☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » איבריגע ווערטער

איבריגע ווערטער

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2090

ציבעלע-קיגל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:53 pm

· #51679
איבריגע ווערטער
עס זענען דא אסאך זאכען וואס מען זאגט וואס איז איבריג מען רעדט מיט א דאפעלטע לשון, ווי למשל...

עס שטייט אין די "הייליגע" ספרים "הקדושים"

ברענג אריין די "מים" אחרונים "וואסער"

רוב "רבנים" זענען "גנבים"

די יארמער רב שליט"א לייגט צי... "אונגארישער" "נער"...

( במחילת כבודכם... מיין שכן האט מיר היינט געגעב'ן נאך צוויי גוטע... סקווערע בהמה... אדער מאנראו'ער שייגאץ...)

ווער ווייסט נאך?

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:00 pm

· #51682
א "גוט" יום "טוב"

(אין מונקאטש מיינעך זאגט מען טאקע נאר "יום טוב! יום טוב!)

פערצופאל אמאל געהערט א שיין ווארט איבער דעם... יום טוב איז סייוויי, אבער ליידער אסאך מאל צושטערט, וואונטשט מען טאקע ס'זאל זיין א "גוט" יום טוב

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:01 pm

· #51683
"לייענען" "קריאת" שמע

(טאקע דא אסאך וואס זאגן "ליין שמע)

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 4:27 pm

· #51700
דוד המלך זאגט אין תהילים. וואו דען זאגט ער?

העלא » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:02 am

· #51901
דוד המלך האט געזאגט סתם אזוי אויך, שטייט דען נישט אין נביא וידבר דוד?

דולה ומשקה » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:02 pm

· #52175
זעהט אויס אז דער המון עם נוצט נישט סתם אזוי איבריגע ווערטער, נאר אויף געציילטע זאכען.

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:39 pm

· #52608
שעפטל
א "גוט" יום "טוב"

(אין מונקאטש מיינעך זאגט מען טאקע נאר "יום טוב! יום טוב!)

פערצופאל אמאל געהערט א שיין ווארט איבער דעם... יום טוב איז סייוויי, אבער ליידער אסאך מאל צושטערט, וואונטשט מען טאקע ס'זאל זיין א "גוט" יום טוב

מים אחרונים וואסער
גוט יום טוב
און אונגארישער נער
זענען טאקע פונעם מנחת אלעזר.

העלא » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:49 pm

· #52610
די דברי יואל האט געזאגט אז די סיבה פארוואס מ'זאג "גוט יום טוב"

ווייל תשעה באב ווערט אויך אנגערופן יום טוב "קרא עלי מועד לשבור בחורי, אבער עס איז נישט גוט

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:51 pm

· #52611
העלא
די דברי יואל האט געזאגט אז די סיבה פארוואס מ'זאג "גוט יום טוב"

ווייל תשעה באב ווערט אויך אנגערופן יום טוב "קרא עלי מועד לשבור בחורי, אבער עס איז נישט גוט

אקעי פון היינט און ווייטער ווען מיר וועלן זיך טרעפן אום טישע באב וועלעך דיר זאגן פלעין "יום טוב"

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:24 pm

· #52629
זר זהב
ווען מיר וועלן זיך טרעפן אום טישע באב וועלעך דיר זאגן פלעין "יום טוב"

מיינסט "טישע באוו", ריכטיג?
אוי, די זשאוק הייבט אן צו וועפן.

קאוקאנט » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:03 am

· #52927
זר זהב
דוד המלך זאגט אין תהילים. וואו דען זאגט ער?


והוא הדין ביי דעם לאוזונג: "ער האט געוויינט מיט טרערן פון די אויגן!"
וואס? מיט טרערן פון ממש די אויגן? פון וואו דען?

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:17 am

· #52931
ציבעלע-קיגל
עס זענען דא אסאך זאכען וואס מען זאגט וואס איז איבריג מען רעדט מיט א דאפעלטע לשון, ווי למשל...

עס שטייט אין די "הייליגע" ספרים "הקדושים"

ברענג אריין די "מים" אחרונים "וואסער"

רוב "רבנים" זענען "גנבים"

די יארמער רב שליט"א לייגט צי... "אונגארישער" "נער"...

( במחילת כבודכם... מיין שכן האט מיר היינט געגעב'ן נאך צוויי גוטע... סקווערע בהמה... אדער מאנראו'ער שייגאץ...)

ווער ווייסט נאך?

ס'האט מיך אמאל געפרעגט א איד. וויפיל אזייגער איז תקיעת שופר בלאזן

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:20 am

· #52932
שעפטל
"לייענען" "קריאת" שמע

(טאקע דא אסאך וואס זאגן "ליין שמע)

דערפאר זאג מער אינז קרישמע ליינען.

ציבעלע-קיגל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:23 pm

· #53695
דא האב איך געפונען נאך איינס

"כשרה" "מאגאזינען"
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/646">viewtopic.php?f=4&t=646</a><!-- l -->