לוסטיג באזוכט ארץ ישראל דאס ערשטע מאל!
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2122
לוסטיג באזוכט ארץ ישראל דאס ערשטע מאל!
אזויווי איר הערט, דאס גאנץ ערשטע מאל, וועט מנשה באטרעטן די אדמת הקודש והמקדש, אינעם קומענדיגן וואך, אנגעהויבן פון זונטאג אווענט ביז זונטאג דערויף.
וועט זיין אויף די העדליינס אינעם המודיע?
כ'גלייב שווער אז ס'וועט זיין אויף די ערשטע זייט אין "דער איד" צוליב די ערשטע אייניקל'ס חתונה פון סאטמאר (מהרז"ל), אפשר אויפן בלאט איז עס יא? גיי ווייס
who cares really
וואו אין ישראל וועט מנשה זיין?
ביים כותל
זר זהבביים כותל
א גאנצע וואך?!
פארסט אויפצופיקן די מנשה לוסטיג ביכלעך?
פיקציעזר זהבביים כותל
א גאנצע וואך?!
יא, להוציא מלבן
מנשה פאר און קום צירוק געזונטערהייט, אבער ביטע טיהזשע אונז א טובה, דו האבסטאך א 'גאלדענע פענע', טא, ביטע מאך א שיינע באשרייבונג פון דיין נסיעה ווען עסט אי"ה צוריק זיין, 'נוסח מנשה'. enjoy your trip.
ביים כותל זיכער, אבער די איבריגע וועט מען זען וויפיל די צייט וועט ערלויבן, צו זיצן און גלאצן אויף די הרי יהודה אויז לכאורה אויך א ענין ביי מנשה
א דאנק מנשה פאר דיין ענטפער, וואס איך האב געמיינט צו פרעגן איז וואו וועט מען זיך אויפהאלטן.
כ'בין אין בני ברק אין א דירה, אבער מ'בלייבט נישט אויף איין פלאץ, מ'טאפט אויס די הייליגע לאנד
פארקערט כ'בין געגאנגען שלאפן יעצט גייט מען אויפשטיין און אנהייבן די נסיעה
האסט מיטגענומען די קעמקארדער?
לייג אויף youtube
איך קעניש ווארטען.
כאב אויך ליעב ווען דו וויינסט און ווען דו ביסט עמאשענעל 😉
מנשה שטעל ארויף פיקטשערס פון די הייליג לאנד
כ' האב געוויסט אז די כותל איז א תאוה וואס די אידן וואס קלאמערן זיך נישט צו די שיטה הקדושה האבן...
נאך א מזל מיר האבן געהאט א הייליג רבין
גראדע! האב איך דאס מערסטע געשפירט דווקא ביי ר' מאיר בעל הנס און אין צפת.
ס'פליעסט נאך אין מיר סאטמארע בלוט..
מנשה לוסטיגגראדע! האב איך דאס מערסטע געשפירט דווקא ביי ר' מאיר בעל הנס און אין צפת.
ס'פליעסט נאך אין מיר סאטמארע בלוט..
גיב כאטש א פאר בילדער פון די הערליכע פאנאראמע וואס מ'זעט דארט. די כינרת אויסגעשפרייט אזוי ווייט ווי די אויגען קענען נאר זען.
טאמער איז ער געווען ביים כותל דארף מען אים ארויסווארפען פין שטוב און נישט אויסהערען זיינע קליפס. חלילה א קליפה אין די קינדערס קעפ.
פרומאקטאמער איז ער געווען ביים כותל דארף מען אים ארויסווארפען פין שטוב און נישט אויסהערען זיינע קליפס. חלילה א קליפה אין די קינדערס קעפ.
האלטסט אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן פון קליפס מער ווי פון כותל?
שרייבערפרומאקטאמער איז ער געווען ביים כותל דארף מען אים ארויסווארפען פין שטוב און נישט אויסהערען זיינע קליפס. חלילה א קליפה אין די קינדערס קעפ.
האלטסט אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן פון קליפס מער ווי פון כותל?
האלסט אז פרומאק איז פרום?
נס קאוועשרייבערפרומאקטאמער איז ער געווען ביים כותל דארף מען אים ארויסווארפען פין שטוב און נישט אויסהערען זיינע קליפס. חלילה א קליפה אין די קינדערס קעפ.
האלטסט אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן פון קליפס מער ווי פון כותל?
האלסט אז פרומאק איז פרום?
כמיין אז פרומאק האט אפאר מער אויפגיקלערטערע ניקס
עסן עסט'זיך
כמיין אז פרומאק האט אפאר מער אויפגיקלערטערע ניקס
איך מוטשע מיך אויך צו פארשטיין וואס ער וויל, לכאורה ביסטו גערעכט ווייל איך גלייב נישט איינער קען זיין אזוי משוגע. עס פאסט פאר איינער וואס וויל אביסל פרייליך מאכן (זרעלע דו ביסט עס?)
ניין
נו עפעס קרישקעלעך פונעם מסע הקודש???
ער איז נאך דארט?
נעבעך, ער פארפאסט מרת סענדי.
פארגעסן דיר שטרענג אנזאגן, גיב זייער אכטונג נישט צו פארכאפט ווערן אין ברסלב, אין סקווירא איז דאס זייער א זינדיגע אקט, פארוואס זאג איך עס? ווייל דארט אין הייליג לאנד איז דא פיל ווילדע אויפשריפטן איבער'ן גאנצן לאנד אין אלע עקן אאון זייטן וואו מ'זטייט און מ'גייט, מיט די הייליגע גאר ציענדע און פאנגענדע ווערטער נ נח נחמ... מיט שווארצע ספרעי פעינט, נוסח גראפיטי, און דאס טוט ממש פארכאפן מענטשן ווי די פליגן, גיב אכטונג! ראו הזהרנוך!
קפנדריאפארגעסן דיר שטרענג אנזאגן, גיב זייער אכטונג נישט צו פארכאפט ווערן אין ברסלב, אין סקווירא איז דאס זייער א זינדיגע אקט, פארוואס זאג איך עס? ווייל דארט אין הייליג לאנד איז דא פיל ווילדע אויפשריפטן איבער'ן גאנצן לאנד אין אלע עקן אאון זייטן וואו מ'זטייט און מ'גייט, מיט די הייליגע גאר ציענדע און פאנגענדע ווערטער נ נח נחמ... מיט שווארצע ספרעי פעינט, נוסח גראפיטי, און דאס טוט ממש פארכאפן מענטשן ווי די פליגן, גיב אכטונג! ראו הזהרנוך!
לול! 👍
ער איז לאנדאן, זעה דא
<a class="postlink" href="http://zehayom.com/home.html">http://zehayom.com/home.html</a>
ווען גייט ער דא זיין צוריק ??
elter-zeideער איז לאנדאן, זעה דא
<a class="postlink" href="http://zehayom.com/home.html">http://zehayom.com/home.html</a>
ער איז געווען אין לאנדאן אויך, עס איז נישט קיין סתירה.
____
וואס איז דאס זה היום? האט עס עפעס מיט דודי בראון?
מנשה האט שוין היינט געפאוסט בילדער פון זיין באזוך.
📎 M1.jpg
די תאווה האט אים געברענט ליידער.
נאך צוויי בילדער ביים מעריב וואנט
קען זיך נישט געזעגענען
📎 M2.jpg
דער מאכט א ויצעקו!!
📎 M3.jpg
פיקציעelter-zeideער איז לאנדאן, זעה דא
<a class="postlink" href="http://zehayom.com/home.html">http://zehayom.com/home.html</a>
ער איז געווען אין לאנדאן אויך, עס איז נישט קיין סתירה.
____
וואס איז דאס זה היום? האט עס עפעס מיט דודי בראון?
יא, ס'איז זיין סייט.
זר זהבדי תאווה האט אים געברענט ליידער.
וואס קען מען טאן מען איז ליידער אין גלות, מען וועט דארפן ווארטן אויף משיח׳ן ער זאל קומען אויסלייזן און מסלק זיין דעם ווענטל וואס האט שוין גורם געווען אזוי פיל נסיונות און מכשולת׳ן ר״ל.
ווען משיח וועט קומען, וועט די ווענטל אליינס ברענען..
באש אתה עתיד לבנותה.
ווען איז דער פלאן אז ער זאל דא זיין צוריק?
וואסי, מאכסט אים א "ברוך הבא" סיין?
עמער זיין צוריק אום דינסטיג אוהר, בקרייתא דשופרייא
רבותי, מנשה איז די נאכט געקומען צו מיר אין חלום...
מנשה, זאג דער וואס ווארט דיר אפ ביים עירפארט זאל דיר מיטברענגען די מאנטל און שטיוול ווייל די קעלט דא איז ברוטאל.....
נו מנשה? עפעס אויסצוגן פון דיין גרויסארטיגע נסיעה?
מיר ווארטן צו הערן..... מיט בילדער פרעפערד...
פון דודי בראונ'ס סייט
📎 מנשה והעיזים.PNG
ב''ה
מיין ערשטע רייזע קיין ארץ הקודש, ארץ ישראל
ביריה
מה נאמר, ווען כ'האב שוין יארן געבענקט קיין הייליג לאנד, און געוואלט זוכה זיין צום מינוט ווען כ'וועל באטרעטן דאס הייליג ערד, אשר נשבע השם לאבותינו, און וואס כלל ישראל האט דארט גערוהט פאר יארן אינעם צייט פון הבית בהיבנותו.
ווען וועט מנשה זוכה זיין צו א קוק טוהן אויף די הייליגע מקומות, שמעקן די הייליגע אווירא דארץ ישראל מחכים, ווען וועט זיין די ריכטיגע זמן מסוגל.
מן השמים האט זיך עס געשלעפט ביז היינט, און ס'איז געקומען די ענדגילטיגע מינוט, און כ'האב מיך געגרייט בדחילו ורחימו, באשטעלנדיג בילעטן, און טאנצנדיג פאר שמחה, ווי די הכנה איז געווען מיט שטורעמדיגע געפילן עד אין לשער.
ווען די פליגער האט געלאנדעט בין איך אריין אין א טרוים, א חלום מיט אפענע אויגן, זהו הארץ? דאס איז עס טאקע די לאנד, וואס עיני השם בה מראשית השנה עד אחרית שנה.
ס'מיר געווען שווער צו גלייבן די פאקט, אז איך בין טאקע אנגעקומען דאהי, און טאקע פאקטיש טרעטנדיג אויף די הייליגע ערד, וואס כ'האב גארנישט זוכה געווען ביז היינט – זייענדיג 34 יאר צום געזונט.
קושנדיג די מזוזה אינעם עירפארט אין לוד, האב איך שוין יוצא געווען דאס קישן וואס מאנכע פירן זיך.. ווייל יענע פאדלאגע האט מיר נישט געשיינט צו קישן באלד און גלייך, כאטש יא די מזוזה.
ברוכים הבאים לישראל!
און איך טרעף באלד אן היימישע פענימער, לעכטיגע פענימער, אה! יידישע ברודערלעך..
אלעס איז ווי איין משפחה, אלע זענען פונעם עם הנבחר, דאס זעלבע כלה עם ישראל, נאר יעדע סארט אנדערש געשלייערט, [און ווער ליידער נישט פארשלייערט..] דאס אינטימליכע פאמיליע באנעמונג, איז באשיינפערליך דא.
און דא הייבט זיך אן היסטאריע, ווען סיי הרגשים און סיי ברויזענדע געפילן פון צומאל אנטוישונג און צומאל התרגשות, שפילן צוזאמען א מסכתא שלימה, וואס הייבט זיך אן מיטן טיטול, 'מנשה האט געבראכן די אייז, ער איז אין הייליג לאנד ענדליך אנגעקומען'.
טאקע ענדליך אנגעקומען, אבער ווי זאגן חז''ל, אז ארץ ישראל נקנה ביסורים, די יסורי הנפש זענען צומאל שווערער, און אויך איך האב טועם געווען דערפון, ביז כ'האב זוכה געווען טועם צוזיין די ריכטיגע געשמאק פונעם ארץ הקדושה, נישט באלד נאר נאך א לענגערע וויילע.
נישט באלד ביים אנקומען, און נישט באלד ביים גרייכן צום אכסניא, ווייל ווי די השגחה עליונה האט מיר געפירט אזוי בין איך אנגעקומען, און ס'האט אזוי פאסירט, אז דער איינער וואס איז צו מזל געבליבן מיר געטריי, און מיר אויפגענומען אין עירפארט, [נאך די פילע הבטחות פון ווירטואלע חברים אין די הונדערטע און טויזענטע, וואס זענען פאקטיש פארפלויגן ווי זייפן בלאז] דער איינער האט מיר באגלייט פון אנהייבט ביזן סוף, האט איינגעזען מיר צו שאפן א געלעגער פאר א היבש ביליגע פרייז.
נישט ערגעץ אנדערש ווי אינעם הייסן בני ברק, און נישט אנדערש ווי אויפן שפיץ בארג ארויף, און נישט אנדערש ווי ביי עפעס א גרוש א נערווירטער, וואס האט באלד ביים אנקומען געמאכט זיכער, אז איך כאפ אין וועלכע פלאנטער כ'האב מיך אריינגעדינגען..
טאקע א שפאטישע פרייז פאר א גאנצע וואך, אבער די אויסגעדראשענע געלעגער, און שמאל לענגליך ווי א שטיבל באנק, אויף א האלב פארדעקטע טאראסע, אן פרישע לופט צו עירקאנדישן, האב איך דאס ערשטע נאכט פשוט נישט פארמאכט קיין אויג, סיי פון די שטיקעדיגע היץ, און סיי פון עגמת נפש.
די מחשבות האבן אנגעהויבן פיבערן, איז דאס די פארבענקטע לאנד? איז דאס ארץ ישראל, וואס כ'האב פארפאסט ביז היינט? אבער די אינערליכע ידיעה, אז ארץ ישראל נקנה ביסורין, האט מיך געגעבן די ענטפער, אז טועם צוזיין די לעכטיגקייט, קומט מיט א פרייז פון באזייטיגן דאס גופניות, כאטש ביים הכנה.
דאס ערשטע נשמה שפייז, האב איך מיר אויסגעקליבן אינעם סדר, זיך אהינצוקלייבן צום כותל המערבי – דאס הייליג וואנט, וואס די חז''ל זאגן דערויף, אז די שכינה האט זיך קיינמאל נישט אוועקגערירט פון דארט.
מיטן טלית ותפילין זעקל אין האנט, האב איך געשפרייזט מיט גלאציגע אויגן אויפן מאיעסטעטישע חומה, וואס נעמט ארום דאס אלט שטאט ירושלים.
הזאת העיר כלולת יופי, היינט נעבעך וויפיל שועלים און עכברי דרשיעי, די פארשאלטענע אראבער, און דערצו א כנופיא ממזרים פון די נוצרישע סעקטע, מאכן זיך דארט שבט שבת.
אבער אנן בדידן, גיימיר צום כותל אין ציל, די הייליגע שטיינער וואס שפיגלען אפ מיטן זון, וואס באקט אזוי לעכטיג, און די קילע ווינטעלעך פון ירושלים עיר הקודש, וואס גלעטן אין הארץ ונשמה.
דאס היץ פון ירושלים איז מיר דווקא יא געווען באקוועם, אבער דאך, דאס שאטן און קילע ווינטעלעך נאך מער געשמאקער און צום הייליג געפיל געשטימט.
לעכטיגע פענימער, יידישע קינדערלעך, שטייען ביים אוראלטן וואנט, און וויינען זיך אויס די נשמה, אין די אפענע אויערן פונעם שכינה הקדושה וואס קלאגט מיט בצרתם של ישראל.
כ'האב פשוט געעפענט א תהילים, און אנגעהויבן שעפשען די פופצן שיר המעלות'ן, און אויסגעשפרייט די הענט אקעגן די הייליגע מקום המקדש, מיט פאגלייזטע אויגן, עד מתי אשתומם על חורבן פעמיים, מ'שפירט אז מ'רעדט זיך אויס און איינער הערט דיך אויס.
ס'איז א סארט נחמה בתוך הגלות, ווען מ'שטייט כאטש הארט נעבן די מקום המקדש, און קושט די הייליגע שטיינער, וואס גרויסע גאר הייליגע האבן דערויף אויסגעגאסן טייכן טרערן און תפילות בלי שיעור.
ווער קלערט פון עפעס גשמיות דא? אלעס איז דא עוסק אין רוחניות, א טייל לערנען בקביעות ובעיון, בחברותא, א טייל לייענען פאר אין די תורה פאר א בר מצוה און דאס גלייכן, א טייל טאנצן בתפילה און א טייל שטייען פארקאטשעט ארום די הייליגע שטיינער און קענען זיך דערפון נישט שיידן.
כ'וואלט געקענט דארט אזוי שטיין און פארברענגען בלי גבול, אבער כ'ברויך דאך אנגיין מיטן סדר היום, און זיך געבן א שאקל, אנצוקומען צו נאך היסטארישע פלעצער און איבער לאזן א תפילה און אנדענק, פון נאך לעכטיגע ווינקעלעך אינעם הייליג לאנד.
אריבער שפרייזנדיג אויפן וועג ארויס פונעם אלט שטאט, פון איין זייט הייליגע פענימער, פון אחינו בני ישראל, וואס פארקויפן דא דארט חפצי קודש און דאס גלייכן, און זייערע ברכות זענען מעמקי הלב, מיט שמחה און ברודערשאפט.
פונעם אנדערען זייט שטייען די פארשאלטענע אומות, די אראבער טערקן און איבריגע שמות הנרדפים, אויסגעשורה'ט אויפן וועג ארויס פון שער יפו, שער שכם און די איבריגע שערים, אויסגעשורה'ט קלייטן און קיאסק'ן, מיט וואס?
אלע פארקויפן זיי די זעלבע זאך, בשמים, שמאטעס, טיכלעך, נאז פיצער אויערן פיצער, ציינער שארפער, נעגל שניידער, אפשר די זעקס און פופציגסטער, האט יא א חידוש, טיי מיט זודיגע וואסער, און א לילקע ציבעך און נארגילא פאר א וועטער טויש.
די קורצע רעגן גיס, וואס די ירושלימער הימל לאזט אראפ בניחותא איבער די קעפ פון די באזוכער, אין די נאכמיטאג שעות, לאזט מעלדן, א קילע נאכט וואס קומט אקעגן, און אז די לעמפעלעך וועלן איבערנעמען דאס מאכט, דורכאויס די פינסטער פונעם נאכט, ביז מארגן באגינען, ווען מ'וועט ווידער זוכה זיין, צום אור חדש על ציון תאיר.
פיין פיין מנשה, שיין באשריבן, מיר דורשטן פאר נאך...
זאלסטו האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס...
ס'געקומען די צייט עפעס טועם זיין אויך..
האב איך געקלערט, אז אויב שוין יא טועם זיין די מאכלים וואס זענען בקדושת ארץ ישראל, לאמיר כאטש עסן פון די פירות המשובחים, און אינעם שניטקע האב איך געבעטן, נישט ווייניג איילבירטן.. זאל זיין א שפע, זאל זיין 'ושבעת'.. און די פוהלע ווייץ זעמעלע אויף וואס כ'האב מיך באשטימט געוואשן מיט א הויעכע ברכה, האט געהאט אלע טעמים אין די גוימען.
כאטש די קאפע האט מיר אפגעברענט די צונג, פאר אלע שונאים געזאגט, האט עס נאכאלץ געהאט אלע טעמים.
כ'לאז מיך אוועק אין וועג צום מאה שערים, און צום אומגעגענד, נישקשה.. זייער שיין פאר א קורצע באזוך.. איך וואלט דא נישט געבויעט מיין דירת קבע, אבער דירת ארעי – באשטימט יא!
ס'קוקט מיר אויס, אז די אלע פראבלעמען און נצרכים וואס ווערן פון דא דעליווערט איז עפעס פיקטיוו, דא קוקען זיי אלע אויס ווי ס'נישטא קיין מארגן.. אלעס איז העכסט צופרידן פארנומען און פאריאגט, א גאנץ וועלטעלע פאר זיך.
איך קען מיך נישט אפשטעלן פאר א רגע, ווייל כ'שטיי אין וועג פאר אן א שיעור פיס גייער, אין די שמאלע געסלאך, און דערצו די טראפיק פון די מאשינען און ביציקלעך וואס פראבירן זיך אדורכשטופן דעם פארנאכטס אנלויף.
נו ווי גיימער אז ס'שוין שפעט? כ'האב נישט קיין ברירה כ'מוז צוריקפארן קיין בני ברק נעכטיגן.
אבער אלץ נחמה, איז מיין פלאן פאראויס, מארגן לאזט מען זיך ארויס מיט א פרישקייט, קיין גליל.
ליבי אומר לי, אז דארט וועל איך זיך שוין איינמאל טרעפן דאס ארט.
מ'קלייבט זיך צוזאם די וויכטיגע חפצים פארן וועג, מ'גייט קיין גליל.. ס'זאגט זיך זייער שנעל און גרינג, און כ'גלייב שווער אז כ'האלט שוין דארט.
מיטן צידה לדרך זעקל, און אוודאי א פלעשל טרונקן מ'זאל נישט פארלירן פייכטקייט.. ס'מוז זיין זאפטיג און מוטיג, כ'האב נישט קיין כח צו די עקזייעטי און זייטיגע אכזבות.
כ'בין נישטא פאר פראבלעמען, כ'בין דא פאר זכיות.. און כ'וויל נישט וויסן פון קיין דאגות, נאר פון תענוג רוחני וואס מיין גאנצע ישות זאל מעיד זיין בפה מלא, יא מנשה ס'איז געשמאק.
והנה זעמער אויפן וועג, און ס'שלענגעלן זיך אריבער שדות וכרמים, ווען נישט די אינערליכע געפיל, אז כ'בין אין הייליג לאנד, וואלט איך נישט נתפעל געווארן פון סצענעס און פאנאראמעס, ווייל דאס איז נישט מיין חידוש דא, מ'קען אין די וועלט אויך געפונען ענליכע שיינע אויסצוגן פונעם באשעפערס באשאף.
אויב די שיינקייט דארף זיין די ערד און די איבריגע מענטשן מאכערייקעס דא, בין איך אויסדרוקליך נישט אינעם פארגעניגן שטימונג, ביי מיר האט נאך דערווייל נישט אויסגענומען אלץ מער אינטערעסאנטער, סיי וועלכע ארט דא, אינעם הייליג לאנד, מער אינטערעסאנטער ווי מיין אייגן געבורט שטאט שיכון סקווירא.
ס'דא הייליגע מקומות, אוודאי איז דא שורה א רוח קדושה וטהרה עילאה, און דאס וויל יאך שפירן און דאס קען מען שפירן, אבער די אויסערליכע שיינקייט? גלייב איך איז נאך ווייט פון וואס מיר האפן אויס צום יום הגאולה, און צום פארגלייך, זאג איך נאכאמאל, איז מיין געבורט שטעטל שוין שענער און געשמאקער.
אבער ווען כ'האב דאס געקלערט, האב איך נאך געהאלטן פארן באזוכן די גליל..
כ'האב קוים אנגעהויבן שמעקן דאס אוויר, און קוים געזען וואס געפונט זיך אינעם נגב, ס'נאך דא אפאר טיילן אין לאנד, ס'איז דא דיאמאנטן, וואס זענען פארשטעקט אין ווינקאלעך.
או ווא, א לאכעדיגע אשכול, פון עטליכע תגובות האב איך אזוי אויסגעפלאצט אז מיינע קאלעגעס אין אפיס קוקן וואס איז געשען דארט...
אבער די פאוסט פון מנשה, א מחי' צו לייענען, א גריס פון ארץ ישראל, אה, ווי עס בענקט זיך...
ברענג נאך, מיט בילדער פון אלעם. תודה
ווילקאמען זי בעק מנשה!
אויב אמת זיי הייסן די גליל בערג, יא, מ'זעט א שטארקע חילוק צווישן יהודה שומרון און גליל, ווי היימיש גערעדט איז גליל מער 'קאנטרי סייט', און דאס איז מיר אייביג געווען מער צום הארצן ווי 'סיטי לייף'.
אבער די טאוולען וואס צייגן די נעמען פון די שטעט אינטערוועגנס, געבט מיר מזמן לזמן א קיצל, דאס זענען נישט קיין שפילעריי אויף א קינדער טאוועל? ניין, עס איז וואר איך בין אצינד אויף די ווארע גליל בערג, די נעמען 'אשקלון' און 'עכו' און דאס גלייכן, בליצן מיר פאר, ווי כ'האב געלערנט דא דארט וועגן די ערטער.
אט יעדע טריט דא, האט אין זיך היסטאריע, וואס איז געווען פארבינדן מיט די הלכה און מדרשים שטאנדפונקט, כאטשיג וואו אין גמרא און ארום אין מדרשי חז''ל, האבן זיך גרויסע און באקאנטע באשעפטיגט אין די נעמען פון אט די דאזיגע ערטער, ווי איך דריי מיך יעצט דא.
איך געב א טיפע אטעם אריין, צו מאכן זיכער אז איך בין וואך, יא, איך שפיר א גייסטישע טויש אין מיינע געהירן, די מחשבה אליין מאכט מיר טוישן פאזיציע, און איך שפיר אומגעדולדיג שוין, ווען וועל איך אראפטרעטן אויף די שטעטעלאך ווי איך פאר יעצט אהין, צפת מירון טבריא.
נאך איין קארגע שטונדע.
איך שטייג אראפ מיט קענטיגע התרגשות, איך טרעט אויף די אדמת הקודש פון די צפת'ע געסלאך, טאקע ניי שטאט, אבער צפת!
די אוויר! אה, איך שפיר באלד די טויש אין די אטמאספער, ס'איז זייער געשמאק בגוף ונפש, און מיין נשמה שפירט דערהויבן, איך גיי מעלה מעלה ארויף די בערגל צום ציל.. צום שפיץ בארג אין די הויעכע גליל, דער דאזיגע שטאט צפת, די עיר הבירה פון גליל העליון.
אט איז א שילד, רחוב האריז''ל..
נו, איך פרעג אן דעם יענעם, און כ'בין אינעם ציל, צו באטרעטן די הייליגע ציון פונעם קודש אלוקי – רבינו יצחק לוריא אשכנזי, זצוקללה''ה.
נו, אנצוקומען אהין, איז דאך נישט איין קאצן שפרונג, און אויך נישט איין ציל, מ'שפרייזט אריין אינעם אלט שטאט צפת, ארויף אראפ, די סצענעס טוישן זיך אטאמאטיש, ווי בילדער אויפן וואנט ביי די רייכע אין ווילא..
דא איז עס פאר א אמת צפת.. די עכטע צפת, די נאטורליך הייליגע פאקטישע צפת.
און ווי די וועג איז אויסגעשטעלט, קומען מיר אן צום וועג וואס פירט אהין צום אר''י הקדוש'ס מקוה! נישט קיין לאנגע הקדמות, און מיר זענען אויף די טרעפעלאך אהין.
ס'ווערט מיר לעכטיג פאר די אויגן, איך בין זוכה צו וואס איך האב אזוי געגארט אלץ, צו כאפן א טבילה אין אט דעם פרישן הייליגן ריינעם קוואל, וואס דאס אליין – א מעיין מקוה איז א סגולה און א זכיה און א טהרה וואס איז נישטא גרעסערס, איז עס נאך דעם אר''י הקדוש'ס מקוה, און ווער ס'האט זיך אלץ שוין דא געדרייעט..
דא בין איך צופיסנס פונעם הייליג מעיין, די הייליגע קוואל וואסער שמייכעלט צו מיר, ווען איך שפרונג פון די הויט פאר התרגשות, איך כאפ אראפ פון מיר די בגדים, און בעט א חבר זאל עס היטן מיט די מטמוניות אין טאש.. און כ'בין שוין א טריט צום וואסער.
איין רגע! כ'האב נאכנישט געזאגט די תפילה, וואס מ'זאגט בעפאר.
איך כאפ מיך ארום מיטן די ערשטע בגדים, געב א וואש די האנט דערנעבן, און זאג מיט קאכעניש די הייליגע תפילות דארט, וואס שילדערט ווי מ'ווערט א נייע מענטש טובלנדיג זיך אין דעם מקוה האריז''ל.
א תפילה א געבעט א שבח א פיוט, אלעס איז גוט פאר הכנה, איך קען נישט זוימען מער, די מח לב ונשמה, נאגן ביי מיר זיך אונטעראיילען, און איך געב א לויף אהין צום קוואל, א טאנץ אריין!!!
א מחיה..
ממילא איך פארנעם קעלט, ווען איך גיי יעדן טאג כמעט אין א קאלטן מקוה, אבער די ארומיגע געסט וואס ווילן אויך כאפן א טבילה, וואונדערן זיך וויאזוי איך ציטער נישט פון קעלט, און וויל זיך גארנישט שיידן פון דארט.
א האלבע שטונדע בערך האט איך פשוט פאר התרוממות הנפש, זיך גע'טובל'ט און גע'טובל'ט איינס נאכן אנדערן, און נישט געווארן זעטיג..
כ'האב ביי מיר אין הארצן געזאגט הייליגע פסוקים, פשוט פון התרגשות, ווען איך האלט מיך צו די ווינקל פונעם מקוה, צו לאזן די אנדערע אריינטאנצן ווען זיי וועלן שפירן גרייט.
כ'שעם זיך נישט צו זאגן, כ'האב אראפגעשלונגען אפאר מאל א פולע מויל וואסער פון די מקוה, און זיך געריבן די אויגן, און געשפרונגען דערין, ביז.. מיין חבר האט מיר שוין אונטערגעיאגט, ס'ווערט שוין שפעט, און מיר האבן נאך אריינצוכאפן היינט אסאך.
מיטן פסוק שמע ישראל, האב איך נאך געגעבן איין גוטע טבילה, און ארויסגעשפרונגען א העכסט פרייליכער מיט א שמייכל פון אויער צו אויער, דורכגעווייגט מיט די מעייני הישועה, באנעצנדיג מיינע קליידער בכוונה, זאלן זיי אויך אויסלעקן די הייליגע וואסער, און מיך מאכן געדענקן די גינסטיגע שעה אצינדער.
ווען כ'האב געוואשן די הענט און זיך גרייט געמאכט צוצוטרעטן צו די הייליגע מקומות, ווי עס ליגן באהאלטן די שרפי מעלה, האב איך א ציטער געגעבן, ווען כ'קום נענטער, דא ליגט דער הייליגער אלשי''ך, דער בית יוסף, דארט זע איך דער ערבי נחל, אה, די נעמען דרייען מיר איבער די געדערים פון געהוינבנקייט.
ביי יעדן באזונדער, טוה איך גענענען מיט יראת הכבוד, און א פלייץ בקשות, קושנדיג די הייליגע שטיינער וואס זענען די ציון אויף הייליג מקום.
ארויפשטייגנדיג ביזן אר''י הקדוש, און דערנעבנדיגע הייליגע, דער בעל לכה דודי און די חבורה קדושה וואס ליגן דארט, שפרייזנדיג צו די ארטיגע מקומות קדושים, ווי עס ליגן פון די הייליגסטע פון אלע דורות, דא חנה ושבעה בניה, הושע בן בארי, א הייל א טאל, א בערגל, א שטיין, איבעראל איז געוואונטשן איבערלאזן א קאפיטל און א שורה בקשות, פאר זיך פאר יענעם פארן כלל און פאר פרט.
די צייט לויפט, און אויך מיר לויפן שוין ווייטער, מ'כאפט זכיות, און מ'קען זיך צו לאנג נישט פארזוימען, מיר האבן אצינד אין ציל, צו כאפן מירון, עמוקה, און אפשר נאך עפעס אונטערוועגנס, און כ'וויל כאטש אנקומען נאך היינט צו טבריה, ווי עס ליגט דער הייליגער רבי – ר' מאיר בעל הנס פון די גמרא.
ליבי אומר לי, דארט ציט מיין נשמה, אז איך דארף מחונן זיין און זיך אויסבעטן.
מיר רופן א דרייווער זאל אונז טראגן, מיט נאך עטליכע יודן צוזאמען, אינעם ציל קיין מירון.