☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ווער ווייסט די ווערטער פון דעם ניגון?

ווער ווייסט די ווערטער פון דעם ניגון?

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2110

מורינו הרב » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 3:43 am

· #52488
ווער ווייסט די ווערטער פון דעם ניגון?
איך האב געטראפן א הערליכע קליפ, געזינגען שטארקע שירי דביקות וכסופין.

עס איז מיר שטארק געפאלן דעם ניגון וואס זיי זינגען צווישן 25 און 30 מינוט. עס קוקט אויס א ניגון אויף אידיש, אבער איך קען נישט אויפכאפן די ווערטער.

אויב איינער קען זיין א מזכה את הרבים און אראפברענגען די ווערטער, וועל איך אים מכיר טובה זיין דערויף.

פאלגענד איז די קליפ:
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=4Z_QaFcYPx4">http://www.youtube.com/watch?v=4Z_QaFcYPx4</a>

ווער קען אראפשרייבן די ווערטער פון דעם ניגון אויף מינוט 22 און ווייטער?

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:18 am

· #52517
איך קען נישט דעם ניגון, אבער איך וואלט זייער געוואלט זיך געפינען דארט און מיטזינגען!
מיט אזא התרגשות!

אין אמעריקע טרעפט מער כמעט נישט אזוינס, אויב בכלל.

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:24 am

· #52562
דער ניגון מה יתרון לאדם(ביי 00 :30) איז א סימפל ניגון אבער עס שניידט פון מיר שטיקער, איך בין מיך נוהג צו גיין יעדעס יאר סוכות באזוכען מיין קרוב א ליטוואק כדי צו זינגען מיט עם דעם ניגון בהתעוררות, ער זינגט עס מיט אביסעל אנדערע ווערטער און קנייטשן אבער דער מעסעדש איז דער זעלבער.

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:29 am

· #52567
שמעקעדיג
איך קען נישט דעם ניגון, אבער איך וואלט זייער געוואלט זיך געפינען דארט און מיטזינגען!
מיט אזא התרגשות!

אין אמעריקע טרעפט מער כמעט נישט אזוינס, אויב בכלל.

זאג איבער די ווערטער און דערנאך זאג מיר וויאזוי מענטשען האבן געקענט פאר א סעקונדע דאס גלייבען. (אן אריינגיין אין די פילע פראבלעמאטישע חלקים פון יענע חצר) ווער עס קען דעם איד ווייסט עס איז נישט במציאות עס זאל כלל קלעבן, דער איד עסט קוים כדי חייו.

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:34 am

· #52573
אמת, גאר א שטארקע התעוררות.
אין אמעריקא איז דא קומזיצען אויך דא אין דארט פאר שעות ארוכות מיט התעוררות שאין כמוהו. פרעג דיך נאך וועסטו טרעפען.

דארט איז דא איין גרויסע חסרון, אדער צוויי.
ראשית די מוזיק, איז עקסטערע און מאכט קליא.
שנית די זינגער.
א התעוררות ביי א קומזיץ ווען דער עולם צופייערט זיך, נישט מיט א זינגער און מוזיק.


ועוד, וואס קוקט דער רבי אריין אין א ספר און אמאהל פאפירען בשעת'ן זינגען?

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:44 am

· #52580
ווערט איז דער גיחזי וואס מאכט מיט דער הענט דער עולם זאל זינגען העכער?
📎 barland.JPG

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:50 am

· #52584
די לעצטע מינוט כאפט אזא עקעל. אויש.

מורינו הרב » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 3:28 pm

· #52733
אויך די דרייסיגסטע מינוט, ווען מען זעט אים אין גרויס - די מאדנע פאקסן וואס ער מאכט מיט די מויל איז זייער אינטערעסאנט.

מורינו הרב » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 3:24 am

· #52943
נו, קיינער קען נישט ענטפערן די ווערטער פון די ניגון?

איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 8:05 am

· #52950
איחוד פעלד
די לעצטע מינוט כאפט אזא עקעל. אויש.

איך רעד פין דער ווי זיי פלעדזען אליגענס צו ר' נחמן

פרומאק » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:28 pm

· #53238
ווייסט איינער אויב ער נעמט געלט פון די מדינה?

מורינו הרב » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:12 pm

· #53412
פרומאק איז נתפעל געווארן פון דער ווידיא, און קלערט זיך צוצוקלעבן און נשפע ווערן פון אים, אבער איין מינוט... איין זאך דארף מען נאך מברר זיין... נעמט ער געלט פון די מדינה הטמאה?

מורינו הרב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:39 pm

· #53834
נו, קיינער ווייסט טאקע נישט די ווערטער פון די ניגון?

shefele » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 2:39 am

· #54942
מורינו הרב
נו, קיינער ווייסט טאקע נישט די ווערטער פון די ניגון?

דער ניגון איז "אתה בן אדם" פון הרה"ק מקאליב

zurich » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 3:45 am

· #54946
בכלל האט ברעסלאוו גאר שטארקע און ווארעמע ניגונים..

מורינו הרב » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:36 am

· #55371
shefele
מורינו הרב
נו, קיינער ווייסט טאקע נישט די ווערטער פון די ניגון?

דער ניגון איז "אתה בן אדם" פון הרה"ק מקאליב


וואו קען איך זען די ווערטער?

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 5:29 am

· #55372
[ציטאט אראפגענומען]


זיין פראבלעם איז נעמען געלט פון די מדינה? דאס איז שוין פון זיינע מצוות...