☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » בית נאה, אשה נאה או כלים נאים

בית נאה, אשה נאה או כלים נאים

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2099

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:52 am

· #51997
בית נאה, אשה נאה או כלים נאים
ס'באקאנט דער מאמר חז"ל בית נאה אשה נאה כלים נאים מרחיבים דעתו של אדם.
ביי געוויסע מענטשען דארפן צו קומען אז אלע דריי זאלען זיין נאה, און ערשט דעמאלס איז זיין דעת בהרחבה. וכן אז איינע איז טאקע געבענטשן אז ביי איהם זענען טאקע אלע דריי נאים ונאים אוטומאטיש איז זיין דעת מער אויס געברייטעט, ער איז מער רואיגער ווען ער קומט אהיים

אבער ביי מער ווייניגער יעדער איינער לויט זיין מהות און נאטור דארף עכ"פ אז איינע פון די דריי זאל זיין ביי איהם נאה.
ס'דא וואס ביי איהם איז טאקע דער הויז נאה, ער פארמאגט א שיינע גרויסע הויז אבער זיין אשה איז נישט נאה, אין דוקא אזא איינער דארף יא א אשה נאה בעסער ווי דער בית נאה או כלים נאים, איז ער נישט צופרידן מיט זיך היות ער האט נישט זיין אשה נאה, און טאקע ווילאנג ער האט נישדט זיין אשה איז ער נישט צופרידן פון זיין בית נאה, אין ביית איהם טאקע איז נישט מרחב דעתו.

וועלעכע פארמאגסטו און וועלעכע וואלסטו באמת געוואלט?

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:00 am

· #51999
זיי מרחיב וועגן כלים נאים, וועל איך קענען ענטפערן.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:24 am

· #52004
קענסט דעם פשט פון מהרש"א אויף מרחיבין דעתו של אדם?
ס'איז מרחיב דעת צו זינדיגן.....

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:29 am

· #52006
כלים נאים אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך. וואטעווער איט מיענס.
איך קען עסן אין פלעסטיק טעלערס, קאפס, און פשוט'ע עסצייג.
אסאך מענטשן האבן ליב ווען מען גרייט זיי אן זייער פענצי. איך פארשטיי נישט דערצו.
א שיינע הויז קען צוהעלפן, אבער איך בין זייער ווייניג אינדערהיים, סאו ס'איז נאר שייך בעיקר שבת ויו"ט.
און א אשה נאה, אה, דאס איז זיכער א גוטע זאך, בפרט בשעת עס פעלט אויס.

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 11:40 am

· #52009
אויב אזוי, פארוואס אדווערטייזן ישיבות אז זיי שטעלן צו אלעס בהרחבת הדעת?

העלא » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:09 pm

· #52040
כלים נאים מיינט שיינע פורניטשער וכדומה,

דאס איז זיכער אז אשה נאה (איך מיין בטבע נישט אין מראה) איז די מאוסט אימפארטענט

נס קאווע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:35 pm

· #52059
אשה יראת ה' היא תתהלל - אונזער הייליג דור

נאך א פשט » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:46 pm

· #52198
אויב מעג איך פרעגען, וואס איז די פוינט פון די אשכול?
ווי געזאגט, פאר יעדעם איז וויכטיג עפעס אנדערש.
איז דאס פשוט polls?
וואס קומט נעקס?... האט איר בעסער ליב טשיקען סופ אדער וועטשטעבל סופ?


אבער אז מען רעדט שוין...
עס אינטערעסאנט אז מיר אלע (עכ"פ רוב יונגעלייט אין וויליאמסבורג) האבן טייערע פורניטשער [כלים נאים] אבער מען וואוינט אין קליינע פארשטיפטע דירות [בית נאה?]
ווי בצלאל האט געזאגט פאר משה רבינו "מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן?"
וואס א פשט האט די טייערע פורניטשער ווען מען וואוינט אין א קליינטשיגע דירה ווי די פורניטשער פיט כמעט נישט אריין?!

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:54 pm

· #52201
דו טרעטסט אויף די הינער אויגן צו שטארק, פליז גייי אראפ!

דעינעש » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:03 pm

· #52206
העלא
..דאס איז זיכער אז אשה נאה (איך מיין בטבע נישט אין מראה) איז די מאוסט אימפארטענט

א לב טוב..
כ'מיין אין אבות ווערט עס שטארק באשטימט אלס וויכטיג אין דזשנערעל לייף, נישט דוקא א פרוי.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:06 pm

· #52207
נאך א פשט

אבער אז מען רעדט שוין...
עס אינטערעסאנט אז מיר אלע (עכ"פ רוב יונגעלייט אין וויליאמסבורג) האבן טייערע פורניטשער [כלים נאים] אבער מען וואוינט אין קליינע פארשטיפטע דירות [בית נאה?]
ווי בצלאל האט געזאגט פאר משה רבינו "מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן?"
וואס א פשט האט די טייערע פורניטשער ווען מען וואוינט אין א קליינטשיגע דירה ווי די פורניטשער פיט כמעט נישט אריין?!

אין לעיקוואוד לייגט מען טאקע נישט קיין דגוש אויף פורניטשור

נאך א פשט » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:13 pm

· #52210
זר זהב
נאך א פשט

אבער אז מען רעדט שוין...
עס אינטערעסאנט אז מיר אלע (עכ"פ רוב יונגעלייט אין וויליאמסבורג) האבן טייערע פורניטשער [כלים נאים] אבער מען וואוינט אין קליינע פארשטיפטע דירות [בית נאה?]
ווי בצלאל האט געזאגט פאר משה רבינו "מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן?"
וואס א פשט האט די טייערע פורניטשער ווען מען וואוינט אין א קליינטשיגע דירה ווי די פורניטשער פיט כמעט נישט אריין?!

אין לעיקוואוד לייגט מען טאקע נישט קיין דגוש אויף פורניטשור

טענו לו בחיטים והודו לו בשעורים

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:14 pm

· #52211
איך האב דיר גארנישט "מודה" געווען.

נאך א פשט » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 8:38 am

· #52499
איך רעד וועגן וויליאמסבורג און דו ענטפערסט מיר לעיקוואד.
השתא דאתית להכא, אין ארץ ישראל קויפט מען נאר דירות און נישט (טייערע) פורניטשער.
נישט אז איך בין מסכים מיט זייער סיסטעם, אבער מה שנוגע לענינינו....

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:24 am

· #52519
איז טאקע דא איינער וואס שיינע פורניטשער איז אים "מרחיב דעתו", אז ווען ער קומט אהיים שפירט ער זיך רואיגער?

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:38 am

· #52526
שמעקעדיג
איז טאקע דא איינער וואס שיינע פורניטשער איז אים "מרחיב דעתו", אז ווען ער קומט אהיים שפירט ער זיך רואיגער?


ס'דא וואס דארפן א גוטע שנעלע קאמפיוטער, אבער ער פארמאגט נישט אזאנס, פאר אזא איינעם איז דער שנעלע קאמפיוטער מרחיבו דעתו.
ס'לאו דוקא מעבל, ביי איינעם איז עס זיין אנגעטועכטץ, מלבושים, פאר א צווייטע איז עס די סארט בענקל אויף וואס ער זיצץ
איינער האט פיינט בתכלית השנאה דעם שטיקעל קארפאט וואס זיי פרוי האט געקויפט פאר די האלוועי, יעדעס מאהל ער זעהט עס נעמנט עס איהם ארויס פון די ראמען, ענדליך פטור געווארען דערקענט מען אויף איהם אז ער איז געווארען א אנדערע מענטש.

אויס מענטש » זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:32 pm

· #53831
פשטות כלים נאים מיינט שיינע קליידער
אבער עס איז איז כולל אלעס וואס א מענטש באנוצט זיך
ווי מעבל
קאר
צי קאמפיוטער וכו'

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 6:36 pm

· #53833
א קאר קען איך פארשטיין...

Espresso » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:42 pm

· #54389
שמעקעדיג
א קאר קען איך פארשטיין...

קאר יא, מעבל נישט?

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:04 pm

· #54727
דולה ומשקה
ס'באקאנט דער מאמר חז"ל בית נאה אשה נאה כלים נאים מרחיבים דעתו של אדם.
ביי געוויסע מענטשען דארפן צו קומען אז אלע דריי זאלען זיין נאה, און ערשט דעמאלס איז זיין דעת בהרחבה. וכן אז איינע איז טאקע געבענטשן אז ביי איהם זענען טאקע אלע דריי נאים ונאים אוטומאטיש איז זיין דעת מער אויס געברייטעט, ער איז מער רואיגער ווען ער קומט אהיים

אבער ביי מער ווייניגער יעדער איינער לויט זיין מהות און נאטור דארף עכ"פ אז איינע פון די דריי זאל זיין ביי איהם נאה.
ס'דא וואס ביי איהם איז טאקע דער הויז נאה, ער פארמאגט א שיינע גרויסע הויז אבער זיין אשה איז נישט נאה, אין דוקא אזא איינער דארף יא א אשה נאה בעסער ווי דער בית נאה או כלים נאים, איז ער נישט צופרידן מיט זיך היות ער האט נישט זיין אשה נאה, און טאקע ווילאנג ער האט נישדט זיין אשה איז ער נישט צופרידן פון זיין בית נאה, אין ביית איהם טאקע איז נישט מרחב דעתו.

וועלעכע פארמאגסטו און וועלעכע וואלסטו באמת געוואלט?

די אלטע (אריגינעלע, ירושלימ'ער) אידישע ליכט האט געברענגט א מעשה פון א יונגערמאן וואס האט באנקראטירט צוליב זיינע חובות. ער האט זיך באקלאגט אז נאכ'ן באנקראטירן האט איהם זיין ווייב גע'גט. אלעס צוליב די חובות. האט ער געלערנט פשט אין די גמרא אזוי. ג' דברים מחריבין דעתו של אדם. דרייא זאכן מאכן חרוב א מענטש. אשה נאה בית נאה וכלים נאים. די אשה נאה פארלאנגט א בית נאה און כלים נאים וואס ער קען נישט אפארד'ן. דאס מאכט איהם חרוב.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:07 pm

· #54729
נ.ב.: צו מיין פריערדיגע תגובה. ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען די היימישע קאר ליעסינג קאמפאניס.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 2:19 pm

· #54740
זר זהב
נאך א פשט

אבער אז מען רעדט שוין...
עס אינטערעסאנט אז מיר אלע (עכ"פ רוב יונגעלייט אין וויליאמסבורג) האבן טייערע פורניטשער [כלים נאים] אבער מען וואוינט אין קליינע פארשטיפטע דירות [בית נאה?]
ווי בצלאל האט געזאגט פאר משה רבינו "מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן?"
וואס א פשט האט די טייערע פורניטשער ווען מען וואוינט אין א קליינטשיגע דירה ווי די פורניטשער פיט כמעט נישט אריין?!

אין לעיקוואוד לייגט מען טאקע נישט קיין דגוש אויף פורניטשור

דארט לייגט מען נישט קיין דגוש אויף א סאך אנדערע עולם הזה'דיגע זאכן אויך.

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 5:14 pm

· #54792
berlbalaguleh
זר זהב
נאך א פשט

אבער אז מען רעדט שוין...
עס אינטערעסאנט אז מיר אלע (עכ"פ רוב יונגעלייט אין וויליאמסבורג) האבן טייערע פורניטשער [כלים נאים] אבער מען וואוינט אין קליינע פארשטיפטע דירות [בית נאה?]
ווי בצלאל האט געזאגט פאר משה רבינו "מנהגו של עולם אדם בונה בית ואחר כך מכניס לתוכו כלים ואתה אומר עשה לי ארון וכלים ומשכן?"
וואס א פשט האט די טייערע פורניטשער ווען מען וואוינט אין א קליינטשיגע דירה ווי די פורניטשער פיט כמעט נישט אריין?!

אין לעיקוואוד לייגט מען טאקע נישט קיין דגוש אויף פורניטשור

דארט לייגט מען נישט קיין דגוש אויף א סאך אנדערע עולם הזה'דיגע זאכן אויך.

אסאך וואסער איז שוין געפלאסען אינעם האדסען ריווער זייט דעמאלס.

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:08 pm

· #56461
איינער האט מיר געזאגט אז ביי סאטמאר רבי איז אלע דריי געוועהן נאה
איז געוועהן ביי נאך רבי'ס אזוי?

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:10 pm

· #58507
שמעקעדיג
כלים נאים אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך. וואטעווער איט מיענס.
איך קען עסן אין פלעסטיק טעלערס, קאפס, און פשוט'ע עסצייג.
אסאך מענטשן האבן ליב ווען מען גרייט זיי אן זייער פענצי. איך פארשטיי נישט דערצו.
א שיינע הויז קען צוהעלפן, אבער איך בין זייער ווייניג אינדערהיים, סאו ס'איז נאר שייך בעיקר שבת ויו"ט.
און א אשה נאה, אה, דאס איז זיכער א גוטע זאך, בפרט בשעת עס פעלט אויס.


שמעקעדיג איך גלייב נישט ביסט אזוי אויסגעארבעט אז דיר איז נישט קיין חילוק ווען דיין טיש פרייטיג צו נאכטס איז צוגעגרייט מיט שיינע דישעס מיט א טשיינע טישטוך צי ס'ליגט א פלעינע ווייסע פלעסטיג טישטוך, פלעינע פעיפער טעלערס און קאפס.
אגב, אשה נאה איז נאר אינטערסאנט פאר איין חודש, נאכדעם דארף מען שוין א פרישע וד"ל.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:16 pm

· #58509
פארשטייסט א נפק"מ צווישן די אויסדרוקן "אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך", און "דיר איז נישט קיין חילוק"?
די ערשטע האב איך געשריבן, ווייל דאס איז נישט מיין פוירסט פרייאריט. כ'האב אנדערע תאוות.
אבער איך זאג נישט אז ס'איז בכלל נישט קיין חילוק.

קליינע רעבעלע » זונטאג נאוועמבער 4, 2012 6:34 pm

· #58518
שמעקעדיג
פארשטייסט א נפק"מ צווישן די אויסדרוקן "אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך", און "דיר איז נישט קיין חילוק"?
די ערשטע האב איך געשריבן, ווייל דאס איז נישט מיין פוירסט פרייאריט. כ'האב אנדערע תאוות.
אבער איך זאג נישט אז ס'איז בכלל נישט קיין חילוק.


סארי איך האב נישט גיט געקיקט

ארבעס » זונטאג אקטאבער 26, 2014 9:42 pm

· #230649
העלא
כלים נאים מיינט שיינע פורניטשער וכדומה,

דאס איז זיכער אז אשה נאה (איך מיין בטבע נישט אין מראה) איז די מאוסט אימפארטענט


איך קלער אז כלים נאה מיינט א שיינע קאר, אין די היימישע עולם איז דאס מקיים ווי עס דארף צי זיין.
אשה נאה? רבנים לאזען דאך נישט, ווייל אינז קענען זיך נישט קאנטראלען. ממילא מיז מען אריינלערנען פשט פין נאה אז סמיינט אינערליכע מידות טובות.
בית נאה? פארגעאבייטיט. נאט עפארדעבעל ענימאר.

chusid » זונטאג אקטאבער 26, 2014 10:56 pm

· #230656
אשה נאה מיינט לכאורה מדות נאות ווייל אויב כפשוטו ארבעטמעס דאך נאר ביז מען ווערט בורד...

אויסגערוט » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 12:17 am

· #230676
אשה נאה איז א מציאות און דעס טוישט זיך נישט. סשטייט נישט אשה "מחושקת"

אני מת לחיות » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:07 am

· #230695
ווען איינער קוקט נאר אין זיין טעלער האט ער אלע 3 זאכען אויף די בעסטע אופן, איזהו עשיר ? השמח בחלקו!!
וועסטו פרעגן ער האט דאך נישט קיין מיליאן $? נאר ווען איינער איז ביזי נאר מיט זיך און קוקט נישט אין זיין חבר`ס טעלער איז אלעס נאה.

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:20 am

· #230710
זייער שיין פשט, וואס קען מען אבער טוהן אז דער בעל המימרא פון שלושה דברים מרחיבים דעתו של אדם קריגט זיך מיט דיר. אויב דו ווילסט קענסטו זאגן אז דו נעמסט אן ווי די משנה אין אבות און נישט ווי די גמרא אין ברכות.

חכם עתיק » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 12:31 pm

· #230724
די טעמע איז היפש פארווייטאגט ביי סאך יודען.

וואס מיינט מרחבת דעתו של אדם? מאכט איהם אפען מיינדעד