☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קול מבשר נייעס

קול מבשר נייעס

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2084

גוטזאגער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:44 pm

· #51563
קול מבשר נייעס
סוואלט ווען געווען א גלעצנדע געדאנק אזוי ווי מען דריקט סייווי אפ די נייעס יעדען טאג זאל די בע"ב פון קול מבשר (עס מיז נישט זיין אפיציעל) ארויף לייגען די נייעס און אפי' צוזאמען מיט אדווערטייזמענטס דא אויף קאווע שטיבעל

עס האט עטליכע מעלות איינס מען קען ריאגירען אויף די נייעס צווייטענס מען מיז נישט אויס הערן אלעס אויף איינמאל דריטענס מען קעו ליינען פון א וואך צוריק צו מער וואס דאס איז נישט דא רויף די טעלעפאן ליניע

דארף מען הערן דעת הקהל צו עס לוינט זיך צו נעמען שריט און אויב יא זאלען איינע פן די ק"ש עסקנים שתדלען ביי די בע"ב פון ק"מ זאל מקיים זיין אל תמנע טוב מבעליו נאכדערצו ווען עס איזזה נהנה וזה לא חסר ( און ער קען אפי פארדינען אויף עס דורעך אנעמען אדווערטייזמענטס)

No_name » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:47 pm

· #51566
לויט מיין ארימע שכל וועט ער עס נישט וועלן טוהן ווייל מ'וועט נישט רופן אזוי זאך איהם הערן.

די פרייז וואס ער בעט פאר אדוועטייזן אויף זיין סיסטעם איז געבעיסט אויף וויפיל רופערס ער האט, דעריבער קען ער נישט טוהן קיין שום זאך וואס זאל דאס רעדוצירן.

אזוי קלער איך.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:56 pm

· #51572
איך בין נישט מסכים. כ'בין נישט אינטערעסירט אין זיינע בויך דרייענישן.

גוטזאגער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:57 pm

· #51576
ער קען געבן אלטע אגב וויפיל בעט ער צו עדווערטייזען?

No_name » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:58 pm

· #51578
איך ווייס נישט די פונקטליכער פרייז, אבער איך ווייס אז ער לאזט זיך קאסטן.

און אפי' אויף אלטע גייט עס אן, ווייל ווען איינער וועט האבן ווי צו קוקן אלע אלטע וועט ער נישט אזוי שטארק וועלן אריינרופן.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:59 pm

· #51580
ער איז דאך געשטעלט אויף אינסטענט נייעס. 'אלטע נייעס' איז אן אקסי מאראן

גוטזאגער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:00 pm

· #51581
ער קען געבן אלטע אגב וויפיל בעט ער צו עדווערטייזען?

און זר זהב דאס איז טאקע די איידיע דו נעמסט נאר וואס דו ווילסט און גשמאק אויב איינער איז נישט אינטערסירט מוז ער עס נישט ליינען

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:01 pm

· #51582
פארוואס זאל ער עס טוהן? דער ארבייט גענוג שווער, און ב"ה מאכט אסאך געלט.
אויב זיינע רופערס וועלן פאלן וועט ער קיינמאל נישט קענען בעטן 1,200 פאר די ערשטע עד.

sunbar » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:12 pm

· #51595
איך וואלט געוואלט ליינען די אינטערוויאס...

דולה ומשקה » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 11:59 am

· #150901
על פי רוב וועלעכע עידש מענשען הערען צו קול מבשר,
איז דאס בעיקר אינגער בני כולל וכדוגמתם אדער מיטל עידש מענטשען?

מענטשען וואס ארבעטן א גאנצע טאג הערען דאס ווייניגער, סטאטיסטיקלי
על כן קומט מען צוריק אז דאס איז יונגער צוהערערס.

אדער אולי בין איך זיך טועה.

סאו וואט » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 12:19 pm

· #150912
sunbar
איך וואלט געוואלט ליינען די אינטערוויאס...


אר דו אונטערוויוס קענסטו בעטן ר' יצחק שלמה דרעזנער יחי' זאל דיר געבן דער טעיפס.
ס'מוז נישט גיין דורך קול מבשר.

zurich » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:09 pm

· #150927
איז נאך דא איינער וואס הערט נאך קול מבשר?? איך האלט ער דארף מאכן דארט א פרישקייט עמערזענסי ס'איז שוין בארינג, אפשר טוישן די נייעס זאגער

אפשר וואלט ער געדארפט אויפנעמען נחום ראזענבערג פאר די נייעס זאגער 😛

טראכטס אריין א מינוט ווען נחום האט ווען ווידער'ס וועי אף טאלק און ווידער האט נחומ'ס וועי ס'וואלט צוגעגאנגען בערך אזוי: און ב"מ און דער מנובל בלא בלא בלא.............. אזוי גראד ווי א אתנחתא!!! משא"כ די נייעס וואלט געגאנגען ווי א געשמאקע נוגין! רבותי ס'פארגעקימען א עקסידענט אין ווענעזועילע רבותי ס'געווארן פרייליך.
אוי וואלט געוועין גיטע צייטן!! 😂

קרעמער1 » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 8:01 pm

· #151645
לענ"ד וועט עס נישט רעדוצירן זיינע צוהערער. רוב פון זיינע צוהערער זענען סיי ווי מענטשן וואס האבן נישט צוטריט צום אונטערנעץ, ווייל די וואס האבן יא דארפן נישט אנקומען צו אים
ער קען אויך מאכן מער געלט דורכן אנבאטן פארן אדווערטייזער אז פאר נאך אפאר דאלאר גייט עס אויך אויף ק"ש (דאס איז נאר אויב ער מאכט אז ס'קומט אפיציעל פון אים)

מ'דארף נאר זיכער מאכן אז אויב ס'ארבעט זיך אויס זאל ער אראפגעבן א פראצענט פאר די מנהלי הפארום. ס'איז נישט מער ווי יושר און פארשטענדליך.

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 11:10 am

· #161814
איז דא אוועג צי טרעפן אן אלטע אינטערוויו אויף קול מבשר?

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 11:16 am

· #161815
איך בין נישט זייער באקאנט מיט 'קול מבשר', אבער איך מיין אז יעדע אינטערוויאו האט א געוויסע נומער וואס דו קוועטשט כדי אנצוקומען דערצו.

אויף אייוועלט האבן זיי א ליסטע פון אלע אינטערוויאוס:
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=9978">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=9978</a>

קרעקער » זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:10 pm

· #161834
בין איך די איינציגסטער וואס ברעכט שוין פין יאסי געשטעטנער?
לאמיר שוין נישט רעדען פון דעס אז ער איז ביזי יעדען טאג מיט העלט קעיר
יעדע נייעסעל וואס ער געט איבער איז געשטימט מיט זיין קאנסערוואטיוו קאפ
זאל כאטש קול מבשר ברענגען נאך א רעדנער מער אביעקטיוו