☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » חתונה אדער דעבאטע?

חתונה אדער דעבאטע?

235 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2101
בלאט: 1 2 3 4 5

פריינדליך » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:57 pm

· #52029
חתונה אדער דעבאטע?
ביידע סאטמערע רבי'ס מאכען חתונה היינט נאכט, ווי גייט דער עולם גיין? די חתונה אדער מיטצוהאלטען די דיבאטע?
היינט גיי מיר זען ווי שטארקע חסידים דער עולם איז,

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:01 pm

· #52030
מען וועט זיצן ביי די חתונה און מיטהאלטן זאכן אויף די סמארטפאונס הונטערן טיש....

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:02 pm

· #52031
פריינדליך
ביידע סאטמערע רבי'ס מאכען חתונה היינט נאכט, ווי גייט דער עולם גיין? די חתונה אדער מיטצוהאלטען די דיבאטע?
היינט גיי מיר זען ווי שטארקע חסידים דער עולם איז,


איך בין נישט זיכער דערין, אבער די חתונה איז היינט אדער מארגן?

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:03 pm

· #52033
מארגן

משה רוקח » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:04 pm

· #52034
דעבאטע אדער יענקי געים?

העלא » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:15 pm

· #52043
חתונה גייט מען נישט וועגן חסידות, ווייל די רבי ווייסט סייווי נישט ווער עס קומט, יעדער גייט פאר אנדערע סיבות ווי למשל:

חופה, די זיידעס קומען אראפ, מען קען זיך אויסבעטן
הערן די גראמען פון קבלת פנים,
מיטהאלטן די מצוה טאנץ
האבן ליב מוזיק
האבן ליב צו טאנצן מיט א עולם
זוכן ווי זיך אויסצובלאזן,

זיך פילן גוט מיטן שטריימל און בעקיטשע ביי די חתונה דאס האט שוין מיט חסידות

גאלד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:30 pm

· #52052
איך גיי שלאפן,
מארגן וועלעך וואטשן ביידע חתונות מיט די דעבאטע אויף יו-טוב,

העלא » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:32 pm

· #52055
גאלד
איך גיי שלאפן,
מארגן וועלעך וואטשן ביידע חתונות מיט די דעבאטע אויף יו-טוב,


גוט

amechiya » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:01 pm

· #52075
די דיבעיט גייט זיין היינט דינסטאג אין ביידע חתונות גייען זיין מיטוואך

אבי גערעדט » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:12 pm

· #52080
אזויווי די אינפארמאציע אויף וואס די אשכול איז באזירט איז לגמרי נישט אמת, וויבאלד ביידע חתונות זענען מארגן (א דיינעם שאנק קומט זיך פאר די גבאים ומחותנים פארן זיך רעכענען מיטן רצון פון ציבור אין נישט צוזאמישען די חתונה מיט די דעבאטע בבחינת ולא יתערב זר בשמחתינו, וויבאלד אך און וויי וואלט געווען ווען מ'מאכט ווען יא די חתונות היינט נאכט, איך בין זיכער די נעטווארק וואלט געקראכט נישט קענענדיג דערהייבן די גרויסע מאל מאביל דאטא פארלאנג) קען מען אביסל פארדרייען די שמועס.

וויפיל מענטשן גייען מיטהאלטן די ניינט האכטיגע דיבאטע? לדעתי א חשבון פון 100 מיליאן! וואס זאגט איר?

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:23 pm

· #52088
55 מיליאן

amechiya » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:29 pm

· #52094
75,000,000

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:34 pm

· #52099
איך וועל לאזן וויסן מארגן אי'ה

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:37 pm

· #52103
די חתונה אין קרית יואל גייט זיין אויף א פשוט'ע שטייגער, ר' אהרן מאכט ב''ה חתונה אייניקעלך יעדע שטוק צייט
אין זינט מ'האט איינגעפירט די חתונה תקנות מאכט די רבי אויך חתונה אויף א אייגענצוימטע פארנעם
אין פאר די וויליאסבורגע חסידים מאכט מען ע''פ רוב א עקסטע שבע ברכות אין וויליאסבורג

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:40 pm

· #52106
די נעווי פלאזא זאל (א הענגער טיעף אין נעיווי יארד) ווי ר' יצחק ראזענבערגער מאכט חתונה
דער איד שרייבט אז דאס איז גרויס 30 טויזענט סקווער פיס (פארשטייט זיך לויט די איד/בלאט קאלקעלעיטער)
📎 A47jxxhCEAAEjIf.jpg

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:41 pm

· #52110
רז''ל שטאט אפ א באזוך ביי ר' יודל מאנדעל
וועלכע האט געגבן א שיינע סכום פאר די חתונה אין ארומיגע הוצאות
ר' יודל צייגט פאר משה פרידמאן זיינע כתבי ידות אין אנטיקען
📎 A5LStbxCMAA3_VM.jpg

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:43 pm

· #52111
ווייטער נאר ביזי מיט'ן אנדערן צד...

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:45 pm

· #52113
זר זהב
ווייטער נאר ביזי מיט'ן אנדערן צד...


סארי נאר פין דארט האב איך פיקטשערס
מיינע זאליס חברים שיקען מיר דאס א גאנצען טאג
אז כ'וועל האבען עפעס גיטע בילדער פין די ארונישע הכנות צו די חתונה וועל איך אי''ה אויך פאוסטען

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:48 pm

· #52114
די זאליס האבען אויפגענומען יצחק ברוך שפיצער - ר' אייזיק ספינקער'ס גבאי
זאל פירן די חתונה אין די מצב
📎 222.jpg

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:48 pm

· #52116
זעה כאטש דיינע ארוינישע פריינד האבן פארגעסן פון דיר

היסטאריקער » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:56 pm

· #52118
קען מן עס הערן אויף די ראדיא?
וויפיל אזייגער?

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:57 pm

· #52119
זר זהב
זעה כאטש דיינע ארוינישע פריינד האבן פארגעסן פון דיר

ס'נישטו וואס צו שיקען
ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:58 pm

· #52121
היסטאריקער
קען מן עס הערן אויף די ראדיא?
וויפיל אזייגער?

9 אזייגער
1010 ווינס

קליגער איד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:09 pm

· #52125
קלאר
די זאליס האבען אויפגענומען יצחק ברוך שפיצער - ר' אייזיק ספינקער'ס גבאי
זאל פירן די חתונה אין די מצב

איז ער חיים אלזער שפיטצער'ס זוהן

קליגער איד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:11 pm

· #52128
איך מיין אז עס אז די ערשטע מאל און די היסטאריע וואס מהרז"ל גייט האבן מער מענטשן ווי מהר"א ביי א שמחה מסיבה וכו'

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:16 pm

· #52132
קליגער איד
קלאר
די זאליס האבען אויפגענומען יצחק ברוך שפיצער - ר' אייזיק ספינקער'ס גבאי
זאל פירן די חתונה אין די מצב

איז ער חיים אלזער שפיטצער'ס זוהן

ניין מילך שפיצער'ס זון
ער איז די קאפשטוק פין ר' אייזיק'ס חסידות

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:18 pm

· #52134
די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען
📎 logo.jpg

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:19 pm

· #52135
די חתונה לאגא'ס פין די זאליס
📎 simble.jpg 📎 A45Pg31CUAA2oC3.jpg

שמואל הלוי » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:22 pm

· #52137
קלאר
די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען

ס'קומט נישט ארויס? פארוואס?

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:22 pm

· #52138
די סינערי אין נעיווי פלאזא (די זעלבע איידיע ווי ר' אייזיק ספינקער האט געמאכט אין פרדס, ער איז מורא'דיג אויף די פיקשטער, עס גיבט א טיפע בעקראונד)
📎 sign.jpg

אבי גערעדט » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:22 pm

· #52139
קלאר
די זאליס האבען אויפגענומען יצחק ברוך שפיצער - ר' אייזיק ספינקער'ס גבאי
זאל פירן די חתונה אין די מצב


איז עס נישט א פחיתת הכבוד פאר ר' אייזיק ספינקער אז זיינס א הויפט מענטש (אין דאכט זיך מיר פערזענליכע גבאי אויך) פארקויפט זיך פאר א אנדערע חסידות פאר אפאר טאלער??

אבער אלענפאלס, וואס איז שפיצער'ס ארבעט? סתם פאמפע ד'ראמפע? ווי למשל האלטן אין איין שיקן אז מ'זאל נישט (?) קומען אין זאל ווייל ס'שטערט?

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:24 pm

· #52140
משה פרידמאן גיבט/נעמט הדרכה פאר/פין יצחק ברוך
📎 moshe w ybs.jpg

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:26 pm

· #52142
קלאר
די סינערי אין נעיווי פלאזא (די זעלבע איידיע ווי ר' אייזיק ספינקער האט געמאכט אין פרדס, ער איז מורא'דיג אויף די פיקשטער, עס גיבט א טיפע בעקראונד)

די זאל זעט אויס פיצל

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:27 pm

· #52143
אבי גערעדט
קלאר
די זאליס האבען אויפגענומען יצחק ברוך שפיצער - ר' אייזיק ספינקער'ס גבאי
זאל פירן די חתונה אין די מצב


איז עס נישט א פחיתת הכבוד פאר ר' אייזיק ספינקער אז זיינס א הויפט מענטש (אין דאכט זיך מיר פערזענליכע גבאי אויך) פארקויפט זיך פאר א אנדערע חסידות פאר אפאר טאלער??

אבער אלענפאלס, וואס איז שפיצער'ס ארבעט? סתם פאמפע ד'ראמפע? ווי למשל האלטן אין איין שיקן אז מ'זאל נישט (?) קומען אין זאל ווייל ס'שטערט?

כבוד ארויף כבוד אראפ
ער מאכט זיין געלט אין פארטיג
זיי קענען די מלאכה זייער גיט
יעדע 2 מיניט וועט מען שרייען 'סכנות נפשות', 'נישט שטופן'
עס וועט בליצען אין גאנץ וויליאמסבורג טשערי לייטס
מ'וועט אפשפארען ווי מער גאסען אא''וו

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:30 pm

· #52146
פיקציע
קלאר
די סינערי אין נעיווי פלאזא (די זעלבע איידיע ווי ר' אייזיק ספינקער האט געמאכט אין פרדס, ער איז מורא'דיג אויף די פיקשטער, עס גיבט א טיפע בעקראונד)

די זאל זעט אויס פיצל

ווארט נאר פאר די בילדער..... 😂
די זאל איז גיט אויסגעשטעלט

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:30 pm

· #52147
שמואל הלוי
קלאר
די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען

ס'קומט נישט ארויס? פארוואס?

שמואל הלוי » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:30 pm

· #52149
שמואל הלוי
קלאר
די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען

ס'קומט נישט ארויס? פארוואס?

הא?

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:33 pm

· #52151
שמואל הלוי
שמואל הלוי
קלאר
די נייע טעיפ וואס האט געדארפט ארויסגעקומען

ס'קומט נישט ארויס? פארוואס?

הא?

אפשר איז עס יא ארויסגעקומען נאר ס'שוין אויפגעגאנגען....

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:33 pm

· #52152
קלאר
פיקציע
קלאר
די סינערי אין נעיווי פלאזא (די זעלבע איידיע ווי ר' אייזיק ספינקער האט געמאכט אין פרדס, ער איז מורא'דיג אויף די פיקשטער, עס גיבט א טיפע בעקראונד)

די זאל זעט אויס פיצל

ווארט נאר פאר די בילדער..... 😂

די בילד זע איך שוין יעצט און מיט די 'טיפע סיין' זעט עס אויס גאר קליין.

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:33 pm

· #52153
קלאר
די חתונה לאגא'ס פין די זאליס

וואס איז די מעשה מיט די לאגא'ס?

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:37 pm

· #52158
פיקציע
קלאר
די חתונה לאגא'ס פין די זאליס

וואס איז די מעשה מיט די לאגא'ס?


טעם וריח אין להת'

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:00 pm

· #52171
די סיין אין די גאסען (ספעלינג...)
📎 A5JdE6TCEAAi8QU.jpg

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:05 pm

· #52178
די עסקנים פין אויפן רבי'ןס? בעקיטשע
📎 A5WZ7GYCcAEKsIC.jpg

קלאר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:54 pm

· #52202
הגה''צ אב''ד קלעסאן עוו' ובניו באזכען ביים נעווי פלאזא זאל
ווי זיי געבן פינקטליכע איינווייזענונגען אין באקומען אלע אינסטרקוציעס פאר מארגען דורך יצחק ברוך
📎 x2_f1e3c74.jpg

a1b2 » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:19 pm

· #52212
קלאר קופ אפ שכח

היסטאריקער » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:40 pm

· #52220
ו‎ <!-- e --><a href="mailto:talmidrabainy@gmail.com">talmidrabainy@gmail.com</a><!-- e -->

11:37 AM (6 hours ago)

to תלמידי, bcc: me

Translate message
Turn off for: Yiddish
דינסטאג נח, ערב די חתונה, אכט אזייגער אינדערפרי.

היינט דינסטאג, א טאג פאר די גרויסע חתונה, מארגן מיטוואך, טרעטן שוין די הכנות אריין אין די סאמע לעצטע שטאפּלען און מ'גרייט זיך שוין מיט התרגשות וחדות הנפש צו די גרויסע שמחת החתונה פון נכד מרן רבינו שליט"א.

אין ריזיגן 'נעיווי פּלאזא' זאל האלט מען שוין ביי די סאמע לעצטע צוגרייטונגען. דער פראכטפולער קונסטליכער טאוול אונטער'ן אויבן אן איז שוין אויפגעהאנגען געווארן, די פופצן שטאקיגע פארענטשעס שטייען שוין, און איצט הייבן אנקומען די פילע הונדערטער טישן און טויזנטער בענקלעך וואס וועלן אי"ה ווערן אויפגעשטעלט אין א מוסטערהאפטיגן ארדענונג, אנגעגרייט מיט אלעם גוטן, צו קענען קווארטירן די פילע טויזנטער אידן וואס קומען צו פארן פון איבער גרעיטער ניו יארק אנטיילצונעמען ביי דער שמחת נישואין פון ערשטן אייניקל פון כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א.

אויף די גאסן ארום דאס בית המדרש הגדול שפּירט זיך שוין א יום טוב'דיגע שטימונג. נעכטן נאכט האבן תלמידי ישיבותינו הקדושות אויסגעצירט ביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א מיט הערליכע טייטעלביימער און עלעקטערישע באלייכטונגען וואס באשיינען דעם גאנצן ארום.

א וויכטיגע מעלדונג פאר אלע חשוב'ע ראשי קהלה, מנהלי המוסדות ואנשים מכובדים, וואס האבן נאך נישט באקומען די ספּעציעלע ווי. איי.פּי קארטלעך, זאלן ביטע היינט אריינרופן 917-560-8343 אדער 718-782-3800 -ווייל מארגן ביום החתונה וועט שוין נישט זיין קיין מעגליכקייט עס צו קענען באקומען.

עקסטער בעט מען זיך נאכאמאל, ממש בכל לשון של בקשה דער עולם זאל אויפהערן קומען צום נעיווי פלאזא זאל, ווייל עס שטערט ממש די ארבעט און די עסקנים קענען עס נישט נאכקומען. די ארבעט גייט אן אויף צענדליגער פראנטן, אין און אינדרויסן פונעם זאל, און יעדער וואס קומט אהין ווערט די ארבעט געשטערט און אראפּגעצויגן.

פאלגט נאך אלע מעלדונגען און אפּדעיטס איבער די היסטארישע שמחת החתונה מארגן מיטוואך אויפ'ן שמחת החתונה ליין 718-831-7000.

בעלוץ צדיקים תעלוץ קהלתינו הקדושה — שישו ושמחו בשמחת רבינו!

היסטאריקער » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:54 am

· #52586
: תלמידי רבינו <talmidrabainy@gmail.com>
Date: Wed, 17 Oct 2012 09:27:28 -0400
To: Tal Rab<Tal.1.rab@gmail.com>
Subject: Fwd: : זה היום קוינו לו — בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל


ויהי בישורין מלך בהתאסף ראשי עם, יחד שבט ישראל, עוד ישמע בערי יהודא ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה!

הגיע זמן שמחתינו!

היינט מיטוואך פ' נח איז אנגעקומען דער פרייליכער טאג, דער גרויסער יום טוב פאר תלמידי וחסידי סאטמאר, מיט די גרויסע שמחה בחצרות קדשינו, די שמחת הנישואין פון עלצטן אייניקל פון כבוד קדושת מרן רבינו שליט"א, החתן הרב חיים צבי ראזענבערגער שליט"א, זון פון חתנא דבי נשיאה הגאון הצדיק רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א, מיט די כלה החשובה בת של קדושים שתחי, בת הגאון הצדיק קלעסאנער רב שליט"א — זה היום קוינו לו נגילה ונשמחה בישעתו!

אין אזא זמן שמחה קומען ארויס די אינערליכע געפילן, די רגשי שבח והודאה לה', ווען מ'זעט בעזרת ה' ווי ס'ווערט פארווירקליכט דער 'בית צדיקים יעמוד' און דער שלשלת הזהב פון רבותינו הקדושים די עצי התמרים זכותם יגן עלינו שפּינט זיך ווייטער אזוי הערליך לשם ולתפארת;

אין אזא זמן שמחה טוט קהל עדתינו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן אויף די רבוא רבבות ניסים ונפלאות וואס ער האט געטון מיט אונז די אלע יארן עד היום הזה זיך צו קענען פירן במעגלי צדק למען שמו יתברך, אויף די הייליגע אויסגעטרעטענע וועגן וואס מיר האבן מקבל געווען פון רבינו הקדוש והטהור זכותו יגן עלינו;

אין אזא זמן שמחה איז עס פאר טויזנטער שלומי אמוני ישראל א זמן מסוגל ווען מ'קען זיך אויסבעטן כל מיני השפעות טובות, בזכותם פון די גרויסע זיידעס, די ארזי הלבנון אדירי התורה ומאורי החסידות, וואס האבן באלאכטן כלל ישראל אין די לעצטערע דורות, וועלכע קומען אצינד אראפ, ווי ס'שטייט פון זוהר הקדוש, זיך מיטצופרייען מיט די שמחה פון זייערע אייניקלעך וואס זענען ווייטער ממשיך דעם שלשלת הקודש, און וועלן ביי די שמחה משפּיע זיין פאר יעדן כל מילי דמיטב מעתה ועד עולם.

און אין אזא זמן שמחה איז עס א זמן און א מאורע, ווען מ'טוט זיך פריש צונויפנעמען און זיך מחזק זיין, דער לגיון של מלך פון רבבות ישראל, ברכיים אשר לא כרעו לבעל, זיך צו קענען ווייטער קלאמערן אין די הייליגע וועגן פון רבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו, וואס לאורם נסע ונלך, עד ביאת גואל צדק במהרה.

אין די גאסן פון וויליאמסבורג, און אזוי אויך אין אלע געגענטער וואו עס וואוינען אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר, הערשט שוין א יום טוב'דיגע שטימונג און א שמחה וחדוה'דיגע אטמאספערע, ווען אלע אנשי שלומינו זקנים עם נערים, בעלי בתים ואברכים, זקנים ובחורי חמד, גרייטן זיך אנטיילצונעמען און נישט פארפאסן די גרויסע שמחת החתונה בחצרות קדשינו, אנגעהויבן פונעם מעמד קבלת פנים אין בית מדרשינו הגדול אויף ראדני סטריט אום 5 דרייסיג נאכמיטאג, געענדיגט נאכ'ן מצוה טאנץ פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

מטעם די וועד החתונה ווערן צוגעשטעלט ספעציעלע באסעס פון אלע געגענטער איבער ניו יארק, וואס מיר האבן דא בייגעלייגט פאר'ן באקוועמליכקייט פונעם ציבור.

גדול יהי' כבוד המעמד, קול רינה וישועה באהלי צדיקים, וחסידים ברנה יגילו!

קלאר » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:57 am

· #52588
די תלמידי רבינו מעסעזשעס זענען קעש..
ווער איז דער שרייבער?

שרייבער » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:01 pm

· #52591
ס'שמעקט פון שפיצער

גרייט מען צו א עקסטערע טיש פאר משפחת שעהר?

היסטאריקער » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:02 pm

· #52593
אלע צדיקי בית התמרים זי״ע קומען היינט אראפ
היינט נאכט קומט פאר דריי חתונות פון אייניקלעך פון אלע צדיקי בית התמרים זי״ע

1) מהר״א שליט״א
2) מהרז״ל
3) הרב חייםאייזיק ט״ב, מסלאטפינא ב״פ א דאפעלטער אייניקל פונעם עצ״ח זצ״ל
בלאט: 1 2 3 4 5