☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » צאמגעשטעלטע לוח המודעות

צאמגעשטעלטע לוח המודעות

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2096

גוטזאגער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:38 pm

· #51813
צאמגעשטעלטע לוח המודעות
די וואס הענגן צעטליך און די גאס זענען פוילגעווארען און זיי נעמען נישט אראפ די אלטע צעטליך פון די וואנט צוביסלעך הויפענט זיך אן איין צעטיל אויף די אנדערע און די וואנט ווערט דיקער און דיקער אבער סאיז בכלל נישט קיין פראבלעם פאר די ליינערס ווען ווערט טראבעל? ווען פלוני רייסט אראפ איין עד ווייל ער וויל חלילה נישט פארגעסן די אינטערסאנטע גאס נאמען אלמוני שניידט ארויס א שיינע פיקטשער און אזוי ווערט א לאך דא און א לאך דארט און עס באקומט א פנים פון א געפלאכטענע צעטיל. ביי איין וואונקעל פון לי עוו. איז עס געווען אזוי קאמיש צו ליינען די צעטיל צאמגעשטעלט פון אלע וואכען אזש איך האב מיך עס פאשריבען און איך ברענג עס דא פאר די ק"ש ליינערס:

א אינגערמאן א בעל כשרון איז גרייט צו לערנען מיט אייער זיהן סיי וואספארא אונשארענס אדער אינוועסמענטס וואס איר וועט קענען ארויס נעמען נאך 15 יאר טישען און בענק פאר אלע אייערע שמחות ביטע רופטס אריין אויף 9876-543-2121 אויב קיין ענטפער לאזט איבער א 15פעסענדשיר ווען וואס וועט אייך פירען קיין רוסלאנד און אונגארען אויף די יארצייט פון התאחדות הרבנים און מיר באקוקען די מעהל און מיר זיפען אליין די אייער דורעך א אינגערמאן מיט גרויסע נסיונות פון היינטיגע צייטען און מיר בעטן בשם די רבנים הצדיקים הגאונים שליט"א מען זאל ארויס ווארפען אלע קאמפיוטערס אויפען קאפ פון די יונגע אלמנה וואס איז נעבעך געבליבען אליין מגדל זיין אירע קינדער נאכען ביטערן אומגליק וואס עס איז איר געבוירען געווארען א דרילינג די גאנצע עולם איז געלאדענט צום שלום זכר וואס עס וועט פארקומען אין פאפא בית החייים דריי אזייגער פונקטליך

יהי רצון אז די זכות פון די צדיק זאל מגין זיין אויף די פרישע טשיקען און בהמה פלייש מיט די שטרענגע השגחה פין די איזרעילי קאנסעלאט קעגן די גראבונגען וואס עס קומט פאר אויף די בארא פארק באס וואס וועט אייך פירען צו א דריי קלאזעט רומיגע דירה אין די הארץ פון א יונגערמאן א תלמוד חכם ביטע שיקט אריין אייער ברייטהארציקע פרדשעריעטער

א איין יאר אלטע איד זיכט א קאר רייד קיין ב"פ שבת נאכמיטאג ווי די רב וועט פארלערנען הלכות ניחום אבילים און ער וועט מגלה דעתו זיין ברבים אז מען טאר ניט אנטיילנעמען ביי די חתונה פון הבחור יחיאל מעכיל מיט די חשובע כלה די בעביסיטער וואס וועט אנעמען צו בעביסיטען ביי זיך אינדערהיים פאר די ארטיסטען און די זכות וואס איר וועט זיך נישט משתתף זיין ביי די זיכי הפת וועט איר אנקומען צו די מיאמי ביטש אין פלארידע

ונזכה לביאת המשיח במהרה בימינו אמן

כמיין אז די קרעדיט קומט זיך פארן טלאנטפולן פערזאן און בדחן הידועהרב ר' יונתן שווארץ שליט"א איך( האב עס געהערט ריקארדעט און איך ווייס נישט ווער די בדחן איז וחבל)

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:46 am

· #51876
יא, יהונתן שווארץ, געהערט פון עם א גוטע 15-20 יאר צוריק, עפעס אזוי.

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:04 am

· #51980
גוטזאגער

....דורעך א אינגערמאן מיט גרויסע נסיונות פון היינטיגע צייטען און מיר בעטן בשם די רבנים הצדיקים הגאונים שליט"א מען זאל ארויס ווארפען אלע קאמפיוטערס אויפען קאפ פון די יונגע אלמנה וואס איז נעבעך געבליבען אליין ...

....די בעביסיטער וואס וועט אנעמען צו בעביסיטען ביי זיך אינדערהיים פאר די ארטיסטען און די זכות וואס איר וועט זיך נישט משתתף זיין ביי די זיכי הפת וועט איר אנקומען צו די מיאמי ביטש אין פלארידע


געפילטע פיש
יא, יהונתן שווארץ, געהערט פון עם א גוטע 15-20 יאר צוריק, עפעס אזוי.

כ'מיין אז רוב פון די פירצות ווי קאמפיוטערס ארטיסטן זיכוי הפת האבן נאך קוים עקזיסטירט פאר 15 יאר צוריק בשנת תשנ"ח און זיכער נישט בשנת תשנ"ג.
אבער אויף וויפיל איך קען ר' יהונתן האט ער קיין פראבלעם עס איבערצופרישן יעהרליך.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:10 am

· #51984
יא, צוגעלייגט זאלץ און פעפער איבער די יארן, איי מייט בי ראנג אבאויט די דעיטס, איך געדענק נאר אז ס'געווען אסאך יאר צוריק.

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:13 am

· #51988
געפילטע פיש
יא, צוגעלייגט זאלץ און פעפער איבער די יארן, איי מייט בי ראנג אבאויט די דעיטס, איך געדענק נאר אז ס'געווען אסאך יאר צוריק.


ביסט דאך שוין נישט אזוי יונג.... האמיר נישט קיין טענות צו אייך.