☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אשכולים וויינען: "הבה לי תגובות ואם אין מתה אנוכי"

אשכולים וויינען: "הבה לי תגובות ואם אין מתה אנוכי"

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2148

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:21 pm

· #53842
אשכולים וויינען: "הבה לי תגובות ואם אין מתה אנוכי"
ס'דא א באזונדער קנעפל אויף די היים זייטל פאר אלע אשכולים וואס האבן נישט געבוירן תגובות. כ'ווייס נישט וויפיל כאפן זיך דארט אריבער, אפשר קען מען זיי אויפלעבן מיט א גוט ווארט אדער סתם א קליינע הערה'לע. נישט קיין חילוק מיט וואס, יעדער קען עפעס טון אויפצורעכטן די עקרות, אפילו בלויז איין ווארט לעבט זיי אויף.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://kaveshtiebel.com/search.php?search_id=unanswered">search.php?search_id=unanswered</a><!-- l -->

{און דער גרעסטער אייראני וועט זיין אויב מ'וועט לאזן דיזן אשכול אריינפאלן צווישן יענע אשכולים... ביטע!}

הציץ ונפגע » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:42 pm

· #53847
פונקט קאפויער. אזוי ווי זיי זענען יעצט, האבן זיי כאטש א תקומה אין א באזונדערען זוך-קנעפל. אז מ'וועט עפעס מגיב זיין וועלן זיי גענצליך פארפאלן ווערן אין די תהום הנשיה, די טיפע ארכיוון פון קאווע שטיבל.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:44 pm

· #53848
לול... דו גייסט צו טיף...

הציץ ונפגע » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:48 pm

· #53850
דער עיקר מטרה מיינער איז געווען אז דיין אשכול זאל נישט חלילה בלייבן אן עקרה...

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:50 pm

· #53852
חחחח

בין_המצרים » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:43 am

· #54046
ויחר אפי ואמרתי: התחת התגובה אנוכי?

sunbar » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:20 pm

· #63554
און נאך א אשכול איז געגאנגן שלאפן...

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:21 pm

· #63556
LOL

בבחינת שיסטער גייט מיט צ. שיך

זר זהב » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:42 pm

· #63575
איך ווייס ליידער פון עטליכע אשכולים וואס האבן זיך געוואנדן צו בוני עולם פאר הילף. שוין, איך גיי נישטא בארעדן אזא מוסד וועלכע העלפט ארויס גענוג און נאך מיטגעמאכטע. נישט נאר האבן זיי נישט געאפפערט הילף פאר די אשכולים נאר גאר זיי באשייגעצט אלץ פאלנע ליידיגייער. אקעי איך סטאפ.

גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:00 am

· #63613
קריאה מעורר הזמן די וואכעדיגע סדרה!!!
הבה לי בנים ואם אין מתה אנכי,

אז מ'רעדט שוין פון בוני עולם:
בוני עולם לייגט אלץ אראפ די עמאושענאל געפיל פון א קאפל אהן קינדער,
אין אלע זמני ומועדי השנה,
עס איז באמת ווייטאגליך און שוידערליך, עס ברענטג טאקע ארויס דמעות,

אבער וואס קיינער האט נאך נישט ארויסגעברענגט איז
אז די אידן וואס האבן ליידער נישט קיין קינדער האבן כאטש א ווייב מיט וועם זיי שעהרן די פראבלעם

אידן אין מיין מצב,
האבן ביידע נישט, סיי די אלע פראבלעמען דורכ'ן יאר
און ניטאמאל א ווייב אויך נישט,
עס איז סאך ערגער די מצב, און די געפילן
יעדע שבת, יעדע יו"ט, יעדע נאכט,