☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » איך זוך ספרי דרוש על התורה

איך זוך ספרי דרוש על התורה

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2069

shlomyg » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:57 am

· #51023
איך זוך ספרי דרוש על התורה
ווער קען מיר ארויסהעלפן מיט נעמען פון ספרי דרוש על התורה, א שטייגער ווי חוט המשולש, ראש דוד, מאיר עיני חכמים, אדער אזוי ווי די הערליכע ליקוט "ברכות התורה" וואס ער ברענגט צוזאם דרושים פין מערערע ספרים.

יישר כח

שמואל הלוי » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:02 pm

· #51025
כסף נבחר

ילקוט האורים

טללי אורות

חנוכת התורה

גן רוה

קול אליהו

מדרש יונתן

בנין דוד

shlomyg » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:57 pm

· #51063
ישר כח קיפ דעם קאמינג

יאיר » זונטאג אקטאבער 14, 2012 8:46 pm

· #51360
כמוצא שלל רב איז א הערליכע ארבעט.

אויס מענטש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:00 am

· #51488
משען המים
כרם חמד
דורש טוב ג' חלקים {קלאר וומ"ס}
חמודי צבי עה"ת ה' חלקים
כתבי משה {פריעדמאן}
יציב פתגם {קלויזענבורג}
מהר"א ט"ב {סאטמאר}
הואיל משה {מוטצען}
נאות יעקב ואבני שוהם
קאפי קארנער אין וומ"ס האט אסאך קאפי ספרים וביניהם הערליכע ספרי דרוש מנופת צופים.
דאס וואס ליגט מיר אין זכרון כעת.

שמואל הלוי » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:33 am

· #51502
אויס מענטש
דורש טוב ג' חלקים {קלאר וומ"ס}

ער זוכט על התורה, נישט סתם דרוש.

אויס מענטש » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:41 am

· #51507
דורש טוב האט אין די בעק א שיינעם מפתח אויף די פרשיות
אזוי אז מען קען דארט טרעפן אויף רוב סדרות
און דער ספר איז מורא'דיג גוט פאר יסודות אין דרוש

שמואל הלוי » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:43 am

· #51509
אויס מענטש
נאות יעקב ואבני שוהם


צ"ל נחלת יעקב ואבני שוהם.

אבער ס'איז דא אנדערע דרוש ספרים מיטן נאמען נאות יעקב, איינס איז פון אלגאזי (נישט עה"ת), און די אנדערע איז א היינטיגער מחבר (יא עה"ת) הרה"ג ר' יעקב ווייס פון מאנסי ור"מ במתיבתא קר"י

shlomyg » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:02 pm

· #51584
איך האב מהר"א ט"ב אין הואיל משה איך לערן זיי איעדע וואך אבער איך האב אויך חוט המשולש אין לפע"ד קימען די אנדערע נישט צי צים חוט המשולש ,עמיצער האלט מיט מיר? איך זיך נאך אזעלכע ווי חוט המשולש (מיטן הואיל משה קען איך כמעט אלע זיינע יסודות)

האט עמיצער דעם ברכות התורה? איך בין נייגעריג אויב ער ארבייט אויף א חלק ב'

shlomyg » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 1:09 pm

· #51593
בד"וו דער ספר חוט המשולש איז שיין איבערגעדריקט פין הרב לעבעוויטש , ר' יצחק'ס זין
ווי ער איז הערליך מרחיב בדיבור די אלטע דרוק איז מורא'דיג בקיצור אין פיל מיט וכו' אין וגו' אין מלא ראשי תיבות

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:26 pm

· #51636
ספר "עמק הברכה" פון הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א, מגי"ש ומרביץ תורה אין קר"י, איז לעצטענס זייער אויפגעכאפט. האלט שוין ביי 6 בענדער. א גאר אינטערסאנטע וועג אין דרוש.

יעדע וואך נעמט ער מערערע סוגיות פון די גמ' וואס איז געבויעט אויף א פסוק פון די סדרה און חוץ די שילוב שמועסט ער אויס שיטות איבער די נושא

smartinof » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 3:28 pm

· #74113
די "עיר גבורים" פונע'ם כלי יקר האסטו שוין געזען?