☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מאווי: וואו איז יואל בוים?

מאווי: וואו איז יואל בוים?

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2094

פיקציע » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:48 pm

· #51768
מאווי: וואו איז יואל בוים?
אין די נאנטע טעג ווערט ערווארטעט א נייע קורצע דראמא פילם וועלכע בליקט אריין אין די חסיד'ישע פארמאכטע קאמיוניטי מיטן נאמען 'וואו איז יואל באום'.

געוויסע טיילן פון די פילם זענען רעקארדירט געווארן אין די היימישע וויליאמסבורג. די (געוועזענע שלום לאנדא'ס) רעסטוראנט אויף לי עוו. איז גענוצט געווארן בשעת'ן אפכאפן די פילם מיט עטליכע יאר צוריק, איין סצענע איז אויף הופפער סט. צווישן לי און מארסי עוו.

פערל גליק פון פאלינקא פיקטשערס וועלכע האט שוין פרודעצירט עטליכע פילמען אויף די חרדי'שע קולטור און לעבנסשטייגער ווי די קורצע דאקאמענטארי פילם דיוואן, און די דוקעמענטארי וויליאמסבורג האט געשריבן און דירעקטירט די פילם וואו איז יואל באום, און האט אריינגעלייגט אסאך לעבעדיגע ביישפילן פון די טיפישע וויליאמסבורגע משפחה, א שטייגער ווי הערן קול מבשר, ליינען דער איד און דער בלאט.

די מאוויס אפיציעלע וועבזייטל מיט א פריוויא און בילדער.
נאך א קורצע אריינבליק פון די מאווי אויף ווימעאו
📎 Der Blatt.jpg

DotCom » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:33 pm

· #51811
ס'סאונד ממש ווי קול מבשר, איז דאס טאקע ער?
איז דער בחור אלעזר טווערסקי?

פיקציע » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:56 pm

· #51841
אוודאי איז עס נישט באמת קול מבשר, בלויז אויפגעשפילט עטוואס ענליך.
טווערסקי שפילט יואל בוים.

טעפל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:24 am

· #51956
אונז געדענקען נאך דעם צדיק ווען ער איז טאקע געגאנגען מיט פיאות

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:22 pm

· #52046
טעפל
אונז געדענקען נאך דעם צדיק ווען ער איז טאקע געגאנגען מיט פיאות
📎 Luzer.jpg

העלא » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:30 pm

· #52051
JNET לאזט נישט דורף די קליפ, קען עס איינער דאונלאודן און מיר שיקן?

גלות יוד » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:39 pm

· #52648
אה איך ווארט שוין לאנג אויף דעם, איך בין א שטיקל קרוב מיט איר איך געדענק זי האט געבעטן פון מיין ווייב בעקיטשעס מיט הוטן פאר די מאווי, נעבעך א פארבלאנזשעטע נשמה

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 2:30 pm

· #52687
דער זכות זאל דיר ביישטיין.. בעט כאטשיק א פרי טיקעט עס צו זעהן.

נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 12:37 am

· #53305
איך אויך
דער זכות זאל דיר ביישטיין.. בעט כאטשיק א פרי טיקעט עס צו זעהן.

ווען און ווי גייט מען עס ווייזען?

קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:36 pm

· #54109
א וואונדער אז די אייניקלעך זעהן אזוי אויס?
די באבע בלאזט דאך אויס די לעכט! מ'טאר נישט!

gehlungen » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 3:20 pm

· #54222
טעפל
אונז געדענקען נאך דעם צדיק ווען ער איז טאקע געגאנגען מיט פיאות

I think his mother is sitting shiveh !

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 3:29 am

· #55362
gehlungen
טעפל
אונז געדענקען נאך דעם צדיק ווען ער איז טאקע געגאנגען מיט פיאות

I think his mother is sitting shiveh !

Is she still sitting? He went OTD (off the derech) a while ago.

shefele » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:25 am

· #55370
His mother was sitting shiva because her brother passed away r'l

מים חיים » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 9:10 pm

· #60130
עס גייט נאך ארויסקומען 2012?