☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מסור דוועק וועט שמאכטן ווי ער האט איינגעזעצט אנדערע

מסור דוועק וועט שמאכטן ווי ער האט איינגעזעצט אנדערע

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2125

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 5:47 pm

· #53159
מסור דוועק וועט שמאכטן ווי ער האט איינגעזעצט אנדערע
דער אלעמען-באקאנטער אומפארשעמטער מסור, וואס האט געהאלפן אריינשליידערן אפאר אידן אין חד גדיא, און האט איבערגעקערט די לאקאלע פאליטישע וועלט מיט זיינע מסירות און געוואלדיגע חילול ה', דער געמיינער "שלמה דוועק" איז יעצט געסענטענסט געווארן צו זעקס יאר אין תפיסה פאר באנק שווינדל.

דער מלשין האט בשעתו איבערגעקערט די אידנטום ווען אפאר אידן וואס האבן אים אפילו פרובירט צו העלפן זענען אריינגעפאלן אין זיין נעץ, אריינגערעכנט גרויסע אידישע פילאנטראפן פון די רייכע סירישע געמיינדע פון דיעל ניו דזשערסי ובראשם א אלטן רב שליט"א, און אידן פון פלעטבוש ניו יארק. ווי אויך היימישע אידן פון ווילאמסבורג, מאנסי, אויך 2 מעיארן, און נאך.

אפאר פון זיי זענען טאקע אפגעקומען נאר מיט גרויס געלט שאדן. אבער אנדערע ליידער זיצן און דינען אויס זייער צייט.

(די גאנצע מעשה איז שוין געווען באשריבן אין דער שפאקטיוו אמאל)

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 5:51 pm

· #53161
א בושה און א שאנדע אז נאר 6 יאר באקומט ער.
ער האט געהאט א טשאנס צו באקומען ביז 11 יאר.
געווענליך אויב עס איז מער ווי 10 יאר גייט מען אין א שטרענגערע תפיסה.

לויט ווי כ'האב געהערט דעם סדר, העכער 20 יאר איז א מאקסימום סעקיוריטי
העכער 10 איז א מידיאם סעקיוריטי
און אונטער 10 יאר איז בלויז א קעמפ.

זאל ער אפשימלען און אפשמאכטן זיינע יארן, ירד ולא יעלה.

איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 6:33 pm

· #53172
אמעריקאנער סיסטעם, א גנב פין מיליאנען זיצט זעקס יאר, און רובאשקען זיצט נעבעך דרייסיג על לא עוול בכפו.

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 6:45 pm

· #53174
ווייל דוועק האט מסכים געווען צו א פליע בארגעין, און רובאשקין נישט.

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 6:53 pm

· #53175
איך הער אז ער גייט נישט גיין אין (SO CALLED)קעמפ אוטעסוויל ווייל זיינע קרבנות זענען דארט.

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:16 pm

· #53178
שמעקעדיג
א בושה און א שאנדע אז נאר 6 יאר באקומט ער.
ער האט געהאט א טשאנס צו באקומען ביז 11 יאר.
געווענליך אויב עס איז מער ווי 10 יאר גייט מען אין א שטרענגערע תפיסה.

לויט ווי כ'האב געהערט דעם סדר, העכער 20 יאר איז א מאקסימום סעקיוריטי
העכער 10 איז א מידיאם סעקיוריטי
און אונטער 10 יאר איז בלויז א קעמפ.

זאל ער אפשימלען און אפשמאכטן זיינע יארן, ירד ולא יעלה.


העכער 10 איז א low סעקיוריטי
העכער 20 יאר איז א medium סעקיוריטי
High security זענען געווענדלעך פאר מערדערס וכדומה


Fort Dix, New Jersey, is a low security facility ווי הרב סאמעט און נאך זענען.
Otisville, is a medium security facility ווי רובאשקין איז דארט,ווי עס זענען כמעט נישט דא קיין אידן שות''מ.(חוץ אז רובאשקין וועט זיי מאכען פאר בעלי תשובות...
The satellite prison camp is a minimum security facility איז ווי די דרעק קרבנות און כמעט אלע אחב''י הנתונים בשביה זענען

"אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה,
העומדים בין בים ובין ביבשה,
המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה,
ומאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה,
השתא בעגלא ובזמן קריב

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 7:23 pm

· #53179
Inmate Locator - Locate Federal inmates from 1982 to present
Name Register # Age-Race-Sex Release Date
Location
1. SOLOMON DWEK 27925-050 40-White-M 10-17-2012 RELEASED

Results 1 - 1 of 1
וואס איז פשט ער באקומט איצט אביסל וואקאציע ביז ער גייט נאכאמאל אריין זיצען?

gehlungen » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 8:29 pm

· #53514
[ציטאט אראפגענומען]

But its not 4 more years in jail !

outspoken » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:31 pm

· #53572
גירעכט, ער האט באקומען 4 יאר פון די סטעיט אבער דאס איז concurrently with a six-year federal sentence וואס מיינט אז א יעדן טאג וואס ער זיצט אין פעדאראלע תפיסה גייט שוין אויך אראפ א טאג וואס ער דארף זיצן אין די סטעיט תפיסה. (ווער זאגט אז ס'נישט דא 25 שעות אין א טאג, ער האט 48 שעות א טאג...)

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:03 am

· #53586
outspoken
גירעכט, ער האט באקומען 4 יאר פון די סטעיט אבער דאס איז concurrently with a six-year federal sentence וואס מיינט אז א יעדן טאג וואס ער זיצט אין פעדאראלע תפיסה גייט שוין אויך אראפ א טאג וואס ער דארף זיצן אין די סטעיט תפיסה. (ווער זאגט אז ס'נישט דא 25 שעות אין א טאג, ער האט 48 שעות א טאג...)

וואס איז די דזאק, איז עס פארו זעלבע חטא?

outspoken » זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:14 am

· #53588
די סטעיט האט אים אויך באשולדיגט אויף סטיעט רעגאלאציעס פארברעך, וואס מיינט אז אפילו אפילו ער גייט אויף trial ביי די פעדערעל און געווינט וואלט ער נאך געקענט געטראפען ווערן שולדיג ביי די סטעיט, אבער אזוי ווי ער געpled guilty האט מען דאס געגעבען אלץ א סימבאלישע שטראף.