☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אל תביאני רגל גאווה

אל תביאני רגל גאווה

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2093

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:43 pm

· #51767
אל תביאני רגל גאווה
איך בין נישט שולדיג אז די נומערן פון מיינע טעגיוועס הערן נישט אויף צו לויפן
ליידער האב איך נישט קיין דזשאב כדרך כל הארץ, און אויך נישט קיין שיעורי

תורה מיט וואס אנצופילן דעם טאג
בלית ברירה זיץ איך אין שטיבל און שרייב
יעדער איינער אין מיין מצב וואלט אנגעקומען צו דעם מספר
איך קען דאס נישט קאנטראלירן און איך זוך דאס בכלל נישט
יאך קוק דען אויס ווי עפעס א קינד וואס דארף אטאנציאן?
נאריש איז עס נאכצולויפן און מאכן א נומער פאר א ציהל
ווען מ'באקומט סיי ווי גארנישט דערפאר

ריכטיג איז ארויפקוקן די וואס זענען מקיים דעם מעט הכמות ורב האיכות
געלונגענע תוכנ'דיגע לערנבארדיגע אינפארמאטיווע תגובות גייען
לאו דווקא {און טאקע עפי"ר נישט!) צוזאמען מיט "אסאך" תגובות

געבענטשט זאל זיין קאווע שטיבל וואס געט
א פלאטפארמע פאר מיינע בויך דרייענישן
וואויל פאר אלע וואס לייקן מיר, און
וואויל פאר ענק אלע וואס פייטן מיר (אין צימעס...)
הערטס מיר אלע ביטע זייט מוחל צו, איך בין אנגעקומען צו:

4000

!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:57 pm

· #51789
אזא ארבעט! זאג, ווי לאנג האסטו געארבעט אויף די קאלירן? מ'זעט אז דו האסט אריינגעלייגט דערין שעות הארוואניע... 😉

דעינעש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 9:09 pm

· #51793
אוודאי. דאס איז שוין מעט הכמות ורב האיכות שטאפל.
אין מיט הארוואניע.

עמיר וואונטשן אויך אז ה' זאל אייך באשערען כל טוב, ובדרך כבוד.

חאצקל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:05 pm

· #51806
זר, איך האב נישט געוויסט אז דו ביסט אזוי טאלאנטעד, איך נעם דיר שוין אויף אלס ארבעטער אין מיין אפיס...

DotCom » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:19 pm

· #51808
זר איך האלט זאלסט דיר אריינלאזן אין גרעפיקס.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:07 pm

· #51822
אפשר זיך אריינלאזן אין שרייבן פאועמ'ס?
אזא טאלאנאפולער יונגערמאן, און נאך א עניו אויך דערצו, ער בעהט זיך אל תבואני רגל גאווה...

העלא » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:28 pm

· #51825
זר, פון ליידיג גיין קען מען משוגע ווערן, דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט א פלאץ וואו דו קענסט ארויסגעבן דיינע טאלאנטן, און שעפן סיפוק פון מענטשליכע מיינונגען אויף דיינע ווערק.

אלדד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:42 am

· #51870
טאלאנט!!! וואו!!!

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:43 am

· #51873
חברה, הייבט אן שרייבן תגובות, זהב'ל (איך רוף עם ביים לעצטן נאמען) טיילט לייקס פאר פרי!

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:44 am

· #51875
😃 😃

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:29 am

· #51913
זר זהב:

איך ווייס נישט צו קאווע שטיבל וואלט געווען דאס וואס עס איז, ווען נישט דיר.

ווען איך זע אז קיין איין אשכול האט נישט קיין המשך, ווייס איך אז עס מוז זיין אז די שלאפסט.

אזוי אויך ווען איך דארף הילף ווי אזוי זיך צו באניצן מיט דער סייט, ווענד איך זיך צו דיר, וויסנדיג אז די וועט מיך אלעמאל קומען צו הילף...


באט עגען, קיפ יאר איגאו לאו אין פאבליק...


א גרויסע יישר כח!!!

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:32 am

· #51914
געפילטע פיש
חברה, הייבט אן שרייבן תגובות, זהב'ל (איך רוף עם ביים לעצטן נאמען) טיילט לייקס פאר פרי!


ער האט דיר נישט געגעבן, וועל איך דיר געבן. נאדיר....

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:35 am

· #51917
איך האב אים דאך געגעבן אויף זיין ערשטע קאממענט... צופיל ווארפן מיט לייקס וועט נאר אראפברענגן די וואליו פון מיינע 'לייקס', ס'וועט אויסקוקן אזויווי די וואלוטע אין איראן.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:39 am

· #51922
sunbar
געפילטע פיש
חברה, הייבט אן שרייבן תגובות, זהב'ל (איך רוף עם ביים לעצטן נאמען) טיילט לייקס פאר פרי!


ער האט דיר נישט געגעבן, וועל איך דיר געבן. נאדיר....

שכויעך
I felt left out.

טעפל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 5:15 am

· #51955
דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:42 pm האב איך געשריבען:

מזל טוב זר באשעפער זאל דיר העלפען זאלסט טרעפען א גוטן דזאב און זיך מוטשענען אנקומען צום פערדען טויזנט תגובות!!!
שוין נישט געלונגען......וועל איך איבער זאגען מיט א פרישקייט :

מזל טוב זר באשעפער זאל דיר העלפען זאלסט טרעפען א גוטן דזאב און זיך מוטשענען אנקומען צום פיפטען טויזנט תגובות!!!
איך בעט דיך דיסעפוינט מיך נישט!!!!

gehlungen » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 6:55 am

· #51957
העלא
זר, פון ליידיג גיין קען מען משוגע ווערן, דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט א פלאץ וואו דו קענסט ארויסגעבן דיינע טאלאנטן, און שעפן סיפוק פון מענטשליכע מיינונגען אויף דיינע ווערק.

That's exactly what he is writing !

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 9:19 am

· #51967
הרב gehlungen:

איך זע אז איר שטייט אויף פרי. איך פארשטיי פון דעם אז די האסט ב'ה א דזשאב.

אפשר האסטו א דזשאב פאר זר'ל????

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:29 pm

· #52095
א גאלדענעם קרוין פאר זר זהב - א שיינע ארבעט געמאכט.

אוי טאטי » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 10:32 am

· #52524
זר, מזל טוב! ס׳איז באמת א פלעזשאר צי לייענען יעדע תגובה פון דיר!!
קיפ אפ!

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:02 am

· #52540
אוי טאטי
זר, מזל טוב! ס׳איז באמת א פלעזשאר צי לייענען יעדע תגובה פון דיר!!
קיפ אפ!

דו מיינסט אודאי אין צימעס...

דולה ומשקה » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:05 am

· #52545
וואס פאר א דזשאב איז געאייניגט פאר דיר?
אדער פשוט קענסטו זיך נישט אפרייסן פון טרינקען אזוי פיל קאווע, די ביסט העוועלי עדיקטעד

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:08 am

· #52548
כ'בין גראדע גאנץ א שוואכער קאווע טרינקער

אוי טאטי » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:22 am

· #52558
זר זהב
אוי טאטי
זר, מזל טוב! ס׳איז באמת א פלעזשאר צי לייענען יעדע תגובה פון דיר!!
קיפ אפ!

דו מיינסט אודאי אין צימעס...

כ׳האב גראדע געטראכט ארויסצישרייבן ׳נישט דוקה צימעס׳, אבער איך האב נישט,
יעצט אז דו האסט עס ארויסגעברענגט, עלעך דיר זאגן, ניין!! צימעס איז טאקע גוט ווען מען האט נישט וואס צי טון, אבער איך קען איבער זאגן מיט א פול מויל, עס איז א פלעזשאר צי לייענען יעדע תגובה פון דיר!! און ׳טאקע נישט פון צימעס׳!! און פליז קיפ איט אפ!

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 11:24 am

· #52561
אקעי אייל טריי... שריי נישט אזוי!!

😂 😂

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:57 pm

· #52614
מ'זעהט א נייע אשכול פון זר'ל גייט מען תיכף אריין דערין! אבער אויף דעם האב איך מיך שוין נישט גערישט!!!
מזלא טבא וגדיא יאה, לידידינו היקר, ספרא רבה, עטו מתוק וותוק, מוה"ר זר זהב ני"ו לרגל התגובה ארבעה אלפים! כה לחי!!! (בגימ' 4000)

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:02 pm

· #52812
עלמיר אלע אים באשענקען און אנטון דעם גאלדענעם קרוין,
ער איז דאך דער גרעסטער בתוכינו מיט מספר התגובות.

דא האסטו, נוץ עס געזונטערהייט!
📎 crown.jpg

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:03 pm

· #52813
שקויעך, איך בין האמבעלד... 😲

sunbar » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:21 pm

· #52833
און ער האלט שוין ביי 4100.

זר'ל, קענסט שוין אנהייבן גרייטן די ענוה פאר נומער 5000

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:24 pm

· #52836
sunbar
זר'ל, קענסט שוין אנהייבן גרייטן די ענוה פאר נומער 5000

איך גיי אויפנעמען א שטאב מיט עקספערטן דערפאר, ווייל איך בין שוין אויסגעלאפן פון איידיעס!