☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » וויזוי געט מען ארויס א צייטונג?

וויזוי געט מען ארויס א צייטונג?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2136

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 2:59 pm

· #53490
וויזוי געט מען ארויס א צייטונג?
יעדע וואך א פרישן צייטונג 250 זייטן אנגעפילט מיט ארטיקלען. וויפיל מענטשן קראפט ליגט דערין? וויפיל איינגעשטעלטע שרייבער האבן אונזערע צייטונג אין דורכשניט? טוען די שרייבער אליין די ארבעט אדער רעדן זיי אריין ערגעץ וואו, און א טייפיסט דרוקט עס? וואלט מען ווען געקענט עס אהערשטעלן אין ווייניגער פון א וואך?
----
כ'פלעג זיך אלץ וואונדערן וויאזוי איז מעגליך ביי די גוים זיי שיסן ארויס טעגליכע דיקע צייטונגען כאילו ס'עפעס קליין ארבעט. -- ווער האט עפעס אינערליכע סודות זאל ארויסגעבן.

sunbar » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:09 pm

· #53491
און ווען די ווייסט שוין? ווילסט מיך נעמען פאר א שותף...?

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:12 pm

· #53492
ניין, איך פלאן נישט גארנישט 😉

גאלד » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:18 pm

· #53494
נאכמער מ'געבט ארויס טעגליך א צייטונג וואס ווערט אריינגעלייגט אזויפיל כח און מח,
אלעס אויף א שמאטע צייטונג פאפיר, מארגן איז עס שוין נעכטיגע נייעס וואס קיינער וויל נישט אנקוקן,

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 3:24 pm

· #53497
אמת, ס'דא אסאך מאל גאר אינטערעסאנטע היסטארישע אדער אינפארמאטיווע ארטיקלען אין אונזערע צייטונגען, ס'ליגט אסאך ארבעט דערין פונעם שרייבערס זייט. און געוויסע לייענען עס ניטאמאל, מ'בלעטערט אדורך און אין גארבעדזש אריין. אבער דאס איז אן עקסעטרע נושא.

גוטזאגער » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 4:24 pm

· #53502
א פאקט, האלב פון די וועלט'ס צייטונגען צורקאלאציע, קומט ארויס אין יונייעטעד סטעיטס און אין קאנאנדע אליינס!!!

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 4:26 pm

· #53503
כ'מיין אבער אז אין געוויסע אנדערע לענדער האבן צייטונגען א גרעסערע לייענער באזע, אפשר ווייל ס'דא דארט א קלענערער אויסוואהל.