיינעם קודם?


בד"וו, איך זעה נישט וואס איך האב פארדרייט דא, איך האב מצטט געווען איחוד, פארוואס באזידעלסטו נישט איחוד? האסט מורא פון איחוד? ווייל איך בין ניי דא מעגסטו מיך באוואשען?

איך בין דא קוים זיבן טעג, און איך האב שוין געכאפט פון עט-ליעסט 3 מענטשטן וואס איך געדענק, איך טראכט פון אויפהערן שרייבען דא...

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:31 am

· #96398
גנדי. טעיק איט איזי. בלייב דא, דו שרייבסט פיין.

זר זהב » מיטוואך מערץ 13, 2013 2:33 am

· #96400
גנדי, דולה משקה'ט נאך פון פורים (ס'דא אזאנע שיטות) ס'גארנישט.

ר' שמחה » מיטוואך מערץ 13, 2013 9:57 am

· #96431
אין דעם בערגסאז-זידיטשויב בימ"ד אויף ראס, (געוועזענע וויזניץ-בעלזא ועוד מקודם) איז טאקע געווען א שריפה.
בלאט: 1 2