☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » צוויי-שפראכיגע זענען קליגער

צוויי-שפראכיגע זענען קליגער

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #211

דבילה » זונטאג מערץ 18, 2012 11:42 pm

· #1968
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם

קול גדול » מאנטאג מערץ 19, 2012 12:22 am

· #1974
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
דבילה
א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם

איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

יידל » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:39 pm

· #2041
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
קול גדול
דבילה
א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם

איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?

קול גדול » מאנטאג מערץ 19, 2012 3:15 pm

· #2062
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
יידל
קול גדול
דבילה
א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם

איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?

גערעכט, מ'קען זיין קלוג אן באשטייערן צו די מענטשהייט.

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 19, 2012 5:36 pm

· #2069
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
יידל
קול גדול
דבילה
א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם

איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?

די שאלה איז, וואס הייסט קלוגשאפט, עדיוקעישאן? IQ, חכמה, בינה, דעת?

זר זהב » מאנטאג מערץ 19, 2012 11:15 pm

· #2103
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
מ'קען זיין עדויקעטעד און נאך אלס זיין א גרויסער נאאאר!!

יידל » דינסטאג מערץ 20, 2012 8:22 pm

· #2164
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
קול גדול
יידל
קול גדול
פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?

גערעכט, מ'קען זיין קלוג אן באשטייערן צו די מענטשהייט.

זאג נאר, די האלטסט למשל אז הרב אלישיב, הרב וואזנער וכו' האבן עפעס באגיישטייערט פאר די מענטשהייט? נו, פארוואס האבן זיי נישט באקומען קיין נאבל פרייז? אלא מאי, נישט אלץ איז נאבל פרייז = בייגעשטייערט פאר די מענטשהייט.

קול גדול » דינסטאג מערץ 20, 2012 8:36 pm

· #2168
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
יידל
קול גדול
יידל
קול גדול
פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?

גערעכט, מ'קען זיין קלוג אן באשטייערן צו די מענטשהייט.

זאג נאר, די האלטסט למשל אז הרב אלישיב, הרב וואזנער וכו' האבן עפעס באגיישטייערט פאר די מענטשהייט? נו, פארוואס האבן זיי נישט באקומען קיין נאבל פרייז? אלא מאי, נישט אלץ איז נאבל פרייז = בייגעשטייערט פאר די מענטשהייט.

ניין, די אלע רבנים וואס דו האסט אויסגערעכנט האבן נישט בייגעשטייערט פאר די מענטשהייט.

קרעמער1 » דאנערשטאג אפריל 5, 2012 1:37 pm

· #4091
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
דער "יודיש פארם" פראפעגאנדירט דערמיט: <a class="postlink" href="http://www.yiddishfarmblog.org/?p=1264">http://www.yiddishfarmblog.org/?p=1264</a>

לאדיך אפ » דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:27 pm

· #11223
לעצטנס געווען אין די נייעס אז פורטא ריקא ווערט צוויי-שפראכיג.

לאדיך אפ » דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:53 pm

· #11255
<a class="postlink" href="http://www.foxnews.com/world/2012/05/08/puerto-rico-aims-to-become-fully-bilingual-by-2022/">http://www.foxnews.com/world/2012/05/08 ... l-by-2022/</a>

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 9:56 am

· #434854
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
עס איז אבער וויכטיג אנצומערקן אז די טעאריע איז אז די קאגניטיווע בענעפיטן פון קענען צוויי שפראכן האט א threshold (עפ״י דר. דזשים קוממינס (און אנדערע); פון די פארשער אויף די נושא). דהיינו, מ׳דארף האבן א proficiency אינ׳ם צווייטן שפראך כדי די קאגניטיווע בענעפיטן זאלן זיך מאנעפעסטירן. אויב נישט קען דאס צומושעניש פון די צוויי שפראכן אפשר גאר שאטן (עכ״פ פאר קינדער).
📎 Threshold.jpg

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 1:36 pm

· #434868
אויב מ'וועט זאגן אז ווי מער שפראכן מ'קען האלבוועגס אלץ נארישער איז מען, וועט מען שוין זייער גוט פארוואס חרדים זענען געווענליך נאריש מ'קען אביסל אידיש, אביסל ענגליש, אביסל לשה"ק און אביסל אראמיש, ס'ווערט איין גרויסע געמויזשאכטס און מ'קען נישט גארנישט.

נקודת-אמת » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 8:49 pm

· #434884
רביה''ק זי''ע
אויב מ'וועט זאגן אז ווי מער שפראכן מ'קען האלבוועגס אלץ נארישער איז מען, וועט מען שוין זייער גוט פארוואס חרדים זענען געווענליך נאריש מ'קען אביסל אידיש, אביסל ענגליש, אביסל לשה"ק און אביסל אראמיש, ס'ווערט איין גרויסע געמויזשאכטס און מ'קען נישט גארנישט.

אזוי קענט איהר אראפ-קוקן חרדים אן צו זיך פיהלן שלעכט אז דו קוקסט אן א מענטש לויט זיין ראסע
וויבאלד די זאכן וואס דו האסט פיינט אין זיי (אונז?) איז נישט געוואוגן אין אפשטאם נאר אין די תערובת השפראכן דידן.
לאל.

אישתישבי » דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 11:56 pm

· #434894
נאך מער,
מען קען פיר האלבע שפראכן
לשון קודש
אראמיש
אידיש
ענגליש

קען מען זיך פארשטעלן ווי נאריש מען ווערט פין קענען פיר האלבע שפראכן?

הרב שיף » מיטוואך מאי 10, 2023 11:32 am

· #524244
איך האב א חבר וואס קען א אנטווערפענע אידיש, א ענגלישע ענגליש, און א ישראלישע העברעאיש, און איז טאקע גאר א קלוגער.

מייין שאלה פארוואס קען איך נישט קיין אידיש, קיין ענגליש, קיין עברית.

ווייל איך האב א שוואכע קאפ! קומט אויס אז נישט דאס קענען צוויי שפראכען מאכט קלוגער, נאר די קלוגע קענען גוט צוויי אדער מערערע שפראכען.

דיכטער » מיטוואך מאי 10, 2023 4:27 pm

· #524263
איז נאכאמאל. דאס קענען מערערע שפראכן, מאכט אז מען זאל קלוגער ווערן אדער קלוג זיין ברענגט צו קענען מערערע שפראכן?

דאס איז דער שוועסטער-קינד פונעם אלטגעזעצענע קאווע-קאקאשקעיק פראבלעם מיט וועלכע דער זקן האט זיך אנגעטראפן נאכן דאווענען ווען ער האט זיך אוועקגעזעצט מיטן הייסן גלעזל און געטינקען פונעם תיקון דערין ביז ווען דער קאווע האט זיך געענדיגט און אזויווי ער איז נאך פארבליבן מיט א פאר'יתום'טע חתיכה אין האנט, האט ער פארבעטן אן אייניקל זיינע, איבערצופילן דאס גלעזל און דאן האט זיך דער קוכן גענעדיגט פארן קאווע און ער האט ערפילט דעם חלל מיט א פרישע שטיקל, וחוזר חלילה וחס...

עס ארבעט ווי א קרייז. קלוגער האבן א גרעסערע שאנס אויפצוכאפן נייער שפראכן וועלכע געבט זיי ווייטער אן אויבערהאנט אין זאמלען נאך חכמה וואס פארגרינגערט פאר זיי דאס לערנען ווייטער.

סיסטעם » מיטוואך מאי 10, 2023 5:32 pm

· #524267
אישתישבי
נאך מער,
מען קען פיר האלבע שפראכן
לשון קודש
אראמיש
אידיש
ענגליש

קען מען זיך פארשטעלן ווי נאריש מען ווערט פין קענען פיר האלבע שפראכן?
און א פיפטל דויטש...

שעפטאל » מיטוואך מאי 10, 2023 5:57 pm

· #524272
IQ איז די הויעכקייט פון די cognitive abilities

די פאקט אז די מענטש איז אפען זיך לערנען א נייע שפראך און האט דעם נייגער דערפאר ווייזט אויף זיין העכערע לעוועל
פון די אנדער זייט. שטודיעס צייגן אז זיך לערנען א נייע שפראך [די טשעלענדש] האט א גוטע עפעקט אויף די קאגנעטיוו עבילעטיס
[הרב דיכטער האט עס שוין געשריבן מיט זיין זיסען קאקש קעיק-קאווע משל]

[נ.ב. לויט דעם זיך לערנען א האלבע שפראך - מאכט אויך קליגער]

קומט אויס אז די קלוגע ווערן נאר קלוגער [יהיב חכמה לחכמים] 🙂

כ'ווינדער זיך וועלעכע שפראך איז די מערסטע ניצלעך צו קענען נאך די גלאבאלע ענגליש, [און פאר די פרומע, נאך אידיש, לשון הקודש, עיברית, ארמיש]

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 10, 2023 8:30 pm

· #524294
קול גדול
דבילה
א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם
איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?
ס'איז דא א טעם (ענטפער/סיבה) אויף דעם אויך...!

עיין ב'קארל מארקס,ימ"ש.

נאר די צוויי רעזידענט אינטעלעקטואלן פון קאווע שטיבל פראפעסאר, פילאזאף און חכם הכולל הרב מי אני. און דער דיכטער הנקרא דיכטער. שליט"א. (קענען וויסן דעם ענטפער.) נו... רופטס ענק אן... איך ווארט...!

הרב שיף » דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:39 am

· #524329
שעפטאל
IQ איז די הויעכקייט פון די cognitive abilities

די פאקט אז די מענטש איז אפען זיך לערנען א נייע שפראך און האט דעם נייגער דערפאר ווייזט אויף זיין העכערע לעוועל
פון די אנדער זייט. שטודיעס צייגן אז זיך לערנען א נייע שפראך [די טשעלענדש] האט א גוטע עפעקט אויף די קאגנעטיוו עבילעטיס
[הרב דיכטער האט עס שוין געשריבן מיט זיין זיסען קאקש קעיק-קאווע משל]

[נ.ב. לויט דעם זיך לערנען א האלבע שפראך - מאכט אויך קליגער]

קומט אויס אז די קלוגע ווערן נאר קלוגער [יהיב חכמה לחכמים] 🙂

כ'ווינדער זיך וועלעכע שפראך איז די מערסטע ניצלעך צו קענען נאך די גלאבאלע ענגליש, [און פאר די פרומע, נאך אידיש, לשון הקודש, עיברית, ארמיש]
די וואס מען רעדט אין טשיינע.
ספאניש
פראנצויזיש.
אראביש.

שעפטאל » דאנערשטאג מאי 11, 2023 6:12 pm

· #524349
פארוואס דוקא דעי שפראכן

הייליגע קאקאש קעיק » דאנערשטאג מאי 11, 2023 8:29 pm

· #524359
שעפטאל
הרב דיכטער האט עס שוין געשריבן מיט זיין זיסען קאקש קעיק-קאווע משל
איך זע אז די עולם גלייכט קאקאש קעיק, אבער געדענקט! נאר הייליגערהייט 😂

דערהויבענע איד » פרייטאג מאי 12, 2023 1:12 am

· #524377
איך גלייב נישט אז די שטודיע איז אמת. לכאורה האט עס האפט, און איז געבעיס''ט אויף אמת, אבער איז נישט ''אמת'דיג'' אינגאנצן.

רוב מענטשן - 60 פראצענט - אין די וועלט רעדן מער פון איין שפראך. אין אייראפע למשל האבן אסאך לענדער מער פון איין אפציעלע שפראך. אמעריקע איז פון די יחידים וואס רוב מענטשן רעדן נאר ענגליש. צו זאגן אז ווער ס'רעדט מער פון איין שפראך איז געווענליך קלוגער זעט אויס אז מ'לייגט צופיל געוויכט אויף דעם.

ס'איז דא א ווערטעל: if you speak three languages you are trianguel. if you speak two languages you are bilingual. if you speak one language, you are American.

איך מיין אז די שטודיע איז געשטיפט דורך אן אג'ענדע, אדער געשטיפט דורך פאליטישע מאטיוון.

שעפטאל » פרייטאג מאי 12, 2023 1:51 pm

· #524404
דערהויבענע איד
איך גלייב נישט אז די שטודיע איז אמת. לכאורה האט עס האפט, און איז געבעיס''ט אויף אמת, אבער איז נישט ''אמת'דיג'' אינגאנצן.
אין אנדערע ווערטער: לערנען מער שפראכן קען העלפען אויף די IQ אומדירעקט
לדוגמא: בעסיידס פון אויסשארפן די קאפ קען מען ווערן באהאווענט אין נאך א קאלטור