☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » היימישע ארטיסטן און זייערע מעלערייען

היימישע ארטיסטן און זייערע מעלערייען

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2105

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:04 pm

· #52177
היימישע ארטיסטן און זייערע מעלערייען
אויב איז נאכנישט דא אזא אשכול, וויל איך דא אנהייבן צו ברענגן בילדער און קארטונען פון היימישע מעלער.
פארשטייט זיך אז היימיש מיינט נישט דווקא א הוט און רעקל אדער אז מ'רעדט אידיש.

פון מיינע פעיוועריטס זענען יוני גערשטיין, 68 פון בני ברק.
📎 %D7%99%D7%95%D7%A0%D7%99.jpeg
פון וויפיל איך האב געליינט אויף אים איז ער א בעל תשובה וועלכער איז געבוירן אין ירושלים און האט שטודירט מעלעריי אין פאריז.
נאכן חוזר זיין האט ר' יונתן אויף הרב שך'ס פארשלאג אנגהויבן מאלן פאר די יתד נאמן אין די מ' יארן, זייענדיג דאן דער איינציגסטער חרדי'שער קארטוניסט.

ער איז שטארק באוויסט מיט זיינע בילדער אויף משניות פני השבת אויף מסכת שבת, פני המשנה אויף ביצה און שביעית. אויך אויף גמרא נזיקין פני ישראל אויף פרק המפקד און הכונס, און אבידת ישראל אויף פרק אלו מציאות.

פון זיינע שטארקע טאלאנטען זענען קארטונען וועלכע זענען געווענליך גאר שארף און צי די זאך.

דאס איז זיין וועבזייטל: <a class="postlink" href="http://www.yony.co.il">http://www.yony.co.il</a>

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:10 pm

· #52181
אויף זיין וועבזייטל האט ער וועכענטליך צו דאונלאודן א אומזינסטע בילד אויף די פרשה.
למשל דאס איז אויף פרשת נח:📎 %D7%A0%D7%97.gif
פארשטייט זיך אז עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט די אומזונסטע בילדער פאר ביזנעס צוועקן.

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:15 pm

· #52182
א קארטון פון יוני.
📎 1618437.jpeg
די קארטון איז אויף די ווינט וואס די פרייע אין ישראל פארפירן אז מ'דארף זיך צוטיילן 'אייניג' מיט די עול המדינה.

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:27 pm

· #52189
נאך פון מיינע באליבטע קארטוניסטן איז משפחה'ס מעלער אבישי חן.
📎 אבישי.jpg

פון וויפיל איך בין באקאנט איז ער נאך א בחור, און איז נאך ביז עטליכע יאר צוריק געווען אין ישיבה, און וואוינט אין ירושלים.

ער איז געוואלדיג אין צוזאמברענגען עטליכע סצענעס אין איין בילד, און אויך איז ער שטארק אין קארטונס.
אויב האט איר מער אינפאו ביטע ארויפשטעלן.

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:35 pm

· #52196
דאס האב איך געטראפן אויף פרוג
אבישי חן'ס פראפייל:

אודות אבישי
תחום מקצוע: ציור וצביעה

נסיון בתחום: מילדות.תמיד

קצת עלי..
אוהב מאוד לצייר מגיל 0- רישום,קריקטורות,קומיקסים,יאודיקא ועוד...
למדתי ציור בבית מדרשו של הקב"ה 🙂
"אין צייר כה' אלוהינו"

אבישי חן. 0546-22-77-23

מיקום: ירושלים והסביבה

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:53 pm

· #52200
א מוסר שמועס פון אבישי...

📎 %D7%97%D7%9C%D7%A7%201.jpeg
📎 %D7%97%D7%9C%D7%A7%202.jpeg

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:58 pm

· #52203
אנו רצים והם רצים - קארטון פון אבישי בעפאר די סיום הש"ס פארגאנגענעם חודש אב📎 ש%22ס.jpg

הרב יוסף געמאלן דורך אבישי
📎 553811_10151047344276633_1560554188_n.jpeg

פיקציע » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 4:27 pm

· #53127
[ציטאט אראפגענומען]

אוודאי, ווי קען מען נישט רעדן פון גדי... אבער וואס קען מען טון אז גדי לאזט נישט...
עס איז נישט ממש אזוי, ליינט דא אין א אינטערוויא וואס די ענגלישע משפחה האט געהאט מיט אים און איינע פון די תנאים אים צו אינטערוויאען איז אז מען זאל נישט לייגען קיין בילדער פון אים, כדי נישט צו פארלירן זיין אנונימיטעט.

אויף פאלאק קענט מען אויך ליינען אין זיין וויקעפידיע בלאט.

אינטערעסאנט איז אז פאלאק האט חוזר בתשובה געווען נאכדעם וואס א גלח האט אים געבעטן אפצומאלן בילדער פאר א נייע תנ"ך.

[ציטאט אראפגענומען]

ער זאגט אז נאכן חוזר זיין בתשובה האט ער זיך געוואלט אריינלייגן אין מעלעריי, (בעפאר פלעגט ער מאכן סקולפטוערס) און האט געבעטן גערשטיין פאר קאסטומערס. ביז ער האט אנגעטראפן הרב ברוך חייט ראש ישיבה און קאמפאזירער וועלכע האט ארויסגעגעבן ספרים געמאלן דורך יוני און זינט דאן האט הרב חייט אנגעהויבן צו נוצן גדי.

צים פינטעל (אויף אייוועלט)

א מוראדיגע בילד פון גדי פולק

וואס צייכנט אפ 2000 פון לימוד התורה
פון זמן הבית ביז היינט צוטאגס


עס ליגט אין די איינע בילד א געוואלד מיט היסטאריע איבער קליידונג און ארכיטעקט פון א משך 2000 יאר


עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט און געוואלט מיטיילן מיטן עולם
📎 BMG.jpegעטעטשמענטס

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 10:38 am

· #63672
א קאריקאטור פון אבישי חן פאר די משפחה מאגאזין פון די וואך איבער די מלחמה אין עזה.
זעט אויס אז דאס איז נאך פון בעפאר די פייער אפשטעל. אויפן בעטל שטייט: אין להפסיק הטיפול כלל.
📎 374552_10151172690056633_1993897283_n.jpeg

פיקציע » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:44 am

· #63709
איר זעט נישט ווי די מיסילס פארלירן זייער אפעקט ווי נאר מען הייבט אן אייצושפריצן?