אידישע דעיט רעסטעראנט ביי ברוקלין בריק אין די נייעס
דע פאוסט באריכט אז די רעסטעראנט וואו בחורים און מיידלעך קימען דעיטען און קויפען גארנישט ווייל סאיז נישט כשר
וועט אנהייבען בעטען געלט נאר פין די יודען פלעין פארען אריינקימען
<a class="postlink" href="http://www.nypost.com/p/news/local/brooklyn/pay_per_view_jews_cETUcmBGFROVXDBDtxwzeI">http://www.nypost.com/p/news/local/broo ... XDBDtxwzeI</a>
פארוואס טרעפן אזעלכע נייעס אייביג זייער פלאץ אין די פאוסט
אידישע דעיט רעסטעראנט ביי ברוקלין בריק אין די נייעס
היימישע חסידישע אידן טרעפן זיך אויך דארט אדער נאר ליטווישע??
איך אויךזיכסט א כלה?
און אז יא קענסטו מיר העלפן ?
[ציטאט אראפגענומען]
טעקניקלי איז די רעסטוראנט גערעכט, שטעל דיך פאר אז דו האסט א שיינע אפסקעיל רעסטוראנס, אויפן וואסער פראנט, צאלסט טייער געלט אויפצוהאלטן דעם פלאץ אויפן שענסטן פארנעם, און ס'הייבן זיך אן אריינצוריקן ספאנישע יוגענטליכע וואס קומען וואטשען די שיפן וואס פארן אריבער, פולן אן אלע טישן, און ארדערען נאר וואסער צו טרינקען. דו פראבירסט צו העכערן די פרייז פון וואסער צו דריי דאלער, פיר, פינעף, ס'ארבער אבער נישט, זיי קומען ווייטער. דו דערלייגסט געלט ווייל זיי פולן אן די פלאץ, און דו קענסט זיך נישט געבן קיין עצה. דיינע וועיטערס רעגן זיך אויך ווייל זיי לעבן אויף טיפ'ס און 10 פראצענט טיפ אויף א באטל וואסער איז א נישטיגע דרייסיג צענט, באין ברירה האט ער געמאכט א פאליסי אז איינער וואס זעט אויס אז ער\זי גייט נאר ארדערן וואסער קאסט עס $25 צו זיצן אויפן טערראסע.
די פראבלעם איז נאר אז לעגאל קען ער יא האבן פראבלעמען, ער וואלט געדארפט ארויסלייגן א סיין, אז אויף ארדערט מען נאר וואסער קאסט די וואסער $25 טאלער, אבער יעצט אז ס'דא פיקטשערס פון די אינסייד ביכער אז פאר איינער וואס גייט מיט א קאפעל זאל מען טשארדזשען $25 נאר פארן זיצן קען ער האבן א דיסקרימינעישען לאו סוט, אויב איינער וועט אריינגעבן א קלאגע.
געפילטע פיש זאלסט מיר מוחל זיין אבער שוין געניג געהאט מיט פיש די לעצטע פאר וואכן מעגסט שוין טוישן דיין ניק
געוויסע שיינע רעסטוראנטן האבן א פאליסי אז זיי לאזן נישט זיצן נאר אז מען קויפט דארט, מען קען האבן א מינימום.
טראג עס אהן בשם די אידישע קאמיוניטי... 🙂 😉
קליגער אידגעפילטע פיש זאלסט מיר מוחל זיין אבער שוין געניג געהאט מיט פיש די לעצטע פאר וואכן מעגסט שוין טוישן דיין ניק
ביי די וויפילטע ניק האלסטו שוין? און וויפיל תגובות בערך האסטו אויף יעדע איינע?
די באר/רעסטוראן איז אומגערעכט, און איז געשטרויכלט געווארן מיט דיסקרימינאציע אקעגען ארטאדאקסישע אידן, זיי מעגן אויפהענגען א טאוול אז "די מינימום איינקויף איז 10 דאללאר אדער 25 דאללאר" און אויב איינער גיט נישט אויס אזויפיל דארף ער צאלן די מינימאלע פרייז צו קענען געניסן פון דעם פלאץ, אבער צו האבן באהאלטענע קאודס פאר איין גרופע כדי נאר זיי צו טשארדזשען די "קנס" איז קלארע אומצוויידייטיגע דיסקרימינאציע!
איבעריגס צו זאגן, נישט יעדער גוי וואס גייט דארט אריין גיט אויס 50 טאלער, און יעדע אידישער פארל וואס גייט דארט דארף יא צאלן מינימום 50 טאלער און צוגאבע צו די צוויי וואסער דרינקס, וואס קאסט אויך נישט דארט קיין בלויזע 1.25 ...
איך האב מיך געפילט שלעכט פאר זיי ווען איך בין אהין געגאנגען, סגעווען דארט נאך אפאר דעיטס און די מערסטע וואס איינער האט גענומען איז געווען א סאדע אדער א וואסער, אבער די פלאץ איז הערליך.
אויך מיר גערעכט ?!
וואס שטעלן זיי נישט צו קיין כשר'ס
קליגער וויל א כלה, דו ווילסט כשר"ס, וואס קומט נעקסט שדכנים?
Espressoאיך האב מיך געפילט שלעכט פאר זיי ווען איך בין אהין געגאנגען, סגעווען דארט נאך אפאר דעיטס און די מערסטע וואס איינער האט גענומען איז געווען א סאדע אדער א וואסער, אבער די פלאץ איז הערליך.
האסט כאטש געטראפן דיין באשערטע דורכ'ן דעיטן דארט?
נס קאוועגעוויסע שיינע רעסטוראנטן האבן א פאליסי אז זיי לאזן נישט זיצן נאר אז מען קויפט דארט, מען קען האבן א מינימום.
טראג עס אהן בשם די אידישע קאמיוניטי... 🙂 😉
The same thing happened in ALL the jewish restaurants a couple or 2 friends came in but ordered only 1 main dish &they asked for a extra (empty) plate &they just shared the dish. But now if you order 1 dish a extra (empty)plate will cost you about $15.00 !!
שמואל הלוישמואל הלויEspressoאיך האב מיך געפילט שלעכט פאר זיי ווען איך בין אהין געגאנגען, סגעווען דארט נאך אפאר דעיטס און די מערסטע וואס איינער האט גענומען איז געווען א סאדע אדער א וואסער, אבער די פלאץ איז הערליך.
האסט כאטש געטראפן דיין באשערטע דורכ'ן דעיטן דארט?
פון
דא איז משמע אז יא
ווי דא? ווען איך גיי צו דע לינק זאגט עס מיר "אינפארמאציע, איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום."
לעמילשמואל הלויEspressoאיך האב מיך געפילט שלעכט פאר זיי ווען איך בין אהין געגאנגען, סגעווען דארט נאך אפאר דעיטס און די מערסטע וואס איינער האט גענומען איז געווען א סאדע אדער א וואסער, אבער די פלאץ איז הערליך.
האסט כאטש געטראפן דיין באשערטע דורכ'ן דעיטן דארט?
דו גייסט שוין צו פערסנאל
ליכאורה יא וויל נעכטן האב אידיר געזעהן וואקן צוזאמען מיט דיין אידענע
קליגער אידלעמילשמואל הלויEspressoאיך האב מיך געפילט שלעכט פאר זיי ווען איך בין אהין געגאנגען, סגעווען דארט נאך אפאר דעיטס און די מערסטע וואס איינער האט גענומען איז געווען א סאדע אדער א וואסער, אבער די פלאץ איז הערליך.
האסט כאטש געטראפן דיין באשערטע דורכ'ן דעיטן דארט?
דו גייסט שוין צו פערסנאל
ליכאורה יא וויל נעכטן האב אידיר געזעהן וואקן צוזאמען מיט דיין אידענע
דו ביסט געוועין וואס האט אים באטראכט מיט אזלכע אויגען??? נייס
זאלסטו כאטש וויסן אז מען קוקט דיר נאך סא בעטער וואטש אייט
[quote="לעמיל"[quote="Espresso"][quote="שמואל הלוי"quote="שמואל הלוי"]
Espressoאיך האב מיך געפילט שלעכט פאר זיי ווען איך בין אהין געגאנגען, סגעווען דארט נאך אפאר דעיטס און די מערסטע וואס איינער האט גענומען איז געווען א סאדע אדער א וואסער, אבער די פלאץ איז הערליך.
האסט כאטש געטראפן דיין באשערטע דורכ'ן דעיטן דארט?[/quote]
פון
דא איז משמע אז יא[/quote]
ווי דא? ווען איך גיי צו דע לינק זאגט עס מיר "אינפארמאציע, איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום."/quote]
עס איז און מאוחרי[/quote]
און וויזוי זעט מען אין מאחורי ווי איך האב געטראפן מיין באשערטע?
קוק
דא וויאזוי צו אריין קומען און מאחורי נאכדעים וועסטו זיך שוין טרעפען דארט
קליגער אידהיימישע חסידישע אידן טרעפן זיך אויך דארט אדער נאר ליטווישע??
חסידישע וואס זענען זיך משדך מיט ליטווישע.
איך אויךקליגער וויל א כלה, דו ווילסט כשר"ס, וואס קומט נעקסט שדכנים?
ס'וועט נאך אנקומען. און אויב ס'וועט זיין אן עולם וועלן אויך זיין אידן וואס גייען נאך געלט.
Espressoשמואל הלוישמואל הלויEspressoאיך האב מיך געפילט שלעכט פאר זיי ווען איך בין אהין געגאנגען, סגעווען דארט נאך אפאר דעיטס און די מערסטע וואס איינער האט גענומען איז געווען א סאדע אדער א וואסער, אבער די פלאץ איז הערליך.
האסט כאטש געטראפן דיין באשערטע דורכ'ן דעיטן דארט?
פון
דא איז משמע אז יא
ווי דא? ווען איך גיי צו דע לינק זאגט עס מיר "אינפארמאציע, איר האט נישט די ערלויבעניש צו ליינען דעם פארום."
ווי איך זעה האסטו שוין ערלויבעניש ב"ה.
מען זעהט קלאר דעם יד ה' אין דעם. אז א פלאץ ווי בחורים אין מיידלעך גייען אויס ווערט פארמאכט דורך די אייגנטימער ווייל זיי פארשטייען אויך אז דאס איז נישט גערעכט פאר אידישע בחורים ארויסצוגיין מיט מיידלך. דאס איז אלץ א ראי' אויף משיחס טאג. ווייל די גוים העלפן די אידן האלטען די תורה. כמובא בספרים.
פרומאק אויף וועם ביזטוי היינט אנגעווייטאגט ??
איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיין היסטאריע, אבער אין מיינע מעשה ביכלעך שטייט יא, אידן זענען געפארן אינטערוועגענס, דער צום יריד אין לייפציג, דער צום רבי'ן אין צאנז, דער בעטלער מיט זיינע פאר גראשן, דער בטלן מיט די ציריסענע הויזן, דער בחור וואס פארט אין ישיבה, דער רבי וואס פארט מיט די חבריא קלייבן נדבות און פארשפרייטן חסידות, דער גביר אויף אפרוה פון די פארפלאנטערטע מסחר, אבער יעדער טרעט דורך די שוועל פון די ווארעמע קרעטשמע, ווי דען קען מען נעכטיגען אין די קאלטע פינסטערע נאכט? וויפול מאל איז די שיעור פון ארומפארן די גאנצע שטעטל זוכן א מזוזה? קיין אידן אין דעם דערפל איז נישט דא, אויב יא איז דאס א מסור אדער משומד וואס האט זיין מזוזה ארונטערגענומען שוין פון יארן צוריק, אין ביי עם וויל ער סייווי נישט איינשטיין, ווער ווייסט וועלכע בייזע רוחות דרייען זיך ביי עם אינדערהיים?
איז די לעצטע ברירה פאר יעדן רייזענדע געווען אנצוקומען אין קרעטשמע, ווי איוואן זיצט אויפן הינקעדיגן באנק אנגעשפארט אויפן פויסט האלב דרימעלדיג, און אנדערע האנט א ליידיגע גלאז משקה, ווי אפאר ציגיינער זיצן לעבן אויווען און צוזינגען זיך א לידאלע, ווי סערגיי'ס ערל'טע זיפט א הייסע זופ און באלעקט זיך די וואונדען וואס סערגיי האט איר יעצט אנגע'מקל'ט פארן אויסזאגן פארן גלח ווי ער איז געווען פארגאנגענע זונטאג, ווי דער מידער בחור איז כמעט ווי טויט, אפגעמאטערט פון גייען צו פיס א גאנצע טאג מיט זיין טאטענס פאר שיך וואס זענען דאפעלט זיין מאס, שלאפט ער זיך ביים אויוון און ער הערט ניטאמאל די ציגיינער'ס געזאנג, ס'דוכט זיך עם אז ער איז אין גן עדן און דאס זענען די מלאכים וואס זינגען און מ'איז עם מקבל פנים מיט חופות און טאנצערייען, די ציגיינערישע פרויען וואס האבן געטאנצן מיט די מאדנע תנועות הארט פאר ער איז איינגעשלאפן טאנצען ביי עם יעצט הונטער די אויגן און ס'דוכט זיך עם אז זיי זענען יונגע מלאכים'לאך.
ביים אנדערע טיש זיצן א חבורה אידן, מאכן א לחיים, איינטונקענדיג א זעמל אינעם ביטערען טראפ און דערנאך ארויסזויגן די לחלוחית דערפון צו פארלענגערן דעם טעם, זיי דערציילן מעשיות פון רבי'נס הויף, און די טענער האלטן זיך אין איין העכערען איבערווייזענדיג פארן חבר אז מיין רבי'ס מופת שטייגט איבער דיין רבי צענפאכיג!
און אזוי זיצן קינד און קייט, יונג און אלט, איד און גוי, מאן און פרוי, און אלעס דרייט זיך ארום דעם אלטן פאררויכערטן קרעטשמע, די אויוון הייצט די קאלטע טבת נעכט, די אלטע דערציילן אז די אויוון איז די הייסטע אין גאנץ בוקאווינע, און נישט איינמאל האט בלויז א נס פארמיטן פון די גאנצע געביידע, בענאזאם מיטן גאנצן שטעטל אוועקצוגיין לטמיון פון א פייער, אבער בחסדי השם האט ג-ט פארהיטן דעם קרעטשמע דערפון.
ווי אזוי בין איך אנגעקומען דא? ווי קומט עס בכלל אריין? אה, קופערניקוס, די קרעטשמע פלעגט זיין די צענטער פון דערפעלישן לעבן, איינס נאך די בית המדרש און די הקדש שטיבל, עכ"פ אזוי איז משמע פון מיינע מעשה ביכלעך, און אידן מיט גוים אייניג האבן זיך געדרייעט דארט, געגעסן און געטרונקען און געשלאפן דארט, די קרעטמע איז געווען, אין היינטיגע מושגים, די באר, די רעסטוראנט, די האטעל, און די קאמיוניטי העד קווארדערס.
פרומאקמען זעהט קלאר דעם יד ה' אין דעם. אז א פלאץ ווי בחורים אין מיידלעך גייען אויס ווערט פארמאכט דורך די אייגנטימער ווייל זיי פארשטייען אויך אז דאס איז נישט גערעכט פאר אידישע בחורים ארויסצוגיין מיט מיידלך. דאס איז אלץ א ראי' אויף משיחס טאג. ווייל די גוים העלפן די אידן האלטען די תורה. כמובא בספרים.
איך פארשטיי די תאווה פון זיך א נאמען געבן פרומאק און שרייבען הצערישע פרומע תגובות אין זיין אנדערש ווי 90% דא, סוכ"ס האב איך אזוי אנגעהויבן דא,
{ לידעתך, מען ווערט שנעל מיעד דערפון }אבער האסטע שוין איבערגעצויגען ס'שטריקל, בחורים און מיידליך טארן נישט ארויסגיין?
גיבסטע א פסל אפ די וועלט ווי אזוי רוב וועלט מאכט שידוכים? וואס פשט פון דיין מאדענע מיינוגען?
פריינדליך וואס איז געוועהן דיין ניק?
פרומאק איז סתם א צוחושטער בריאה. שטימט גאנץ פיין. איך קען אפאר אזעלכע.