☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » זמני שבת וראש השנה על ה'מארס'.

זמני שבת וראש השנה על ה'מארס'.

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2171

מורינו הרב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:20 pm

· #54480
זמני שבת וראש השנה על ה'מארס'.
איך וויל דא דורכטון צוזאמען מיט דעם ציבור דא א וויכטיגע נושא:

ווי פיל מענטשן שפעקולירן, וועט נאך קומען א צייט וואס בני אדם וועלן האבן די זכיה צו באטרעטן דעם מארס פלאנעט און זיך דארט באזעצן, פירנדיג א געהעריגע לעבן. מיר אלס אידן דארפן אין באטראכט נעמען דאס אידישע לעבן וואס וועט געגרינדעט ווערן אויפן מארס, און זען וואס עס מיינט פאר אונז אידישע קינדער.

אלזא לאמיר זיך נעמען צו די ארבעט:
ווען איז דער זמן רבינו תם אויפן מארס? ווי אזוי מעסט מען עס?
וואס טוט זיך מיט ראשי חדשים, וויבאלד דארט גייען די גלגלות אויף אן אנדערן סיסטעם ווי אויף אונזער וועלט. צו וועט מען זאגן אז מיר וועלן האלטן א באזונדערע חשבון, ווען ביי אונז וועט מען זאגן הלל און זינגען בצאת ישראל, וועט מען דארט גאר פאסטן תשעה באב? אדער וועט מען האלטן לויט די זמנים פון עלמא הדין?
דאס זעלבע מיט ראש-השנה: ווי אזוי מעסט מען דעם ראש השנה? - דאס יאר אויף די מארס לויפט אנדערש ווי אויף אונזער פלאנעטל. וועט מען דארט פראווען אן אנדערן טאג ראש-השנה? איז אפשר מעגליך אז אויף איין ראש השנה וועט מען זיך געפינען ביים אדמו"ר פון מארס, און אויף דעם אנדערן ראש-השנה וועט מען פארן קיין אומאן, וירא שמים יוצא את שניהם?
וואס טוט זיך מיט ווסתות, לילי טבילה וכדומה... ווי אזוי גיבט מען זיך אן עצה דערמיט?

ענטפערס ביטע...

מורינו הרב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:48 pm

· #54488
מיר גייען לויט ארץ ישראל בענין שקיעה וזריחה?

נייע מעשה.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:12 am

· #54496
איידער דו פליעסט אפ צו מארס, זיי קודם מברר וואס די דין איז אויף פלעצער ווי מענטשען זענען שוין געווען, למשל די לבנה, די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, אויפן איי עס עס קומט פאר א שקיעה און זריחה דוכט זיך יעדע ניינציג מינוט, איבער 15 אורביטס (טעג) אין 24 שעה. דארף מען דאווענען דארט דריי תפילות דורכאויס 90 מינוט?

חאצקל » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 1:08 am

· #54531
איך ציטיר דא וואס איך האב געשריבן אינעם אשכול "אסטראנאמיע", ווי פאלגענד:

עס זענען פאראן גאנצעטע פלענער פון אן אזויגעריפענער "מארס פארבאנד" צו קאלאניזירן דעם מארס (מאדים) מיט מענטשן. איי וויאזוי וועט מען דארט לעבן אז ס'איז נישטא דארט קיין לעבנס מיטלען ? אויף דעם איז שוין דא גאנצע פלענער, וויאזוי אריבערצוברענגען אקסידזשן און וואסער א.א.וו.

אויב געלונגט עס, גייט דער מאדים זיין דאס וואס אמעריקע איז געווען פאר די אייראפייער מיט איבער הונדערט יאר צוריק.

מ'וועט דארט לויפן זיכן דאס גליק. א היימישער איד וועט נישט טארן פארן צו דעם הפקר'דיגן לאנד דער נייער וועלט, ווי ס'איז נישטא קיין דעת תורה און איש כל הישר בעיניו יעשה. א טאטע וועט קלאגן אויף זיין זין וואס געפארן צום טריפנה'נעם מאדים...

ערגעץ ווען נאך א מהומה ביי אונז אין דער אלטער וועלט, וועלן רבנים אנקומען אהין. עפעס א סאטמארער רבי וועט דארט אנקומען און איינפלאנצן די אידישקייט פון דער אלטער היים דער ערד לויט דעם פשרה'לאזן וועג פון אמאל.

פעק מיט שו"ת ספרים וועלן ארויס קומען צו דן זיין וויאזוי מ'איז זיך נוהג מיט די מצות שהזמן גרמה (אזוי ווי אויף קו התאריך). די ימים טובים, תפילין און תפילות וועט מען לכאורה טון אזוי ווי זכר למקדש כהלל. דער "כדור הארץ" וועט האבן עפעס א העכערע משמעות (ווי אמאל ארץ ישראל פאר די חוץ לארץ'דיגער ), דער פלאץ וואו אונזערע עלטערן האבן געוואוינט, תלמידי בעל שם, ראשונים, תנאים, דער מעמד הר סיני איז דארט פארגעקומען, און נאר דארט קען מען מקיים זיין מצוות זמניות כתקינם,

עפעס א סקווערער רבי -אדער אנדערע וואס טרעפן א באדייט אין מקומות הקדושים- פון יענע צייטן, וועלן כסדר מאכן נסיעות צום ארץ האבות דער כדור הארץ , און ארומפארן צו קברי אבותינו ורבותנו, א ר' חיים קאניעבסקי וכדו' וועט אויך האבן דארט וואס צו זיכן...

ווער קען זיך פארשטעלן די געוואלדיגע געפילן, דאס הייליגקייט און לויטערקייט וואס מ'שפירט אויפן כדור הארץ,דאס פלאץ וואו דער אויבישטער האט אויסגעוועלט צו געבן דארט אירע מצוות, ווייל נאר די קדישת כדור הארץ איז מסוגל פאר די מצוות ...

איר קענט מיר העלפן ווייטער פאנטאזירן???