☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאן אפגעקאכט צום טויט אין א טונע פאבריק אין קאליפארניע

מאן אפגעקאכט צום טויט אין א טונע פאבריק אין קאליפארניע

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2079

גאלד » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:07 pm

· #51332
מאן אפגעקאכט צום טויט אין א טונע פאבריק אין קאליפארניע
א 62 יעריגע ארבייטער אין א דרום קאליפארניע פיש-עסנווארג פאבריק,
איז דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג אפגעקאכט געווארן צום טויט,
דער פאבריק פאבריצירט טונע פיש פאר די גרויסע פירמע "באמבל בי",
האזע מעלענא איז געפינען געווארן עטוואס נאך 7 אזייגער אינדערפרי,
ביי דעם פאבריק אין סענטע פעי קאליפארניע
עריקע מאנטעראזע, דער ווארטזאגער פאר קאליפארניעס ארבייטער זיכערהייט און געזונט אגענטור,
האט ערקלערט אז עס איז דערווייל נישט קלאר וויזוי דער מאן איז אהינגעקומען אינעווייניג און דעם מאשין,
וואס רופט זיך א "א סטים מאשין"
די שטאטישע אינסטאנצן האבן געעפנט א אויספארשונג,
באמבל-בי ווארטזאגער פעט מענקי אין א געשריבענע סטעיטמענט,
האט פארשפראכן מייטלייד צו די מעלענא פאמיליע,
און ציגעגעבן אז ווייטערדיגע פרדוקציע וועלן אפגעהאלטן ווערן ביז מאנטאג,

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:11 pm

· #51340
'וויל נישט פארדרייען. אבער כאב איינמאל זיך איינגעהאנדעלט א קען טונא פיש פון באמבעל בי, ס'נישט געווען אין מויל צונעמען!

sunbar » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:16 pm

· #51347
יעצט ווייסטו שוין פארוואס...

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:18 pm

· #51348
sunbar
יעצט ווייסטו שוין פארוואס...

איז נישט דאס דער ערשטער אינצידענט?

😉

sunbar » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:24 pm

· #51353
זר זהב
sunbar
יעצט ווייסטו שוין פארוואס...

איז נישט דאס דער ערשטער אינצידענט?

😉


די ערשטע וואס אונז ווייסן דערפון...

גאלד » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:25 pm

· #51356
די סארט רופט זיך "מעקסיקען סטייל" טונע

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:44 pm

· #51359
מי באש ומי במים צונאזאם
וואט עי מיתה משונה....

איחוד פעלד » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:13 am

· #51491
איז דאך נחום גערעכט מיט האקען אויפ די שוויץ בעדער

קרעקער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 5:04 pm

· #51716
וער ווייסט צו איינער האט עם נישט געגעבען א שטיפ אריין דארט?

היסטאריקער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 5:26 pm

· #51724
זיי האבן א הכשר?

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 6:44 pm

· #51739
OU

zurich » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 6:53 pm

· #51746
קרעקער
וער ווייסט צו איינער האט עם נישט געגעבען א שטיפ אריין דארט?

ער האט עים מסתמה פאר דעים מעלעסטעד... בלא בלא בלא 😎