☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » דערמאנט אייך צוריק ווען ............

דערמאנט אייך צוריק ווען ............

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2074

יחצל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 3:16 pm

· #51198
דערמאנט אייך צוריק ווען ............
איך געדענק נאך ווען
ווען ביי א טיי אווענט האט מען סערווירט טיי
וווען א וויסע בארד האט געמיינט א מילחמה איבערלעבער
ווען די פראגא וואס הערט זיך האט געווארט אויף אן ענטפער
וווען מען האט גערעד מיטן ערשטן נישט מיט דעם וואס 'געביפט'
ווען מען האט גערעד צו מענטשן אנשטאט מאשינען
ווען א ספרים סטאר האט פארקויפט נאר ספרים
ווען א בדחן האט משמח געווען און די רב האט מספיד געווען
ווען א חתונה האט זיך גענדיגט ביינאכט
ווען רעדן צו זיך האט געמיינט א רחמנות
ווען דער חיליק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר
ווען א קאפקעיק איז נישט געווען דער איינציגסטער מיטן קאפ אויפן פלאץ
ווען א גראסערי מאן האט געדארפט קענען רעכענען
ווען נאר א עושר האט אויסגעגעבן אסאך געלט
ווען א דענטיסט האט נאר געהאט עלטערע פאצייענטען

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 3:46 pm

· #51204
קאפי ענד פעיסט ?

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=540446#p540446">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 46#p540446</a>

יחצל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:10 pm

· #51211
שמעקעדיג
קאפי ענד פעיסט ?

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=540446#p540446">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 46#p540446</a>

גערעכט נישט געוויסט עס איז דא אזא אשכול אייםסארי

גוטזאגער » זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:17 pm

· #51214
ווען קול מבשר האט מען געזאגט איינמאל איאר

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 5:20 pm

· #51246
יחצל
שמעקעדיג
קאפי ענד פעיסט ?

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=540446#p540446">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 46#p540446</a>

גערעכט נישט געוויסט עס איז דא אזא אשכול אייםסארי

יענער אשכול איז נישט אין קאווע שטיבל

sunbar » זונטאג אקטאבער 14, 2012 6:30 pm

· #51285
ווען יחצל איז געווען יחצאל...

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:49 pm

· #51568
יחצל
איך געדענק נאך ווען
ווען ביי א טיי אווענט האט מען סערווירט טיי
וווען א וויסע בארד האט געמיינט א מילחמה איבערלעבער
ווען די פראגא וואס הערט זיך האט געווארט אויף אן ענטפער
וווען מען האט גערעד מיטן ערשטן נישט מיט דעם וואס 'געביפט'
ווען מען האט גערעד צו מענטשן אנשטאט מאשינען
ווען א ספרים סטאר האט פארקויפט נאר ספרים
ווען א בדחן האט משמח געווען און די רב האט מספיד געווען
ווען א חתונה האט זיך גענדיגט ביינאכט
ווען רעדן צו זיך האט געמיינט א רחמנות
ווען דער חיליק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר
ווען א קאפקעיק איז נישט געווען דער איינציגסטער מיטן קאפ אויפן פלאץ
ווען א גראסערי מאן האט געדארפט קענען רעכענען
ווען נאר א עושר האט אויסגעגעבן אסאך געלט
ווען א דענטיסט האט נאר געהאט עלטערע פאצייענטען

דער חילוק צווישן א שטריימל און א ספאדיק איז היינט אויך מערקבאר. דער שטריימל האט שוין איבערגעשטיגן דעם ספאדיק.

זר זהב » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:21 pm

· #51601
ווען מ'האט געקענט האבן 2 ווייבער (איך געדענק עס שוין נישט)

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:35 pm

· #51604
זר זהב
ווען מ'האט געקענט האבן 2 ווייבער (איך געדענק עס שוין נישט)

ס'איז דא היינט פארצייטישע אידן וואס זענען נאך פון פאר'ן חרם דרבינו גרשון. 😂

העלא » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:05 am

· #51849
ווען נאך אז שמועס:

ברוך: וואס איז נייעס?
בערל: מה נאמר ומה נע'ווייבער?
ברוך: איינס צו סאך

האט קיינער נישט געלאכט (ווייל מ'האט נישט געכאפט די דזשאוק)

היינט איז עס ליידער נישט קיין דשויק ביי א גרויס חלק,


נ.ב. איך לאך נאך אלץ נישט ביי די דזשויק, איך ענטפער פאר "ברוך"
מיטן רש"י פאריגע וואך אין פרשת בראשית אויפן פסוק "האשה אשר נתת עמדי" וז"ל: "כאן כפר בטובה"

איך זאג דיר » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:15 pm

· #52757
יחצל
איך געדענק נאך ווען
ווען ביי א טיי אווענט האט מען סערווירט טיי
וווען א וויסע בארד האט געמיינט א מילחמה איבערלעבער
ווען די פראגא וואס הערט זיך האט געווארט אויף אן ענטפער
וווען מען האט גערעד מיטן ערשטן נישט מיט דעם וואס 'געביפט'
ווען מען האט גערעד צו מענטשן אנשטאט מאשינען
ווען א ספרים סטאר האט פארקויפט נאר ספרים
ווען א בדחן האט משמח געווען און די רב האט מספיד געווען
ווען א חתונה האט זיך גענדיגט ביינאכט
ווען רעדן צו זיך האט געמיינט א רחמנות
ווען דער חיליק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר
ווען א קאפקעיק איז נישט געווען דער איינציגסטער מיטן קאפ אויפן פלאץ
ווען א גראסערי מאן האט געדארפט קענען רעכענען
ווען נאר א עושר האט אויסגעגעבן אסאך געלט
ווען א דענטיסט האט נאר געהאט עלטערע פאצייענטען



1) ווען א מסור האט נאך געהייסען א שגץ וואס איז אסור לבא בקהל. 2) ווען א מלמד מיט זיין גאנצע רציחה האט געפייניגט קליינע אומשולדיגע אידישע קינדער האט געהייסן א פיינער מלמד, אה ער שלאגט דיך שטארק איז א סימן אז ער איז א גוטער מלמד, און דאס קינד האט שוין אויך אזוי געמיינט, נו וואס האט ער נעבאך געזאלט טון. 3) ווען א רבי האט געדארפט זיין אן אמת'ער ערליכער איד און נישט סתם געדארפט האבן שיינע געבלומטע בעקיטשעס מיט א שיינעם שטריימעל און א שיינע ווייסע בארד, און נישט געדארפט זינגען און האפקענען, און נישט געדארפט יעדן שני וחמישי מאכן הכנסת ספר תורה'ס כדי ס'זאל זיך עפעס יחיה'ן, אבער היינט איז דא אזעלכע הנקראים אדמורים און זיי דארפן די אלע זאכן ווייל סתם אזוי ווייסט מען ניטאמאל אז זיי עקזיסטירן אפילו, בבחינת איסתרא בלגינא קיש קיש קריא. 4) ווען פרייהייט אין אמעריקע אז טאקע געווען פרייהייט. 5) ווען אין רוסלאנד זענען געזעצן מער מענטשן אין די תפיסות ווי אין אמעריקע. 6)ווען רוב רבנים זענען געווען ערליכע אידן. ועוד ועוד ועוד.

סקרן » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 2:22 pm

· #358250
אזוי דרייענדיג זיך צווישן די אלטע פארגעסענער אשכולות איז מיר איינגעפאלן אז אזאן אשכול קען מען נאכאמאל ארויפברענגען

מיש-נייעס » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 6:27 pm

· #358266
אי בין פון א דור שפעטער סאוי איך געדענק עס אביסל אנדערש:
יחצל
איך געדענק נאך ווען
ווען ביי א טיי אווענט האט מען נאך געקענט זעהן טיי
וווען א אלטע איד האט געמיינט א מלחמה איבערלעבער
ווען די פראגע וואס הערט זיך האט געווארט אויף אן ענטפער (איך האב געמיינט אז אלעמאל האט מען אזוי אנגעהויבן א שמועס...)
וווען מען האט גערעד מיטן ערשטן נישט מיט דעם וואס 'געביפט' מיינע צייטן האט מען געהערט די ביזי סיגנעל, נאכנישט געווען קיין ביפ
ווען מען האט גערעד צו מענטשן אנשטאט מאשינען, דאס מוז שוין זיין גאר א אלטער זאך...
ווען א ספרים סטאר האט נאך פארקויפט ספרים
ווען א בדחן האט משמח געווען און די רב האט מספיד געווען, קיינמאל נישט געווען אזא זאך
ווען א חתונה האט זיך גענדיגט פארטאגס...
ווען רעדן צו זיך האט געמיינט א רחמנות, געדענק נאך אביסל...
ווען דער חיליק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר!!!!!!!!
ווען א קאפקעיק איז נישט געווען דער איינציגסטער מיטן קאפ אויפן פלאץ
ווען א גראסערי מאן האט געדארפט קענען רעכענען
ווען נאר א עושר האט אויסגעגעבן אסאך געלט, קיינמאל נישט געווען אזא זאך
ווען א דענטיסט האט נאר געהאט עלטערע פאצייענטען

עד כאן

מיש-נייעס » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 6:28 pm

· #358267
berlbalaguleh
יחצל
איך געדענק נאך ווען
ווען ביי א טיי אווענט האט מען סערווירט טיי
וווען א וויסע בארד האט געמיינט א מילחמה איבערלעבער
ווען די פראגא וואס הערט זיך האט געווארט אויף אן ענטפער
וווען מען האט גערעד מיטן ערשטן נישט מיט דעם וואס 'געביפט'
ווען מען האט גערעד צו מענטשן אנשטאט מאשינען
ווען א ספרים סטאר האט פארקויפט נאר ספרים
ווען א בדחן האט משמח געווען און די רב האט מספיד געווען
ווען א חתונה האט זיך גענדיגט ביינאכט
ווען רעדן צו זיך האט געמיינט א רחמנות
ווען דער חיליק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר
ווען א קאפקעיק איז נישט געווען דער איינציגסטער מיטן קאפ אויפן פלאץ
ווען א גראסערי מאן האט געדארפט קענען רעכענען
ווען נאר א עושר האט אויסגעגעבן אסאך געלט
ווען א דענטיסט האט נאר געהאט עלטערע פאצייענטען

דער חילוק צווישן א שטריימל און א ספאדיק איז היינט אויך מערקבאר. דער שטריימל האט שוין איבערגעשטיגן דעם ספאדיק.


א לייק!

ציבעלע-קיגל » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:42 pm

· #358277
ווען דער רבי איז נישט געוועהן את גנב

איסר האטלקי » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 9:28 pm

· #358286
איך זאג דיר

1) ווען א מסור האט נאך געהייסען א שגץ וואס איז אסור לבא בקהל. 2) ווען א מלמד מיט זיין גאנצע רציחה האט געפייניגט קליינע אומשולדיגע אידישע קינדער האט געהייסן א פיינער מלמד, אה ער שלאגט דיך שטארק איז א סימן אז ער איז א גוטער מלמד, און דאס קינד האט שוין אויך אזוי געמיינט, נו וואס האט ער נעבאך געזאלט טון. 3) ווען א רבי האט געדארפט זיין אן אמת'ער ערליכער איד און נישט סתם געדארפט האבן שיינע געבלומטע בעקיטשעס מיט א שיינעם שטריימעל און א שיינע ווייסע בארד, און נישט געדארפט זינגען און האפקענען, און נישט געדארפט יעדן שני וחמישי מאכן הכנסת ספר תורה'ס כדי ס'זאל זיך עפעס יחיה'ן, אבער היינט איז דא אזעלכע הנקראים אדמורים און זיי דארפן די אלע זאכן ווייל סתם אזוי ווייסט מען ניטאמאל אז זיי עקזיסטירן אפילו, בבחינת איסתרא בלגינא קיש קיש קריא. 4) ווען פרייהייט אין אמעריקע אז טאקע געווען פרייהייט. 5) ווען אין רוסלאנד זענען געזעצן מער מענטשן אין די תפיסות ווי אין אמעריקע. 6)ווען רוב רבנים זענען געווען ערליכע אידן. ועוד ועוד ועוד.

איך רעד שוין נישט פון דעם וואס 3 מיט 6 זענען די זעלבע זאך...
אבער איז אמאל געווען א בעסער וועלט אדער ארגער?
פון דיר איז משמע איז געוויסע זאכן האבן זיך געטוישט לטוב און געוויסע למוטב, עס איז נאכנישט אויס וועלט.

סקרן » זונטאג יאנואר 1, 2017 3:38 pm

· #358475
א פרעזידענט איז געווען א רעספעקטירטען מענטש

אייז קריעם » זונטאג יאנואר 1, 2017 7:00 pm

· #358484
א גט איז געווען א חידוש
מען האט געלאכט פון א נאר
א רב איז געווען א תלמוד חכם
זינגער איז געווען א משפחה נאמען
CD האט מען באקומען און באנק
שיינע יודן זענען נאכנישט געווען אזוי מיאוס

קלוגע יודל » מאנטאג יאנואר 2, 2017 7:34 pm

· #358622
Re: דערמאנט אייך צוריק ווען ............
אייז קריעם

זינגער איז געווען א משפחה נאמען


און נישט קיין רבי'סטווע

פליקער » דינסטאג יאנואר 3, 2017 10:37 am

· #358669
ווען מען פלעגט נאך פארקויפן טעיפס אדער סידי'ס פון פלעיס וואס מען האט נאר געקענט הערן.