און ה' האט געזאגט, לא אוסיף לקלל עוד את האדמה בעבור האדם, ווען מ'זעט א רעגן בויגן זאגט מען די ברכה "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם, זוכר הברית ונאמן בבריתו וקיים במאמרו". והיה בענני ענן על הארץ ונראתה הקשת בענן.
שרייבט דער של"ה "שם" אז ער האט זיך געטראפען מיטן רמ"א און אים געפרעגט וואס איז פשט פון דאס קשת דארף אונז דערמאנען פון די ברית וואס השם האט כורת געווען נאכן מבול, אז בעצם דארף ער ברענגען נאך א מבול און מאכן פון אונז פאטאש אט שוין יעצט, מילא טו תשובה. די קשת איז דאך א נאטורליכע זאך, וואספארא סימנים גיט אונז דא השם, א זאך וואס מ'זעהט זייט בריאות העולם? בימות רשב"י האט מען נישט געזען קיין קשת! שטאלצירט זיך די גמרא. פרעגט דער של"ה פון די רמ"א, די קשת איז א נאטורליכע עווענט, ווען ס'רעגנט און די זון שיינט זעהט מען א רעגן בויגן! האט דער רמ"א געזאגט, מוז זיין אז בימות רשב"י האט נאר גערעגנט ביינאכט, גשמים בעתו. אז עס איז נאכט זעהט מען נישט קיין קשת. א שיינע תירוץ. האלט אין קאפ אז ער איז נישט אין לאנדאן, און ארץ ישראל, עז איט איז רעכנט גאנץ אפאר קנאפע טעג דארט.
דער כלי יקר איז מוסיף א דבר של טעם, א סגולה איז נייס ווען מ'דארף עס. די קשת איז א פיינע סגולה. אבער עס איז בעסער אז מ'דארף עס בכלל נישט. זיי א וואוילער יוד וועסטו נישט דארפן אנקומען צום בונד פון השם. וועסט בכלל נישט דעזערווען נאך א מבול. און דאס איז געווען די מעלה וואס די גמרא ברענגט ארויס ביי די איינצעלע תנאים. (אויב עס איז נישט בדרך גוזמא, הערת הבחור הזעצער).
וויל איך וויסן, איך בין לעצטענס געווען ביי נייאגרע פאללס. די קשת איז א פערמאנענט רעזידענט אין די סקייליין דארט. איז דאך הדרא קושיא לדוכתא.
כמיין די זעלבע שאלה איז אויף בשביל ארבעה דברים חמה לוקה: על אב בית דין שמת ואינו נספד כהלכה ועל נערה המאורסה שצעקה בעיר ואין מושיע לה ועל משכב זכור ועל שני אחין שנשפך דמן כאחד. המהר"ל מדגים את דבריו על הגמרא "על ארבעה דברים החמה לוקה..." ושואל איך ייתכן שתלוי זאת בחטא, "שודאי לקוי המאורות תלוי במהלך המאורות, אבל חז"ל נתנו את סיבת הסיבה. כי אם לא היה חטא בעולם... לא היה סדר הבריאה נותן שיוצר ליקוי המאורות שהוא פחיתות וחיסרון" אלא היה נברא עולם ללא ליקוי חמה.דא
אינטערעסאנט איז דער לשון פון הייליגן רמב"ן אויפן פלאץ: "ואנחנו על כורחנו נאמין לדברי היונים שמלהט השמש באוויר הלח יהיה הקשת בתולדה..." אויב זאגט מען די זעלבע זאך אויף אידיש ("מ'מוז דאך גלייבן די סייענטיסטן וואס זאגן...") וועט מען ווערן ארויסגעווארפן פון בעסמעדרעש בלי ספק.
וואס זענען די עננים? נישט פון מיסט פון די טייכען און ימים? די קשת דארט איז אמאל הויעך אמאל נידריג אלץ אבער די פילע סערקול, כמו שכתוב לגבי די חיוב ברכה בביאור הלכה "שם", אזאנס וואס מזעעט טאקע וויינונג ארום דא. די שאלה איז וואסארא בייעס איז דא ביי די אינטערסעקשאן פון אמעריקא קארנער קאנאדא אז השם איז פערמענענטלי ברוגז דארט?
רב אייבשיץ האט געשריבען "שם" די קשת פון די תורה איז עפעס וואס איז נישט די וואס אונז ווייס מיר פון, עפעס א מאדנע קאמבינעישען פון קאלערס, אבער די פוסקים דיסריגארדען די שיטה און פסקנן יא צומאכען די ברכה.
האט איינער אויפגעפאסט די אינטרעסאנטע ותשחת הארץ קשת פאן ווא די געיז אין לעזביען'ס האבן זיך אזוי טרעפליך געמאכט פאר זייער סמל.
שוב ראיתי, אז ער איז אפשר בכלל דאס וואס דער רמב"ם שרייבט: "בזמן שאדם מתבונן בדברים אלו... מוסיף אהבה למקום, ותצמא נפשו ויכמה בשרו לאהוב המקום ברוך הוא; ויירא ויפחד משפלותו ודלותו וקלותו... וימצא עצמו, שהוא ככלי מלא בושה וכלימה, ריק וחסר."