☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » קאווע שטיבל דארף האבן א ענדרויד עפפ !!!

קאווע שטיבל דארף האבן א ענדרויד עפפ !!!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2065

ראמני רייען » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:47 am

· #50952
קאווע שטיבל דארף האבן א ענדרויד עפפ !!!
ווער עס האלט אז קאווע שטיבל דארף האבן א עפפ זאל עס דא זאגן אולי ירחם...

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:49 am

· #50954
דאס איז נישט קיין "נייעס"...

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:58 am

· #50957
ס'איז א נייעס אז ס'נאך נישט דא.

ראמני, וואס מיינט "אולי ירחם"?
ס'וועט אראפפאלן א עפפ פון דאך?

ראמני רייען » זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:14 am

· #50963
די הנהלה וועט אפשר מאכן

פראגרעממער » זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:17 am

· #50964
איך האלט אז עס איז אביסל א שווערע זאך. פאר איינעם וואס קען אביסעל פראגרעממינג וועט וויסן אז ווי לאנג מען ניצט די סייט איז עס אביסל שווער. מען דארף לפע"ד טוישן צו א צווייטע וועט עס זיין גרינגער אפשר.

הרב רייען (איך רוף דיר ביים צווייטן נאמען) וואס איז די סיבה פארוואס דו דארפסט א עפפ?? וואס גייט דיר דאס גרינגער מאכן? אפשר אויף געציילטע זאכן איז יא שייך א סעלושען?

און חוץ דעם, דעי סייט איז א פרייע סייט וואס יעדער קען עפענען, מען דארף נאר קענען אביסעל פראגרעממינג, און אויב וויל מען זיך געבן א ריר ווייטער קאסט אלעס געלט און קיינער ארבעט נישט אינגאנצן אומזינסט, אז עס איז דא געלט איז אלעעס שייך און דאס איז מסתמא די גרעסטע פראבלעם דא, עס איז נישט דא קיין געלט.

(איך מיין אז עס שוין דא אן אשכול דערפון).

ראמני רייען » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:37 pm

· #51099
איימסאררי פראגראמער (איך רוף דיר ביים ערשטען און צווייטן נאמען), אויב איך וויל קענען שעירן זאכן פון google+ twitter ועוד ועוד איז מיר א smartphone נישט מעגליך, סאו אפשר מאכסטו א פראגרעם...(lol)

פראגרעממער » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:11 pm

· #51379
קודם על אה על נישט!! אפשר וועל איך טאקע מאכן א פראגרעם דערפאר.. Lol, איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם וואס פינקטלעך קענסטי נישט טיען? וואס דעס גייט א סעלפאן עפפ בעסער מאכן?

געווענליך איז דא אזא זאך ווי א מאביל עפפ פאר צוויי ריזענס איינס אז די סייט זאל זיך צי פאסן צי די גרויסקייט פין די סקרין, אין די צווייטע אז עס זאל זיין ווי גרינגער אין שנעלער זיך צי לאדען, עס איז דא נאך זאכן אבער דעיס איז די בעסיק, יעצט טריי נאכאמאל מסביר צי זיין וואס דיר פעלט?

אין דיין פראבלעם איז נאר אויף ענדרויד?? צי די ביסט אזוי סעלפיש אין ווייל די האסט אן ענדרויד דארפסטי אן עפפ דערפאר??

sunbar » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:15 pm

· #51381
הרב רייען (איך רוף דיר ביים צווייטן נאמען) וואס איז די סיבה פארוואס דו דארפסט א עפפ?? וואס גייט דיר דאס גרינגער מאכן? אפשר אויף געציילטע זאכן איז יא שייך א סעלושען?

וואס הייסט פארוואס???

עס וועט זיין גרינגער צו ליינען און שרייבן...