☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » וויאזוי קען עס זיין?... (היכי תמצא בלע"ז...)

וויאזוי קען עס זיין?... (היכי תמצא בלע"ז...)

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2064

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:24 am

· #50932
וויאזוי קען עס זיין?... (היכי תמצא בלע"ז...)
וויאזוי קען זיין אז א גוי'טע איז זיך מגייר כהלכה ביי א פרומע'ן בי"ד אויסגעהאלטן אויף 100 פראצענט, און נאכ'ן גיור - און טאקע "צוליב'ן גיור" - ווערט זי ארגער אין עניני צניעות?

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:25 am

· #50933
וויאזווי קען עס זיין איינער פארלירט 150 פונט אין איין טאג? (נישט קיין ענגלישע פונטן)

טאמבל סאס » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:28 am

· #50937
זר זהב
וויאזוי קען זיין אז א גוי'טע איז זיך מגייר כהלכה ביי א פרומע'ן בי"ד אויסגעהאלטן אויף 100 פראצענט, און נאכ'ן גיור - און טאקע "צוליב'ן גיור" - ווערט זי ארגער אין עניני צניעות?

א טאליבאנע מוסלעמענע אראבקע, מיט א גארביטש בעג קלייד.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:29 am

· #50938
יו גאט איט. זי מופט קיין פלעטבוש און האקט אן ארטאדאקסישן לעבן... 😂

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:30 am

· #50940
זר זהב
וויאזוי קען זיין אז א גוי'טע איז זיך מגייר כהלכה ביי א פרומע'ן בי"ד אויסגעהאלטן אויף 100 פראצענט, און נאכ'ן גיור - און טאקע "צוליב'ן גיור" - ווערט זי ארגער אין עניני צניעות?


א פרומער בי"ד מיינט איהר ארטאדאקסיש אדער חסידיש,

לדוגמא א מאסלים אראבקע, דארט זעהט מען בלויז די אויגען פון דער נקיבה, די בגדים זעלבסט זענען עטליכע סייזעס גרעסער, יעצט ווערט זי א גיורות, און טוט זיך אן ווי א פלעטבוש ישיבישע פרוי, איז אראפ בבגדי צניעות אדער האט זי זיך אנגעטוהן לויט די פארשריפטן וואס מ'פארלאנגט פון איהר?

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:32 am

· #50941
זר זהב
וויאזווי קען עס זיין איינער פארלירט 150 פונט אין איין טאג? (נישט קיין ענגלישע פונטן)


סקילה שריפה הרג חנק, ועוד כמה אופנים...

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:33 am

· #50942
דולה ומשקה
זר זהב
וויאזווי קען עס זיין איינער פארלירט 150 פונט אין איין טאג? (נישט קיין ענגלישע פונטן)


סקילה שריפה הרג חנק, ועוד כמה אופנים...

וואס???

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:35 am

· #50944
...אדער הייבט אויף אפאר באר-בעלס אין לאזט עס אפ...

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:37 am

· #50945
איינער וואס גט זיך פון זיין ווייב וואס וועגט 150 פונט.

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:40 am

· #50947
זר זהב
איינער וואס גט זיך פון זיין ווייב וואס וועגט 150 פונט.


ס'דא צוויי וועגען ארויס פאר א פרוי גט אדער במיתת הבעל, דאס האב איך געשריבען אין מיין ערשטע ריספאנס צו דעם קשיא, עפעס איז דיר נישט געפאלען דארט.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:43 am

· #50948
א טויטער האט גארנישט פארלוירן סארי. ס'איז אבוויעס אז נישט דאס איז געווען דער ציהל פונעם חידה

שמואל הלוי » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:56 pm

· #51062
אינעם קעפל שטייט "היכי תמצי בלע"ז", לשון קודש איז די שפראך פון א עם זר?

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:57 pm

· #51064
סא חלק פונעם שמייכל וואס איר דארפט געבן...

העלא » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:35 pm

· #51830
וועלכע ברכה קען מען נאר מאכן א מיטוואך אדער דאנערשטאג?

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:17 am

· #64347
העלא
וועלכע ברכה קען מען נאר מאכן א מיטוואך אדער דאנערשטאג?

כ'ווייס נישט. איי גיוו אפ. פליז זאג אונז שוין אויס. כ'האלט נישט אויס פאר נייגעריגקייט.

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:22 am

· #64350
היכי תמצא זאגסט ותן ברכה ביי שמונה עשרה ווינטער און דארפסט נישט איבער דאווענען?

sunbar » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:26 am

· #64354
למשל היינט נאכט...

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:29 am

· #64357
......איך רעד ווען מ'דארף זאגן, חנוכה צייט און ווייטער

sunbar » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:31 am

· #64360
שבת ביים דאווענען אויב מען האט בטעות געזאגט...

משה געציל » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 2:34 am

· #64361
berlbalaguleh
העלא
וועלכע ברכה קען מען נאר מאכן א מיטוואך אדער דאנערשטאג?

כ'ווייס נישט. איי גיוו אפ. פליז זאג אונז שוין אויס. כ'האלט נישט אויס פאר נייגעריגקייט.

לכאורה מיינט ער די ברכה משען ומיטוואך לצדיקים, אז משען שטייט לעבן מיטוואך מסתמא מיינט עס דארנעשטאג...

באנוצער'ניק » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 9:23 am

· #64384
העלא
וועלכע ברכה קען מען נאר מאכן א מיטוואך אדער דאנערשטאג?

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=202718#p202718">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 18#p202718</a>

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:09 am

· #171067
מ'ווארפט אראפ א רויע איי 18 שטאק און ס'צקראכט זיך נישט?

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:21 am

· #171070
פארפרוירן.

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:23 am

· #171071
ניין ס'געווען געהעריג רוי נישט פארפרוירן און אויך איז נישט געליגן מאטראצן אויף דער ערד, גארנישט. ס'געפאלן גאנצע 18 שטאק און געבליבן גאנץ.

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:26 am

· #171072
עליוועיטער?

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:26 am

· #171073
ניין, ארויסגעווארפן פון פענסטער

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:32 am

· #171074
א רויע איי אן די שאלאכטץ.

קליגער אינגערמאן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:45 am

· #171079
אריין אין וואסער.

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 am

· #171082
א געהעריגע איי מיט די שאלאכטץ אזוי ווי דו קויפסט עס אין גראסערי.

נישט אין וואסער

חולם » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:02 am

· #171084
איז געווען א טשיקען און די איי?

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:05 am

· #171085
אוי דיין גראסערי פארקויפט אייער מיט טשיקענס דערין?

נאכאמאל, איך רעד פון א נארמאלע רויע איי מיט די שאלעכץ פליט ארויס פון פענסטער און פאלט 18 שטאק נישטא גארנישט אויף דער ערד און ס'בלייבט גאנץ.

דענקער » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:12 am

· #171086
איך מעג אויסזאגן?

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:16 am

· #171088
געווארפן פון די ניינצענטע שטאק, ס'האט נאך א שטאק צו גיין.

דענקער » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:20 am

· #171089
קרוב לזה האב איך געוואלט זאגן.
די גאנצע אכצן שטאק איז עס נאך גאנץ, הערשט ווען עס דערגרייכט די ערד צוברעכט זיך עס.

ישמעאל הכהן » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:22 am

· #171090
געפילטע פיש
געווארפן פון די ניינצענטע שטאק, ס'האט נאך א שטאק צו גיין.

u got it

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:27 am

· #171093
Got it? פונקט די שטותים געדענק איך פון חדר, גיי פארשטיי...