☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס דארפן מיר גיין צו די וואלן?

פארוואס דארפן מיר גיין צו די וואלן?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2170

יאיר » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 7:40 pm

· #54412
פארוואס דארפן מיר גיין צו די וואלן?
צו חנפ'ענען א קאנדידאט וואס וועט אונז העלפן לעבן אויף פוד סטעמפס און מעדיקעיד?
צו ווייזן אז דער היימישער ציבור איז א מעכטיגע בלאק וואוט?
כדי צו קענען זאגן "אונזער קאנדידאט האט געווינען"?
כדי מען זאל נישט פארשפארן די קעמפס און צומאכן די מצה בעקעריי?

נישט אזוי זאגט ר' משה פיינשטיין. לויט אים דארף מען גיין וועלן כדי צו ארויסווייזן הכרת הטוב פאר די דעמאקראטישע רעגירונג וואס האט אונז צוגעשטעלט דער וויכסטיגסטער באשטאנדטייל פון לעבן: פרייהייט. דערפאר דארפן מיר גיין וועלן.
ווען א היינטיגער רב וואלט דאס געזאגט וואלט מען אים אראפגענומען דעם קאפ.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 7:41 pm

· #54413
איך וואוט קיינמאל נישט! פרייהייט אין קאפ אריין.

פיקציע » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 8:11 pm

· #54421
יאיר

ווען א היינטיגער רב וואלט דאס געזאגט וואלט מען אים אראפגענומען דעם קאפ.

אויף זייער פיל זאכן וואס ר' משה האט געזאגט וואלט מען ווען א היינטיגן פארשריגן.

משה געציל » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 8:20 pm

· #54425
מען דארף טאקע נישט. ווי לאנג מען האט אינזין ביי פרשת המן אז אנקעל סעם זאל אריינגיסען פוד סטעמפס מיט ביידע הענט, סעקשאן אכט זאל עפראווען א פיר בעדרום, די סעקראטער ביי וויק׳ס אפיס זאל נישט צודרייט מאכן מיט פארדרייטע שאלות, איז מען פטור לכו״ע.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 8:35 pm

· #54428
אה משה געציל איז צוריק! בארעכאבע!