דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #2167
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2167
[ציטאט אראפגענומען]
שקויעך , ליינענדיג דעם ''שילד נוסח'' אין קופערניקעס'ס תגובה האט מיר אויפגעבליצט אז ערגעץ האב איך דאס נישט לאנג צוריק געזעהן, כאמיר נישט געקענט דערמאנען וואו.
זר זהב[ציטאט אראפגענומען]
שקויעך, ליינענדיג דעם ''שילד נוסח'' אין קופערניקעס'ס תגובה האט מיר אויפגעבליצט אז ערגעץ האב איך דאס נישט לאנג צוריק געזעהן, כאמיר נישט געקענט דערמאנען וואו.
סעים היער.
אויך מיר א ראיה און אויך מיר א דרינגעריי
איך לייען דעם ארטיקל און איך גלייב נישט וואס איך לייען! לויט די לאגישקייט וועלעכע געוועלטיקט דא דרינג איך ארויס אז און וויליאמסבורג איז לשון קודש די שפראך וואס יידן רעדן טאג טעגליך.
אט דא האט איר א טייל פון די לשון קודש ווערטער וולעכע דער שרייבער אליין בכבודו ובעצמו נוצט זיך מיט זיי:
לשון קודש
תורה ותפלה
חולין
בית כסא
חיי יום יום
בית מדרש
מקיים זיין
גע'סרח'ט
ווען אן גראבער ערל ערט אייך רעדן ענגליש אדער יידיש אריינגעשמיט מיט אט די ווערטער ווייסט ער באלד אז איר זיינט יידן. קען מען פון דאנען באדרינגען אז און וויליאמסבורג רעד מען לשון קודש?

הרב שלזינגרוביץ, אודאי האט מען איבעראל אריינגעמישט לשון הקודש ווערטער, ווען נישט וואלט דאך דער היינטיגער אידיש נישט צושטאנד געקומען. דער חידוש איז אז א פשוט'ער שילד אין א פריוואטע הויז איז געווען ריין לשון הקודש, וואס מיינט אז די בני בית האבן גערעדט א פליסיגע לשון קודש.
בנוגע צו דעם שילד קען מען זיך נאך דינגן. ווייל אויב ס'רעדט זיך פון א שול, אדער פון די חצר, איז גאנץ מעגליך אז און אט די ערטער פלעגט מען זיך נוצן נאר מיט לשון קודש. אבער מ'קען זאגן אז ס'איז נאך עדיין צריך עיון.
וואס כ'האב געמיינט בעיקר צו טענה'ן איז בנוגע צו די מעשה פון דעם געפאנגענר. קעגן דעם טענה איך אז דאס איז בכלל בכלל נישט קיין ראיה. ווייל יידן און אמאליקע צייטן (ווען רוב מנין ובנין האבן געדאוונט דריי מאל אין טאג און אפגעהיטן די מצוות) האבן שטענדיג אריין געמישט לשון קודש, און יעדער פויער האט געוויסט אז ווער ס'דערמאנט די און די ווערטער, סיי וועלעכער זיין עיקר שפראך זאל נישט זיין, איז אוודאי געוויס א ייד.

א שטייגער ווי היינט אלע מודעות אויפן וואנט אין ביהמ"ד איז לשה"ק.
רופסט דיינע חברים צו א שמחה? וואס שרייבסטו לשה"ק? ענק רעדן דאך אלע אידיש, נישט אזוי?

פין די לשון פון ספר חסידים אז זיי האבין געשמיסט אין לשון קודיש איז יא אביסל געדרינגען אזוי ויש מקום לחלוק
די מעשה איז דאך פארגעקומען אינטערוועגנס, למשל א איד פון דייטשלאנד האט זיך געטראפן מיט א איד פון שפאניע, האבן זיי זיך פארשטענדיגט אין לשון הקודש.
אבער צוויי אידן אין דייטשלאנד האבן ווארשיינליך יא גערעדט דייטש אבער איינגעבראקט מיט א סך לשון הקודש ווערטער, ווייל די אמאליגע אידיש האט פארמאגט א סך מער לשון הקודש ווערטער ווי היינט (מ'פלעגט אמאל שרייבן אידיש מיט די לשון הקודש וואקאלן) ספעציעל דער אידיש פון די מענער, און דער אידיש איז מיט די יארן געווארן מער און מער פארדייטשט, אזוי ווי היינט ווערט אונזער אידיש וואס מער פארענגלישט.
דער הארץ האט מעגליך אן אגענדע אז עברית איז פון שטענדיג אן געווען דער מאמע שפראך ביי אידן אפילו אין גלות, און זיי זיכן מיעגליך נישט דעם אמת.