☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אין מקרא יוצא מידי פשוטו - פראסט פשט אין פסוק

אין מקרא יוצא מידי פשוטו - פראסט פשט אין פסוק

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2078

יואליש » זונטאג אקטאבער 14, 2012 7:58 pm

· #51327
אין מקרא יוצא מידי פשוטו - פראסט פשט אין פסוק
פאר די וועלכע גלייכן צו פארשטיין א פסוק חומש, עפען איך אויף אן אשכול. ווי באקאנט איז רש"י, דער רבי פון כלל ישראל, אין תנ"ך שטארק בויגענדיג צו מדרשי חז"ל. בשעת פאר פשוט פשט ברויך מען זיכן ביים אבן עזרא און רשב"ם וכדו'.

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:05 pm

· #51330
איך האב אמאל געהערט אז שד''ל איז אויך זייער שטאק אויף פשט.
ווייסט איינער דערפון?

הציץ ונפגע » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:06 pm

· #51331
קען מען דען אין פרשת בראשית לערנען פשוט פשט? אפילו דער ן' עזרא נויגט אפ פונעם פינטל אינמיטן דעם רינג.
שד"ל איז א ריז אין פשוט פשט.

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:07 pm

· #51334
דער חומש דעת מקרא פון מוסד הר קוק איז אוי זייער גוט אויף פשוט פשט. ער גייט אויך אינגאנצן מיטן מסורה [משא"כ שד"ל]

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:08 pm

· #51335
הציץ ונפגע
קען מען דען אין פרשת בראשית לערנען פשוט פשט? אפילו דער ן' עזרא נויגט אפ פונעם פינטל אינמיטן דעם רינג.
שד"ל איז א ריז אין פשוט פשט.

כ'זוך טאקע א חברותא פארן הקדמה פונעם אבן עזרא, כ'פארשטיי עס נישט. א וואלאנטיר?

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:10 pm

· #51336
שד"ל
??

יואליש » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:11 pm

· #51338
פרשת בראשית ד:כ"ו

"אז הוחל לקרוא בשם יהוה."

פשוט פשט איז אז בזמן אנוש האבן מענטשן אנגעהויבן ריפן צו גאט, דהיינו מתפלל זיין צו אים. דער אבן עזרא זאגט טאקע אז הוחל איז מלשון התחלה: "שהחלו להתפלל."

רש"י אבער זאגט אן אינטערעסאנטער פארקערטע פשט וואס איז לכאורה זייער שווער צו טרעפן אין פסוק, אבער געבויט אויף א מדרשים: לויט דעם איז הוחל איז מלשון חולין. "'אז הוחל, לשון חולין, לקרוא את שמות האדם ואת שמות העצבים בשמו של הקב"ה לעשותן אלילים לקרותן אלהות." דאס הייסט אז בימי אנוש האט מען זיך אפגעקערט פון גאט.

דער ספורנו האט משיג געווען דעם פראבלעם פון אזוי אריינלערנען, קומט ארויף מיט א געניעלען איינפאל. לעולם איז הוחל מלשון התחלה. און פשט אין פסוק איז טאקע אז די "צדיקי הדור" האבן אנגעהויבן פרעדיגען "ברבים" אמונה, אלעס ווייל ע"ז האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן דאן אויף די וועלט. לויטן ספורנו רעדט טאקע די פסוק פון די מאמינים, הוחל לקרוא בשם ה', נאר ער לייגט צו חז"ל'ס הוספה אז ע"ז האט זיך פארשפרייט בדורו און דערפאר האט זיך אויסגעפעלט צו מרבה זיין לקרוא בשם השם.

דער פראבלעם איז לכאורה מיטן פשוט פשט, פארוואס "אז" הוחל לקרוא בשם ה', בשעת וואס מיר זעהן אז קין והבל האבן שוין מקריב געווען קרבנות צו גאט.

הציץ ונפגע » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:11 pm

· #51339
איך וואלונטיר צו לערנען מיט אייך, הרב פיש. שרייב די זאצן וועלכע דו פארשטייסט נישט, איך וועל פרובירן צו ערקלערן.

זר זהב
שד"ל
??

שד"ל

יואליש » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:12 pm

· #51341
לעיקוואד
דער חומש דעת מקרא פון מוסד הר קוק איז אוי זייער גוט אויף פשוט פשט. ער גייט אויך אינגאנצן מיטן מסורה [משא"כ שד"ל]

דעת מקרא איז די רייכסטע אויסגאבע אויף מקרא פונעם ארטאדאקסישן שטאנדפונקט. און גאנץ אינטעלעקועל, ווי מ'קען זיך ערלויבן.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:12 pm

· #51342
א דאנק

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:14 pm

· #51343
לעיקוואד
דער חומש דעת מקרא פון מוסד הר קוק איז אוי זייער גוט אויף פשוט פשט. ער גייט אויך אינגאנצן מיטן מסורה [משא"כ שד"ל]

דעת מקרא אויף נ''ך אן די ת ברענגט אסאך זאכן פין חוקרים אקעגען מסורה. נישט אז ער נעמט זיי אן אבער ער פארעט זיך מיט זיי.
בעיקר ווער אט געשריבען די ספרים און וועלכע תקופה סאיז גשריבן געווארן. למשל קהלת.

יואליש » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:15 pm

· #51344
נולד מאוחר
לעיקוואד
דער חומש דעת מקרא פון מוסד הר קוק איז אוי זייער גוט אויף פשוט פשט. ער גייט אויך אינגאנצן מיטן מסורה [משא"כ שד"ל]

דעת מקרא אויף נ''ך אן די ת ברענגט אסאך זאכן פין חוקרים אקעגען מסורה. נישט אז ער נעמט זיי אן אבער ער פארעט זיך מיט זיי.
בעיקר ווער אט געשריבען די ספרים און וועלכע תקופה סאיז גשריבן געווארן. למשל קהלת.

הוא אשר דברנו. אבער ער קומט אראפ אויפן טראדיצינאלע זייט.

הציץ ונפגע » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:16 pm

· #51345
יואליש
פרשת בראשית ד:כ"ו

"אז הוחל לקרוא בשם יהוה."

דער פראבלעם איז לכאורה מיטן פשוט פשט, פארוואס "אז" הוחל לקרוא בשם ה', בשעת וואס מיר זעהן אז קין והבל האבן שוין מקריב געווען קרבנות צו גאט.

די תירוץ איז לכאורה גאר פשוט. קין און הבל האבן געהאלטן אז נאר מיט מקריב זיין קרבנות - טון עפעס ממשות'דיג - קען מען קאמוניקירען מיט גאט. בימי אנוש איז מען אויפגעקומען מיט די המצאה אז מען קען רופן אין גאט'ס נאמען און אזוי אויך ערפאלגרייך קאמוניקירען מיט אים.

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:16 pm

· #51346
אויב איינער דארף א געוויסע שטיקעלמפונען דעת מקרא קען איך דיר סקענען. נאר די ערשטע חלק בראשית האב איך.

יואליש » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:18 pm

· #51349
הציץ ונפגע
יואליש
פרשת בראשית ד:כ"ו

"אז הוחל לקרוא בשם יהוה."

דער פראבלעם איז לכאורה מיטן פשוט פשט, פארוואס "אז" הוחל לקרוא בשם ה', בשעת וואס מיר זעהן אז קין והבל האבן שוין מקריב געווען קרבנות צו גאט.

די תירוץ איז לכאורה גאר פשוט. קין און הבל האבן געהאלטן אז נאר מיט מקריב זיין קרבנות - טון עפעס ממשות'דיג - קען מען קאמוניקירען מיט גאט. בימי אנוש איז מען אויפגעקומען מיט די המצאה אז מען קען רופן אין גאט'ס נאמען און אזוי אויך ערפאלגרייך קאמוניקירען מיט אים.

כפי זה, טרעפן מיר א מיקראקאזעם פון דעם שפעטערדיגן הילוך העולם, אזא פארשעדאואינג.

הציץ ונפגע » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:20 pm

· #51350
דור הולך ודור בא און נאך אלעם איז אין כל חדש תחת השמש, לערנט אונז קהלת.

גאלד » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:23 pm

· #51352
רעדנדיג פון רשב"ם האב איך סוכות געזען א פלא'דיגע רעיון פון רשב"ם אויף "למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי"
ער זאגט אז דאס באציעט זיך ווען כלל ישרא' וועט זיך באזעצן אין ארץ ישראל איש תחת גפנו שלוים ושקטים,
האט הקב"ה מורא געהאט אז מ'וועט נישט עפרישיעטן די גוטס פון ארץ ישראל, מ'העט עס נעמען פאר גרענטעט,
האט הקב"ה געהייסן איינמאל א יאר גיי ארויס פון דיין באקעוומע דירה באזעץ דיך אין א פריפיזארישע בודקע,
אזוי וועט זיין "למען ידעו" וועסט זיך דערמאנען אז ס'געווען אמאל א תקופה וואס "בסוכות הושבתי בני ישראל",
וואס אידישע קינדער זענען געווען היימלאז אין געוואוינט אין בודקעס, אזוי וועט נישט זיין קיין "וישמן ישורן ויבעט"

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:26 pm

· #51385
גאלד

וואס איז שלעכט מיט דו אנגענימענע מהלך?

גאלד » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 8:20 am

· #51467
איז נישט די אנגענומענע מהלך פון "למען ידעו" אז ס'איז א זכר צו א נס, אזוי ווי פסח איז זכר ליציאת מצרים

נולד מאוחר » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:48 am

· #51515
גאלד
איז נישט די אנגענומענע מהלך פון "למען ידעו" אז ס'איז א זכר צו א נס, אזוי ווי פסח איז זכר ליציאת מצרים

יא דאס איז. נא פארוואס איז די רשב"ם נישט ציפרידען ?

קלוג און יונג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:25 am

· #51859
ווייסט איינער דעם מקור פון דעם סלאגאן "אין מקרא יוצא מידי פשוטו"? איז עס א חז"ל, א פאלקס ווארט, אדער גאר רש"י'ס אריגינעל?

קלוג און יונג » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:30 am

· #51861
נולד מאוחר
גאלד
איז נישט די אנגענומענע מהלך פון "למען ידעו" אז ס'איז א זכר צו א נס, אזוי ווי פסח איז זכר ליציאת מצרים

יא דאס איז. נא פארוואס איז די רשב"ם נישט ציפרידען ?

די רשב"ם איז נישט צופרידען ווייל וואס איז די נס פון באזעצן מענטשן אין סוכות? ענני הכבוד איז נישט פשוט פשט.
(איך האב נישט געזען די רשב"ם, איך טראכט נאר)

נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:48 am

· #51879
קלוג און יונג
ווייסט איינער דעם מקור פון דעם סלאגאן "אין מקרא יוצא מידי פשוטו"? איז עס א חז"ל, א פאלקס ווארט, אדער גאר רש"י'ס אריגינעל?

גמ' מסכת שבת. איינער זאגט איך בין אלט 22 יאר און כ'האב נישט געוואוסט אז אין מקרא יוצא......
דער פראבלעם איז אז זיין פשט איז אויך נישט פשט.
השתא. (שבת סג.) א"ל אין מקרא יוצא מידי פשוטו, א"ר כהנא כד הוינא בר תמני סרי שנין והוה גמירנא ליה לכוליה הש"ס, ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:53 am

· #51887
תלמוד בבלי מסכת שבת דף סג עמוד א

אמר ליה אביי לרב דימי, ואמרי לה לרב אויא, ואמרי לה רב יוסף לרב דימי, ואמרי לה לרב אויא, ואמרי לה אביי לרב יוסף: מאי טעמא דרבי אליעזר דאמר תכשיטין הן לו? דכתיב חגור חרבך על ירך גבור הודך והדרך. א"ל רב כהנא למר בריה דרב הונא: האי בדברי תורה כתיב! - אמר ליה: אין מקרא יוצא מידי פשוטו. א"ר כהנא כד הוינא בר תמני סרי שנין והוה גמירנא ליה לכוליה תלמודא, ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו עד השתא, מאי קמ"ל - דליגמר איניש, והדר ליסבר.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:53 am

· #51888
עין תחת עין שן תחת שן...

נולד מאוחר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:01 am

· #51898
לעיקוואד
תלמוד בבלי מסכת שבת דף סג עמוד א

אמר ליה אביי לרב דימי, ואמרי לה לרב אויא, ואמרי לה רב יוסף לרב דימי, ואמרי לה לרב אויא, ואמרי לה אביי לרב יוסף: מאי טעמא דרבי אליעזר דאמר תכשיטין הן לו? דכתיב +תהלים מה+ חגור חרבך על ירך גבור הודך והדרך. אמר ליה רב כהנא למר בריה דרב הונא: האי בדברי תורה כתיב! - אמר ליה: אין מקרא יוצא מידי פשוטו. אמר רב כהנא כד הוינא בר תמני סרי שנין והוה גמירנא ליה לכוליה תלמודא, ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו עד השתא מאי קא משמע לן - דליגמר איניש, והדר ליסבר.

לויט פשט'ן פשט זעט מען אז חרב איז א טכשיט?
למשל איינער זאגט א ווייסע בארד פאר א זקן דאס איז זיין שיינקייט. ווערט יעצט א בארד א טכשיט?

קאווע מיט מילעך » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:42 pm

· #52018
יד ה', עיני ה', ויאמר ה' וכו' עד בלי די

קאווע מיט מילעך » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:11 pm

· #52042
יואליש
פרשת בראשית ד:כ"ו

"אז הוחל לקרוא בשם יהוה."

רש"י אבער זאגט אן אינטערעסאנטער פארקערטע פשט וואס איז לכאורה זייער שווער צו טרעפן אין פסוק, אבער געבויט אויף א מדרשים: לויט דעם איז הוחל איז מלשון חולין. "'אז הוחל, לשון חולין, לקרוא את שמות האדם ואת שמות העצבים בשמו של הקב"ה לעשותן אלילים לקרותן אלהות." דאס הייסט אז בימי אנוש האט מען זיך אפגעקערט פון גאט.

דער ספורנו האט משיג געווען דעם פראבלעם פון אזוי אריינלערנען, קומט ארויף מיט א געניעלען איינפאל. לעולם איז הוחל מלשון התחלה. און פשט אין פסוק איז טאקע אז די "צדיקי הדור" האבן אנגעהויבן פרעדיגען "ברבים" אמונה, אלעס ווייל ע"ז האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן דאן אויף די וועלט. לויטן ספורנו רעדט טאקע די פסוק פון די מאמינים, הוחל לקרוא בשם ה', נאר ער לייגט צו חז"ל'ס הוספה אז ע"ז האט זיך פארשפרייט בדורו און דערפאר האט זיך אויסגעפעלט צו מרבה זיין לקרוא בשם השם.

דער פראבלעם איז לכאורה מיטן פשוט פשט, פארוואס "אז" הוחל לקרוא בשם ה', בשעת וואס מיר זעהן אז קין והבל האבן שוין מקריב געווען קרבנות צו גאט.

דאס איז נישט אזוי שווער: דע נקודה דא איז "לקרוא" און דאס האט נישט פאסירט ביז אנוש. ביי מיר איז אביסאלע מער שווער פון (בראשית ד,א) "והאדם ידע את חוה אשתו ותהר ותלד את קין ותאמר קניתי איש את ה'" (דער איינציקסטער פלאץ אין די תורה, ביז דור אנוש, ווי א מענטש רופט גאט ב"ה "יהוה").

אגב: א געשמאקערער פשט האב איך געטראפען אין פירוש הטור הארוך: "פירש רשב"ם, התחילו להתפלל לה' מתוך צרות שנתחדשו."

נאך א נקודה: רש"י ז"ל האט נישט ליב קיין מיטלגארטעגע כאראקטערס. די תורה הקדושה רעדט נאר פין אדער צדיקים אדער רשעים, לויט רש"י הקדוש (און אפשר אפילו חז"ל). דוק ותשכח!

א דוגמא זע אין רש"י אויף "(בראשית י,ט) הוא היה גבר ציד לפני יהוה על כן יאמר כנמרד גבור ציד לפני יהוה": "גבור ציד - צד דעתן של בריות בפיו והטען למרוד במקום:
לפני ה' - מתכוין להקניטו על פניו:
על כן יאמר - על כל אדם מרשיע בעזות פנים יודע רבונו ומתכוין למרוד בו יאמר זה כנמרוד גבור ציד (ב"ר):"

העלא » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:20 pm

· #52045
די גאנצע אשת חיל ע"פ פשוטו

על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי וגו' אקומה נא בעיר בשוקים וברחובות וגו' בקשתי ולא מצאתי (שיר השירים)