☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » שעפעלע דיין מאמע עקזיסטירט ווייטער

שעפעלע דיין מאמע עקזיסטירט ווייטער

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2117

נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:45 pm

· #52879
שעפעלע דיין מאמע עקזיסטירט ווייטער
היינט קומט אן מיין קא-ווארקער א גוי צישאסען, ער ווייסט זיך נישט ווי אהין ציטאן. ער פארציילט מיר זיין ווייב איז געשטארבען און ער איז געבליבען מיט צוויי יתומים'לך א פינעף יעריג און א ניין יעריג.
די קונדער זענען ציבארכן און וויינען מאמי מאמי! זיי מיסן איר זייער שטארק. ער קען זיי נישט טרייסטן און ווייסט נישט וואס זיי ציזאגן. זיי וויינען פרעגען ווי איז מאמי?
זאגט איך עם ווען די זאלסט ווען גלייבען און השארת נשמה וואלט דיין מצב געווען היפש לייכטער. די וואלסט זיי געקענט זאגן מאמי עקזיסט, זי איז און א גוט פלאץ, זי קען וואטשען אויף אונדז פון אויבען וכ' וכ'.
זאגט ער מיר, כ'פארשטיי נישט וואס זאל איך זיי זאגן, און ווי אזוי גייט זיי דאס העלפן? זיי ווייסען און זעען זייער מאמיס טויטע גוף (זי איז אין א ארון אויף געדעקט(אנגעטאן קליידער) מ'קען איר געהעריג זען, זיי יאגן זיך נישט ציבאגראבן) אלאמאי איך זאל זאגן אז איר ספיריט איר נשמה גייט אן ווייטער אבער איר גוף גייט זיך ענדיגען. טנעה'ט ער, זיי קענען זייער מאמע אלץ איר גוף איר שמייכעל, קישן,ווארמקייט, געשטעל,אויסזען. דאס איז וואס זיי מיסען, אין דאס איז פארטיק.
סוועט זיי גארנישט העלפן אז א חלק פון איר וואס זיי האבן קיינמאל נישט געקענעט און געהאט א שייכות עקזסטירט ווייטער.
בין איך עם מסביר זיי מיסען איר אויסזען איר געשטאלט? נא דאס איז דאך נאך דא קענסט איר האלטן לעולם ביי דיר און דיינונגרום אין א גלאזענעם קעסטעל. אלא מאי זיי מיסען איר נשמה איר ספיריט, דאס קענען זיי נישט אראפ שלינגען אז סאיז פארטיג, ס'נאמאר דא, ס'האט זיך ג'ענדיגט. אוון אויף דעם איז השארת נשמה א שטראקער טרייסט.

די טנעה איז געגאנגען אהין און ציריק,מיר זענען נישט ארויס קלאר.( מיין בלבאס איז אריינגעקומען אינמיטן און זיך גערעגט אז איך רעדט זאלכע האקלע זאכן מיט'ן גוי)
וואס האלט דער עולם איז השארת נשמה א טרייסט וואס פארגריגערט די צער אדער נישט.
ווער איז גערעכט ער אדער איך?

דעינעש » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:55 pm

· #52881
א גוי האט א גשמה ??!?, דאס מאל לאז ער זיין גערעכט.
(זעה אבער, אז ער איז געקומען ביי דיר זוכן חיזוק, מאך א קידוש ה', ווייז אזאנע מיטלייד).

נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:13 pm

· #52885
דעינעש
א גוי האט א גשמה ??!?, דאס מאל לאז ער זיין גערעכט.
(זעה אבער, אז ער איז געקומען ביי דיר זוכן חיזוק, מאך א קידוש ה', ווייז אזאנע מיטלייד).

די האלטס אז גיהינום איז נאר באשאפן געוואררן פארן עם הנבחר?
היטלערס נשמה מיז לעבען.

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:17 pm

· #52886
פאר קינדער איז השארת הנפש נישט קיין גרויסע נחמה, ווייל זי איז למעשה נישטא.
ווען זי זאל פארען קיין האלעלולא וואלטען זיי אויך געוויינט.
און פאר ערוואקסענע אויך נישט.

דער חלק וואס עס טוט וויי אז איינער איז געשטארבען און מען האט רחמנות אויף יענעם, אויף דעם קען העלפען דער נחמה.

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:37 pm

· #52890
איך בין ב"ה נישט בקי אין די ענינים, רעד איך נאר מבחוץ לכאורה.
מזעהט דאך אז סאיז דא א מצווה פון אבלות און בכייה על המת, טראץ דעם וואס מיר גלייבן אין השארת הנפש, זעהט מען אפילו מגבלייבט אין דעם איז דאס א פארלוסט און מברויך און ממעג וויינען [אדרבה סדא דאכצימיר א תשובה אין רדב"ז אז איינער וואס ויינט נישט און סגייט עם נישט אן איז א אכזר] .
די טעם פאר דעם איז טאקע לכאורה דאס וואס דער גוי האט געטעהנט. דער קינד וויל זיין בשר ודם'דיגער מאמר, נישט איר נשמה. און אויף דעם ויינט ער.
און די נחמה וואס מאיז מנחם די אבלים, איז אויך לאו דווקא כלול די נקודה אז "דיין מאמע לעבט וייטער", הגם מהערט צומאל די סראט נוסחאות ביי לויות און שבעות, וייס איך נישט צו ממיינט דאס ערנסט אדער סנאר אזא נוסח וואס מזאגט. אזויווי בלע המוות לנצח. די עיקר זאך וואס אנדערע מענטשן קענען טוהן איז מיטפילן מיט דער אבל און וייזן אז מהאלט מיט מיט עם ער איז נישט אליין. איך מיין אז רוב שכלדיגע הסברים העלפן גארנישט [א שטייגער ווי איוב האט געזאגט פאר זיינע חברים והסכים ה' עמו.]
תחיית המתים איז אפשר יא מער א נחמה וייל מוועט זיך טרעפן צוריק מיטן גוף.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:10 am

· #52893
איחוד, לייקוואד,
למעשה ווען די קונד פרעגט ווי איז מאמי, און מענפערט און גן עדן, איז עס נישט מער ניחא פארן קינד ווי ''קיין ערגעץ נישט, זי האט זיך גענדיגט''?

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:24 am

· #52897
נולד מאוחר
איחוד, לייקוואד,
למעשה ווען די קונד פרעגט ווי איז מאמי, און מענפערט און גן עדן, איז עס נישט מער ניחא פארן קינד ווי ''קיין ערגעץ נישט, זי האט זיך גענדיגט''?

כמ"ש ר' יאנקל, גלייב איך נישט אז דער כופר וועט אמאל אזוי זאגן פאר דער קינד וואס פרעגט אזא שאלה.
וואס יא? וייס איך נישט. ער קען זאגן למשל "מאמי לעבט אין אונזערע זכרונות", וכדו', וואס דאס איז אויך א סארט השארת הנפש.
ער קען עם פראבירן מסביר זיין אז יא, אזוי איז דער גאנצע וועלט, אלע שטארבן צום סוף, בהמות שטארבן, קיען שטארבן, פליגן שטארבן, מאמי איז סך הכל געשטארבן אביסל פריער ווי אנדערע מענטשן, כך הוא דרכה של עולם [אמאל האב איך געהערט איינער פארציילן אז אזוי האט ער מסביר געווען פאר את יתום]. דאס איז גאנץ א שכלדיגער הסבר, הגם איך וייס נישט וויפיל שכל העלפט דא כנ"ל.
דאך האסטו א פוינט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:30 am

· #52900
[ציטאט אראפגענומען]

סאיז א טיפיקיל טעות וואס מענטשען מאכן. מבראבירט צי אבערווייזען ריליגע מיט א דעם אז סאיז בעסער און באקוומער.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:33 am

· #52901
לעיקוואד
נולד מאוחר
איחוד, לייקוואד,
למעשה ווען די קונד פרעגט ווי איז מאמי, און מענפערט און גן עדן, איז עס נישט מער ניחא פארן קינד ווי ''קיין ערגעץ נישט, זי האט זיך גענדיגט''?

כמ"ש ר' יאנקל, גלייב איך נישט אז דער כופר וועט אמאל אזוי זאגן פאר דער קינד וואס פרעגט אזא שאלה.
.

ווען דיין פינעף יעריגס פרעגט דיר ווי אזוי געבוירט מען א קינד זאגסטו נישט ליגענט?

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:07 am

· #52918
נולד מאוחר
לעיקוואד
נולד מאוחר
איחוד, לייקוואד,
למעשה ווען די קונד פרעגט ווי איז מאמי, און מענפערט און גן עדן, איז עס נישט מער ניחא פארן קינד ווי ''קיין ערגעץ נישט, זי האט זיך גענדיגט''?

כמ"ש ר' יאנקל, גלייב איך נישט אז דער כופר וועט אמאל אזוי זאגן פאר דער קינד וואס פרעגט אזא שאלה.
.

ווען דיין פינעף יעריגס פרעגט דיר ווי אזוי געבוירט מען א קינד זאגסטו נישט ליגענט?

אולי לא הבנת, מה שכתבתי שאינו עונה התכוונתי על מה שכתבת שצריך לענות קיין ערגעץ נישט. אדרבה ער דאר אויך ענטפערן עפעס מער באטעמט.
די משל וואס די ברענגסט איז ראוי לאשכול בפנ"ע. ככלל בין איך נישט באקוועם מיט אפענע שקר אין קיין שום נושא. נאר ממוז נישט זאגן די גאנצע אמת אויך נישט.

elter-zeide » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:56 am

· #52944
דער אמת איז, עס איז נישט שייך קיין טרייסט ווילאנג עס איז מתו מוטל לפניו, די אלע נחמות וואס מ'זאגט ביי ניחום אבלים (ווי ווייניגער איז בעסער) דאס איז שוין נאך די לוויה, און דאס איז נאר ביי יודן, אין דא מיט דעם גוי איז גאר אנדערש, ער טראכט אנדערש און פארשטייט אנדערש, אונז אידן פארשטייען אנדערש, א יעדעס ווארט וואס דו האסט געזאגט פארן גוי האט ביי אים אויסגעקוקט זייער נאריש און טיפשות'דיג, אזוי ווי איינער זאל דיר זאגן אז דער יוזל איז ארויפגעפלויגן אין העווען, דיין ב"ב איז זייער גערעכט געווען.

gehlungen » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:12 am

· #52952
לעיקוואד
איך בין ב"ה נישט בקי אין די ענינים, רעד איך נאר מבחוץ לכאורה.
מזעהט דאך אז סאיז דא א מצווה פון אבלות און בכייה על המת, טראץ דעם וואס מיר גלייבן אין השארת הנפש, זעהט מען אפילו מגבלייבט אין דעם איז דאס א פארלוסט און מברויך און ממעג וויינען [אדרבה סדא דאכצימיר א תשובה אין רדב"ז אז איינער וואס ויינט נישט און סגייט עם נישט אן איז א אכזר] .
די טעם פאר דעם איז טאקע לכאורה דאס וואס דער גוי האט געטעהנט. דער קינד וויל זיין בשר ודם'דיגער מאמר, נישט איר נשמה. און אויף דעם ויינט ער.
און די נחמה וואס מאיז מנחם די אבלים, איז אויך לאו דווקא כלול די נקודה אז "דיין מאמע לעבט וייטער", הגם מהערט צומאל די סראט נוסחאות ביי לויות און שבעות, וייס איך נישט צו ממיינט דאס ערנסט אדער סנאר אזא נוסח וואס מזאגט. אזויווי בלע המוות לנצח. די עיקר זאך וואס אנדערע מענטשן קענען טוהן איז מיטפילן מיט דער אבל און וייזן אז מהאלט מיט מיט עם ער איז נישט אליין. איך מיין אז רוב שכלדיגע הסברים העלפן גארנישט [א שטייגער ווי איוב האט געזאגט פאר זיינע חברים והסכים ה' עמו.]
תחיית המתים איז אפשר יא מער א נחמה וייל מוועט זיך טרעפן צוריק מיטן גוף.

It seems that you are forgetting that we are talking about a "G O Y " no neshomeh its only a gif. VD"L !

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:22 am

· #52991
?If he has no neshama how is he alive

נשמה קומט פון די ווארט נשימה, אטעמען, און דער גוי אטעמט אויך. נאר וואס דען מיינט דאס אז דער גוי האט קיין נשמה, דאס מיינט די העכסטע שטאפל פונעם נשמה, העכערן נפש און רוח, וואס דאס האט זעכער די גוי, פארן גוי איז אויך דא השארת הנפש, עולם הבא, ווי ס'שטייט אז מחסידי אומ"ה יש להם חלק לעולם הבא.
איך מיין אז ס'בארואיקט יא א קינד צו זאגן אז מאמי און אין א בעסערע פלאץ, ס'פעלט איר גארנישט דארט, און זי קוקט אראפ אויף אונז און שמייכלט צו זען ווי א שטארקע גרויסע אינגעל דו ביסט, און ס'האט נישט צו טוהן אויב די זאגער גלייבט דערין צו נישט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:27 am

· #52992
נולד מאוחר
זי איז און א גוט פלאץ, זי קען וואטשען אויף אונדז פון אויבען וכ' וכ'.

עפעס א נייע משוגעת.
כ'פארשטיי עס נישט. - לויט ווי מ'זאגט:
1) אלעס וואס קומט אויפן מענטש איז לטובתו.
2) אויף יענע וועלט זעהט מען אלעס.
אויב אזוי, אפילו די מאמע זעהט עפעס שלעכט (נניח אז זי איז שוין אפגעקומען אין גיהנום פאר אלע יסורים און צער וואס האט גורם געווען פאר איר מאן) זעהט זי דאך אז אלץ איז לטובה.
וואס כ'מיין צו זאגן איז, אז מ'זאל נישט ערווארטען א בעסערע לעבן נאך וואס א באליבטע ווערט באגראבן אין דער ערד לנצח.


נשמה קומט פון די ווארט נשימה, אטעמען, און דער גוי אטעמט אויך. נאר וואס דען מיינט דאס אז דער גוי האט קיין נשמה, דאס מיינט די העכסטע שטאפל פונעם נשמה, העכערן נפש און רוח, וואס דאס האט זעכער די גוי, פארן גוי איז אויך דא השארת הנפש, עולם הבא, ווי ס'שטייט אז מחסידי אומ"ה יש להם חלק לעולם הבא.

קיין הוה-אמינא אז א גוי האט א צלם אלוקים. נישט נאר חסידי אומות העולם. - ס'איז דאך א פסוק חומש די וואך -
"הורג דם האדם, באדם דמו ישפך, כי בצלם אלוקים עשה את האדם"
אין מ'רעדט דאך פון א בן נח - א גוי.
און מטעם זה איז זיכער דא עולם הבא פאר אים, צוליב די צלם, וואס איז אלוקית, און אלוקית מוז דאך זיין נצחיות.- כך מקובלני.

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:49 pm

· #53013
נולד מאוחר
וואס האלט דער עולם איז השארת נשמה א טרייסט וואס פארגריגערט די צער אדער נישט.
ווער איז גערעכט ער אדער איך?


כל הכבוד צו דיר פאר דיין גוטוויליגקייט אין העלפן לינדערן די שמערצן פון א צווייטן מענטש. שיק אים צו דעם וועבסייט. יענעמס ביכער קענען יענעם העלפן זען זאכן פון א ברייטערן פערספעקטיוו.

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:37 pm

· #53031
פשוט-קאמפליצירט
נולד מאוחר
וואס האלט דער עולם איז השארת נשמה א טרייסט וואס פארגריגערט די צער אדער נישט.
ווער איז גערעכט ער אדער איך?


כל הכבוד צו דיר פאר דיין גוטוויליגקייט אין העלפן לינדערן די שמערצן פון א צווייטן מענטש. שיק אים צו דעם וועבסייט. יענעמס ביכער קענען יענעם העלפן זען זאכן פון א ברייטערן פערספעקטיוו.

וואס איז דאס לעבן צווישן לעבנס? גלגול?

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 1:46 pm

· #53035
יידל
וואס איז דאס לעבן צווישן לעבנס? גלגול?


ער רעדט א סך פון גלגולים. אבער מיט "לעבן צווישן לעבנס" מיינט ער דאס "לעבן" אינעם עולם הנשמות צווישן איין גלגול און דעם אנדערן.

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:16 pm

· #53049
און פארוואס האלטסטו אז דאס וועט גיבן פאר יענעם א ברייטערן פערספעקטיוו צו בארואיגן און מחזק זיין זיינע צעבראכענע קינדער?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:18 pm

· #53053
[ציטאט אראפגענומען]

אבער קוק וואו קריסטאפער היטשענס איז היינט. אזוי ווי די גמרא זאגט "רשעים אפילו על פתחה של גיהינום אינן חוזרין בתשובה" לאידך גיסא. די אלע גרויסע סייענטיסטן, אריינגערעכנט אלבערט איינשטיין האבן אנערקענט מציאת הבורא נאכן אויספארשן אלע זייטן פון בריאת העולם.

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:19 pm

· #53054
אויב גלייבסטו אין איינשטיין'ס בורא ביזטו גאנץ ווארשיינליך א כופר לויטן אידישן דעפעניציע פון בורא.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:26 pm

· #53064
יידל
אויב גלייבסטו אין איינשטיין'ס בורא ביזטו גאנץ ווארשיינליך א כופר לויטן אידישן דעפעניציע פון בורא.

נייו. ס'איז דא באשריבן אז איינשטיין האט פאר'ן שטארבן זיך אויסגעדרוקט אז טראץ דעם וואס ער האט זיין גאנץ לעבן מכחיש געווען מציאת הבורא. אבער ער איז געקומען צו די מסקנא דורך זיינע פארשונגען אז די גאנצע בריאה איז מעשה ידיו של הקב"ה. פארשטייט זיך אז זיין דרגא פון אמונה איז נאך ווייט נישט וואס אונז האלטן מיר. אבער קריסטאפער היטשענס האט אפן דערקלערט אז לית דין ולית דיין רח"ל.

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:28 pm

· #53068
איינשטיין האט געהאלטן אז אית דיין (אויך מיר א דיין, די נאטור) אבער לית דין. בעסער?

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:27 pm

· #53096
יידל
און פארוואס האלטסטו אז דאס וועט גיבן פאר יענעם א ברייטערן פערספעקטיוו צו בארואיגן און מחזק זיין זיינע צעבראכענע קינדער?


ווייל איך האב געלייענט זיינס א בוך. (ווילסט טאקע די גאנצע תורה אויף איין פוס? 🙂

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:31 pm

· #53097
פשוט-קאמפליצירט
יידל
און פארוואס האלטסטו אז דאס וועט גיבן פאר יענעם א ברייטערן פערספעקטיוו צו בארואיגן און מחזק זיין זיינע צעבראכענע קינדער?


ווייל איך האב געלייענט זיינס א בוך. (ווילסט טאקע די גאנצע תורה אויף איין פוס? 🙂

איז זיין בוך אויך געבויעט אויף דעם יסוד אז מיר זענען בלויז איין גלגול אין דערמיט פון א לאנגן לעבן (אדער אפאר לעבנס)?

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 4:40 pm

· #53136
יידל
איז זיין בוך אויך געבויעט אויף דעם יסוד אז מיר זענען בלויז איין גלגול אין דערמיט פון א לאנגן לעבן (אדער אפאר לעבנס)?


די זעלבע נשמה אין מערערע לעבנס, גופים, טיפן, און אומשטענדן. די נשמה, לויט דעם מחבר, קען זיך צעטיילן אין עטליכע גופים אויך.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 9:58 pm

· #53219
gehlungen
לעיקוואד
איך בין ב"ה נישט בקי אין די ענינים, רעד איך נאר מבחוץ לכאורה.
מזעהט דאך אז סאיז דא א מצווה פון אבלות און בכייה על המת, טראץ דעם וואס מיר גלייבן אין השארת הנפש, זעהט מען אפילו מגבלייבט אין דעם איז דאס א פארלוסט און מברויך און ממעג וויינען [אדרבה סדא דאכצימיר א תשובה אין רדב"ז אז איינער וואס ויינט נישט און סגייט עם נישט אן איז א אכזר] .
די טעם פאר דעם איז טאקע לכאורה דאס וואס דער גוי האט געטעהנט. דער קינד וויל זיין בשר ודם'דיגער מאמר, נישט איר נשמה. און אויף דעם ויינט ער.
און די נחמה וואס מאיז מנחם די אבלים, איז אויך לאו דווקא כלול די נקודה אז "דיין מאמע לעבט וייטער", הגם מהערט צומאל די סראט נוסחאות ביי לויות און שבעות, וייס איך נישט צו ממיינט דאס ערנסט אדער סנאר אזא נוסח וואס מזאגט. אזויווי בלע המוות לנצח. די עיקר זאך וואס אנדערע מענטשן קענען טוהן איז מיטפילן מיט דער אבל און וייזן אז מהאלט מיט מיט עם ער איז נישט אליין. איך מיין אז רוב שכלדיגע הסברים העלפן גארנישט [א שטייגער ווי איוב האט געזאגט פאר זיינע חברים והסכים ה' עמו.]
תחיית המתים איז אפשר יא מער א נחמה וייל מוועט זיך טרעפן צוריק מיטן גוף.

It seems that you are forgetting that we are talking about a "G O Y " no neshomeh its only a gif. VD"L !

איך בין נישט מסכים מיט דיר. מיט בלויז א גוף וואלט א נישט איד נישט געקענט לעבן. אפילו לויט די מקובלים וואס האלטן אז נאר א יוד האט א נשמה. אבער א יעדע לעבעדיגע באשעפעניש האט א "נפש"

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:02 pm

· #53221
ר' איד
אנטשולדיגט
אבער רעדען מיט א גוי וועגען הייקילע ענינים ווי השארת הנפש איז נישט אויסגעהאלטען. ווי נעמט איר די אחריות דאס צו טוהן?
ווער רעדט נאך א גוי וואס זיין שיקסע פגר'ט טאר מען נישט ארויסווייזען קיין שום רחמנות נישט. האבען זיי דען רחמנות געהאט אויף אונזערע זעקס מיליאן?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:14 pm

· #53229
יידל
איינשטיין האט געהאלטן אז אית דיין (אויך מיר א דיין, די נאטור) אבער לית דין. בעסער?

לאמיר געדגענקען אז איינשטיין איז געבוירן אין א שטוב וואו ס'איז נישט געווען קיין אמונה אין מציאת הבורא. און ער האט טאקע געהאלטן אזוי זיין גאנצן לעבן. אבער ביים סוף (נאכדעם וואס ער האט באשריבן זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט) האט ער זיך אויסגעדרוקט אז ער מוז איינזען די מציאות הבורא אין די בריאה. דאס מיינט נאכנישט אז ער האט מקבל געווען אמונה לויט די י"ג עיקרי הרמב"ם. אין א געוויסע בחינה איז ער געווען ווי א תינוק שנשבה.

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:22 pm

· #53234
בעסער דער איינשטיין דער רשע זאל זיין א גוי ווי א תינוק שנשבה.

לאדיך אפ » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:24 pm

· #53235
רשע? פארוואס רשע?

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:25 pm

· #53237
ער האט דאך גלייקענט אין בריאת העולם, נא און טאמער האט ער שוין געזאגט אז עס מוז זיין עפעס א כח פנימי אין אלעס מיינט אז ער איז שוין א איד?
און לאמיר נישט פארגעסען אז א דאנק אים האבען די דייטשען באקומען א שנאה צו אידען ווייל ער האט זיי פארלאזט.
די אלע אידען וואס שטודירען זענען נישט א טובה פאר אונז.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm

· #53249
איי שור האופ סאו, אויב נישט האמער דא א פרישע טראלל.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:03 pm

· #53261
[ציטאט אראפגענומען]

קודם זיי איהם מסביר וואס דאס איז פאו׳ס געזעץ.

העלא » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:13 pm

· #53270
א גוי האט א נשמה, אבער עס קומט נישט אהן צו יענע וועלט,

גיהנים, כף הקלע, די אלע זאכן זענען נאר פאר אידן,

א גוי וואס האלט נישט די 7 מצוות קומט אפ אויף די וועלט, א איד איז א זכי' אויב ער קומט אפ אויף די וועלט, אזוי ווערט ער ניצול פון גיהנים וכדומה,

א גוי איז "עם הדומה לחמור, ער שטארבט איז ער פערטיג

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 11:20 pm

· #53275
אזוי? און די אלע עונשים אויף יענע וועלט האט מיט א גוי גארנישט איינגעשטויסן?
דער נאצי אדער קרייצ-ציגלער האט אפגעמארדעט ווייסעך וויפיל אידן הי"ד מיט מיתות משונות, און שלאפט רואיג אין קבר?
און וואס מיינט נקום לעינינו נקמת דם עבדיו השפוך?

פרומאק, דו דארפסט ארבעטן אויף דיין מדה פון רחמנות, סיי אויף אידן (אפילו אויף א "אויכמיר א איד") און אפילו אויף גויים.
ורחמיו על כל מעשיו, מעשי ידי טובעים בים וכו', דער גוי איז נישט שולדיג אז נאציס האבן גע'הרג'עט אידן. הער אויף מאכן די חשבונות.

נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:00 am

· #53294
פרומאק
ר' איד
אנטשולדיגט
אבער רעדען מיט א גוי וועגען הייקילע ענינים ווי השארת הנפש איז נישט אויסגעהאלטען. ווי נעמט איר די אחריות דאס צו טוהן?
ווער רעדט נאך א גוי וואס זיין שיקסע פגר'ט טאר מען נישט ארויסווייזען קיין שום רחמנות נישט. האבען זיי דען רחמנות געהאט אויף אונזערע זעקס מיליאן?

איך אין דיין הויזן (רח"ל)וואלט שוין מיט געשאלטן די גאט וואס האט באשאפן די פארשטינקע גוי און גויטע.

נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:11 am

· #53296
קאווע טרינקער
נולד מאוחר
זי איז און א גוט פלאץ, זי קען וואטשען אויף אונדז פון אויבען וכ' וכ'.

עפעס א נייע משוגעת.
כ'פארשטיי עס נישט. - לויט ווי מ'זאגט:
1) אלעס וואס קומט אויפן מענטש איז לטובתו.
2) אויף יענע וועלט זעהט מען אלעס.
אויב אזוי, אפילו די מאמע זעהט עפעס שלעכט (נניח אז זי איז שוין אפגעקומען אין גיהנום פאר אלע יסורים און צער וואס האט גורם געווען פאר איר מאן) זעהט זי דאך אז אלץ איז לטובה.
וואס כ'מיין צו זאגן איז, אז מ'זאל נישט ערווארטען א בעסערע לעבן נאך וואס א באליבטע ווערט באגראבן אין דער ערד לנצח.


סאיז מיר שוין דא שווער געווען די זעלבע

נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:19 am

· #53299
פשוט-קאמפליצירט
נולד מאוחר
וואס האלט דער עולם איז השארת נשמה א טרייסט וואס פארגריגערט די צער אדער נישט.
ווער איז גערעכט ער אדער איך?


כל הכבוד צו דיר פאר דיין גוטוויליגקייט אין העלפן לינדערן די שמערצן פון א צווייטן מענטש. שיק אים צו דעם וועבסייט. יענעמס ביכער קענען יענעם העלפן זען זאכן פון א ברייטערן פערספעקטיוו.

איך האב עם געוואלט געבען חי לייפיין'ס # ער האט נישט געוואלט רופן. כ'האב עם געזאגט זיי געבן טערפי בחנם, ער האט געשטוינט. און גלייך געפרעגט לשיטתך פארוואס דארף עטס טערפי ענק גלייבן דאך יא אין עולם הבא?

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 2:10 am

· #53319
פרומאק
ער האט דאך גלייקענט אין בריאת העולם, נא און טאמער האט ער שוין געזאגט אז עס מוז זיין עפעס א כח פנימי אין אלעס מיינט אז ער איז שוין א איד?
און לאמיר נישט פארגעסען אז א דאנק אים האבען די דייטשען באקומען א שנאה צו אידען ווייל ער האט זיי פארלאזט.
די אלע אידען וואס שטודירען זענען נישט א טובה פאר אונז.

איין זאך זעה איך. "פרומקייט" און עם הארצות גייען צוזאמען. די מעשה איז דאך פונקט פארקערט.איינשטיין האט פארלאזט דייטשלאנד ווען ער האט איינגעזען אז פאר אידן איז נישט דא קיין פלאטץ אין דייטשלאנד. 🙄

ישמעאל הכהן » מאנטאג יאנואר 5, 2015 2:55 am

· #245909
העמק דבר ביטע