☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס איז בעסער, ווינטער צו זומער?

וואס איז בעסער, ווינטער צו זומער?

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2063

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:20 pm

· #50860
וואס איז בעסער, ווינטער צו זומער?
וועלעך דא צולייגן ביידע צדדים, וירא הקהל וישפוט!

א. ווינטער איז געשמאקער!

ווינטער! אזא געשמאקע צייט... מיט וואס זאל איך אנהייבן? ברוחניות אדער בגשמיות? מ'דערמאנט זיך עס קומט שוין באלד די לאנגע ווינטער נעכט, אויף וואס קדושי עליון האבן אזוי געווארט דערויף... עס הייבט זיך אן די קלענערע פרייטאגס מיט די לענגערע מוצש"ק, ס'איז פיל געשמאקער ווי זומער, ווען ס'איז פארקערט. דער פרייטאג און שבת נאכמיטאג אזוי לאנג אז מ'קען צופלאצט ווערן פון אזויפיל צייט, און מוצש"ק נאך הבדלה יאגט מען, מען כאפט עפעס אין מויל אריין, און... אין בעט אריין... אויפשטיין מארגן אין חדר/כולל/ארבעט... ווינטער איז דאך א נחת.

עס גייען אוועק די אלע קריכעדיגע און שטעכעדיגע שרצים... געענדיגט מיט די בינען און נודזשענדיגע פליגן, מאסקיטאס און טיקס, מ'קען גיין אין גאס רואיג, א מחי'! מ'קען אויפמאכן א פענסטער רואיגערהייט! אה, מנוחת הנפש! זומער קען מען דאך נישט דעם נאז ארויסשטעקן פון הויז! און ווער רעדט פון די אלע "ווירוס'ן", העי פיבער און ראוז פיבער וואס מאנכע ליידן זיך אן... און ספעציעל די לעצטערע יארן, די "וועסט נייל"...

אצינד, די שוידערליכע היץ לאזט צוביסלעך נאך. מ'זעהט שוין נישט די רעקלאמעס, "איר מוזט טרינקען אסאך וואסער, בלייבט נאר אין קילע צימערן, און גייט נישט אונטער די זון וואס בראהט ווי א פאקל", וכדומה. נאר עס ווערט שוין קעלטער אינדרויסן. מיר ווייסן דאך אלע פון דעם כלל: פון קעלט קען מען זיך באשיצן, מ'פעלצט זיך אן פון קאפ ביז פוס, אבער אנטקעגן היץ, און בפרט די יומידעטי, איז נישט פאראן קיין עצה! מ'בריהט, מ'שוויצט, מ'ווערט איינגעהילט אין א ים שווייס פון אויבן ביז אראפ, און עס איז זייער נישט געשמאק צו לעבן אזוי.

ווינטער איז א געשמאקע צייט... עס קומט נאך א פרייליכן סוכות, וואס הן די נשמה און הן דער גוף זענען אויפגעלייגט, מיט א פעקל מצוות אויף די פלייצעס און גוטע קבלות על העתיד, און ס'קומט בלויז פרייליכע טעג נאכדעם... אזא לעכטיגע חנוכה, גאנצע אכט טעג, און שפעטער דער פורים, און מערערע קלענערע פרייליכע סעזאנען.... (כ"א כסלו פאר די סאטמארע...), חמשה עשר בשבט, און פארשידענס... אפילו די תעניתים, עשרה בטבת און תענית אסתר זענען קורצע תעניתים, און מ'פאסט שוין אויס פריער, און בכלל א קאלטער תענית טאג איז פיל לייכטער אריבערצוטראגן ווי א הייסער טאג.... זומער, ווידעראום, איז עפעס צופיל טרויעריגע טעג. קודם זיבן וואכן ימי הספירה, און שפעטער די דריי טרויעריגע וואכן, און שפעטער דער פחד פון יום הדין... און צופיל לאנגע הייסע שווערע תעניתים...

עס הייבט זיך אן די חתונה סעזאן, יעדע נאכט נאך א 10-20 חתונות בליעה"ר, וואו מ'שטייט און מ'גייט הערט מען שמחות... ב"ה...

און ווען עס פאלט דער שניי, אההה.... א הערליכער בילד ארויסצוקוקן פונדערהיים... בפרט א שבת וואס שנייט, די גאנצע גאס ווערט "שבת'דיג"... די קינדער זענען באשעפטיגט איינגעהילט מיט פעלצן, שניי מענטשן זעהען זיך פון אלע זייטן, און די מייערן סוחרים פארדינען א שיינע מטבע פאר די נעזער....

איך קען נישט מסביר זיין מיינע געפילן ווען איך זעה א שניי. די גאס איז אפגעליידיגט, געזונטער בגשמיות וברוחניות. עס קומט מיר אויטאמאטיש ארויף געפילן פון חשבון הנפש... ווי מ'ליינט אין די מעשה בוכלעך, פון די פראסטיגע נעכט ווען אלע איינוואוינער פון שטאט זענען איינגעהילט אין די פערענעס און קישענעס און שלאפן געשמאק אינעם ווארעמען בעט, אדער קוקט מען ארויס אינדרויסן וואו מ'זעהט נאר ווייס פאר די אויגן... און פונדערווייטנס הערט זיך א שטימע פון לערנען, אה, א קול תורה... אדער א חשבון הנפש, צו גאר תיקון חצות.... (פארשטייט זיך אז איך בין פון די מענטשן וואס זענען אין בעט און האבן ליב צו הערן "יענעם" לערנען... אבי כאטש איך האב ליב א קול תורה...)

עפעס איז אזוי קאלעמוטנע אויפן הארץ, ווייניגער קארס פארן צוליב די שניי, און דער גאנצער ארום איז ליידיג, און צומאל כאפט זיך אריין אזא צובראכנקייט אויף דעם פוסטן גשמיות'דיגן לעבן, מ'וויל עפעס זיך אויסוויינען ס'זאל ווערן גרינגער אויפן הארצן, קומט פונקט גוט אריין די ימי השובבי"ם, קורצע תעניתים ווער עס וויל פאסטן, און א גוטע געלעגנהייט זיך צוריקצוקערן צום טאטן אין הימל....

ווער רעדט נאך חנוכה, ווען פון אלע הייזער, טראץ דעם טונקעלן אפגעליידיגטן גאס, שיינען ארויס ליכטעלעך, א ווארימע ליכטיגקייט, וואס שיינט באמת אריין אין הארץ, און באלייכט די ווינטערדיגע פינסטערקייט, ווי די ספרים טייטשן אויפן פסוק אין תהלים "כי אתה ה' תאיר נרי ה' אלקי יגיה חשכי".

זומער קען מען דאך נישט ארויסגיין אויפן גאס. אפגערעדט ברוחניות, ווען הונדערטער פרויען און מיידלעך שפאצירן די גאנצע לענג און די ברייט פון די גאסן, און די אנדערע גייען נישט צניעות'דיג, און מ'דארף האבן שמירת עינים פילפאכיג מער פון ווינטער... וויפיל ווארענען די משגיחים ספעציעל אין די זומער טעג אויף שמירת עינים... בפרט שבת נאכמיטאג, מ'וויל גיין אין ביהמ"ד און די פרויען שטייען (כ'מיין, גייען) אין וועג... ס'טוט זיך א הוהא, קולות און א געפילדער, מ'האט נישט דאס ביסל "פרייוועסי".... בקיצור, ווינטער איז געשמאק ברוחניות ובגשמיות, מער רילעקסינג, און זומער דאס פארקערטע... ממש אן אפקומעניש....

שבת נאכמיטאג... אהה, מען ליגט אין בעט, מען כאפט א קורצן דרימל, דער טונקעלער הימל, און די ווינטן וואס בוזשעווען שלעפן איין, נישט אזוי? אוי, זומער דאגעגן, וויל איך זיך ניטעמאל דערמאנען. די גאס איז פול מיט קינדער, מיט קולות רבים אדירים, רעש גדול אדיר וחזק משמיעים קול, מ'קען נישט קיין אויג צומאכן. א גאנצע וואך הארעוועט מען שווער, און דעם איינציגן טאג פון די וואך, שבת יום מנוחה, האט מען נישט קיין מנוחה.....



ב. זומער איז געשמאקער!

אנדערע טענה'ען פארקערט. זומער איז פיל געשמאקער. ווי אזוי רופט מען נאר דעם זומער? "דער ליבער זומער". וואס עפעס אזא צונאמען "ליבער" זומער? הלא דבר הוא! משמע שיש דברים בגו, נישט אזוי?

פילע מענטשן גלייכן מער א לעבעדיגע גאס, פול מיט קינדער, אויף די ביציקלעך און אויף די דעכער און אויף אלע ארבע כנפות הארץ, אזוי אויך די "דרייווערס" וואס פירן די קארס גלייכן זומער בעסער ווי ווינטער, און פארוואס דען נישט, זיי האבן דאך פיינע קאלטע עירקאנדישאן אין קאר, די היץ שטערט זיי לגמרי נישט, און צופיל פראבלעמען פון די הייסע וועטערס מאכן זיך נישט, נאר פון די קעלט. פון די קעלט ווערן די קארס פארפרוירן צום טויט מיט זייערע באטעריען, און אויף שניי קען מען שוואך פארן, אפגערעדט אויב עס איז גליטשיג ה"י, איז עס א סכנה פאר זיך און מ'שטעלט אנדערע אויך אריין אין געפאר, נו מה לנו ולצרה הזאת, טענה'ן די דרייווערס, לאז בעסער זיין ווארעם א גאנץ יאר, און פטור אן עסק.

וואס נאך? אודאי ברוחניות האט מען געהויבענע טעג, אזא יו"ט פסח מיט די ליכטיגע סדרים, און דערנאך די ימי הספירה א הכנה אויף שבועות און קבלת התורה, וואס ווער עס האט נאך א שטיקל אידיש געפיל שפירט א גרויסע התעוררות אין די ימים טובים ווען מ'קען זיך אויסבעטן אלעס גוטס און זיך אנזאמלען השפעות אויפן יאר, און אודאי אויך די ימי אלול און תשרי וואס קומען דערנאך איז א גרויסע עליה ברוחניות, אזעלכע הייליגע טעג וואס באגלייט דעם מענטש אויף א גאנץ יאר דערנאך. אויך איז נישט אוועקצומאכן די שיינע פרקי אבות וואס מ'הערט פון מגידים ומגידים שונים יעדן שבת נאכמיטאג, נאכן זיך אויסשלאפן א גוזמא'דיגע 4-5 שעה... אבער בגשמיות זעה איך נישט עפעס ערנסט. אבער דאך, די עלטערע אידן פארן דאך שטענדיג אויף די ווארעמע מקומות, זעהט אויס אז פאר עלטערע אידן איז געשמאקער די היץ.

די טאטעס און מאמעס פרייען זיך אביסל אז די קינדער פארן אין די קעמפס, אוועק, און אביסל מנוחה. מ'קען זיך אויסטשוכען, און די קינדער ווידעראום פרייען זיך צום טויש, מ'גייט שווימען, מ'האט פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן, אייזקרעים, און נאך שפילערייען, טריפס, וכדו', ביז סוף זומער ווען עס ווערט מקויים "והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם". אויסער דעם קען מען שפאצירן אויף די פרישע לופט (ווען עס איז נישט צו הייס), מ'קען גרינגער אנקומען אויף די פלעצער וואס מ'דארף, וכדומה. אדער פארט מען סתם אליין וואקאציע. טייל פארן אליינס ארויס אויף די בערג, וואו ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה וכל עצי השדה ימחאו כף... וואס קען דען זיין בעסער ווי לערנען אונטערן שאטן פונעם בוים בשעת א געשמאקן ווינטל בלאזט אוועק די פיאות און מישט אריבער דעם בלאט גמרא אויטאמאטיש.... און די פייגלעך טוויטשקען ארום און זינגען פרק שירה, וקול התור נשמע בארצינו...

---------------------------------------------------

סוף דבר: וואס איז טאקע בעסער?

די אונטערשטע שורה איז: עס ווענדט זיך אויף וועלכע האלבע גלאז מען קוקט! אויף די פולע אדער די ליידיגע!...

חאצקל » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:28 pm

· #50870
זייער שיין צונומען דעם ווינטער און זומער, אבער איידער מיר רעדן בכלליות פון ווינטער און זומער לאמיר צוערשט צונעמען ספעציפיש דעם הערבסט (פאל) און פרילינג (ספרינג), ווייל טבת קעגן תמוז הערט זיך אנדערש ווי אייר קעגן חשוון.

גוטזאגער » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:32 pm

· #50876
שמעקעדיג האסט דאך אויס געכאפט די מעלות אדער חסרונות וואס מען קען ווען צולייגען שוין וועט גוט זיין אזוי אויך מיר איז ביידע געשמאק די קילע טשילס דעמאנט מיך פון אלע פרייליכע איבער לעבענישען פון ווינטער און די ווארעמע יומיד דעמאנט מיך פון די זיסע רויטע זאפטיגע מעלאנע וכו אבער די זיסטע איז צו זען ווען די וועטער טוישט זיך אזוי ווי יעצט ווער עס דערוואגט זיך צו זיין פון די נחשונים זיך אנצוטאן די מאנטעל

אךשמח » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:09 am

· #50893
איך געדענק ביי איינע פון די שיעורים ביי הרב אביגדור מיללער ז"ל האט איינער אים געפרעגט פארוואס גאט ברוך הוא האט נישט באשאפן נאר געשמאקע זומער טעג, האט אים דער רב, וואס איז געווען א מומחה אין זיך ארויסדרייען פון שווערע פראגעס, געענטפערט, אז ער וועט אים ענטפערן כדי צו מקיים זיין ענה כסיל כאיוולתו.

איך געדענק נישט דעם ענטפער, ווייל עס איז געווען שלא ממין השאלה אבער דעם בילד ווי ער ענטפערט נישט צום זאך איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין זכרון.

הגה,

איך מיין חלילה נישט אוועקצומאכן דעם גרויסן צדיק און עובד השם, און ער איז בארימט מיטן ענטפערן קלוג און ריכטיג אויף פילע שווערע שאלות, אבער און טאקע צוליב דעם, איז מיר געווען גאר מאדנע יענעם ענטפער.

חאצקל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:10 am

· #50895
פון די פאמקעינס האב איך פארגעסן, און רבותי די קראצמעך ביימער גייען שוין אט אט באשיינען אונזערע ווינטערדיגע גאסן, אוי גיט דאס צו צום ווינטערדיגן רעלעקסעישן.

zurich » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:16 am

· #50899
גוטזאגער
שמעקעדיג האסט דאך אויס געכאפט די מעלות אדער חסרונות וואס מען קען ווען צולייגען שוין וועט גוט זיין אזוי אויך מיר איז ביידע געשמאק די קילע טשילס דעמאנט מיך פון אלע פרייליכע איבער לעבענישען פון ווינטער און די ווארעמע יומיד דעמאנט מיך פון די זיסע רויטע זאפטיגע מעלאנע וכו אבער די זיסטע איז צו זען ווען די וועטער טוישט זיך אזוי ווי יעצט ווער עס דערוואגט זיך צו זיין פון די נחשונים זיך אנצוטאן די מאנטעל

וועיגן דעים טאקע איז יעצט. נישט אזוי גיט די קעלט ווייל מ'שעימט זיך נאך אנצוטוען דעים מאנטל.

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:03 am

· #50923
יענער האט געזאגט: זוממער, ווייל דעמאלס איז זיין פרוי אויף וואקעישאן פאר צוויי חדשים...

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:06 am

· #50924
ס'נישט קיין האלבע גלאז פיל אדער ליידיג. די פאר נארישע מעלות וואס זומער האט לשיטתך איז א וויץ קעגן די מעלות פונעם ווינטער. און איך וואלט נישט אריינגעלייגט פסח אינעם זומער קאלום.

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:20 am

· #50930
זר זהב
ס'נישט קיין האלבע גלאז פיל אדער ליידיג. די פאר נארישע מעלות וואס זומער האט לשיטתך איז א וויץ קעגן די מעלות פונעם ווינטער. און איך וואלט נישט אריינגעלייגט פסח אינעם זומער קאלום.


קוק ווי אזוי שמעקעדיג לייגט דאס אראפ
ביים שרייבען דער חלק ה'ווינטער איז זיין ערשטע האלב מלא נעגעטיוו אויף דער זוממער, ממילא ווערט דער וווינטער אויטאמאטיש בעסער. און בכלל די מעלות וואס ער שרייבט אויף דער ווינטער איז נישט אזוי ספעציעל פאר רוב מענטשן.
ביים זוממער דארף ער נישט צוקומען צו נעגעטיוו אויף דער ווינטער, נאר מלא מעלות אויף דער ווינטער.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:27 am

· #50936
דער זומער האט נישט קיין איין מעלה לדעתי. די פאר מעלות וואס ער לייגט אראפ איז דאך אויך צוליב די צרות... פארוואס דארף מען אייזקריעם
און שווימען? נישט צוליב די היץ??

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:34 am

· #50943
אבער ס'נישט צרות לגבי דער ווינטער, ס'איז נאר פראבלעמען וואס דער סיזאן ברענגט מיט מוט זיך

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:54 am

· #50956
דולה ומשקה
קוק ווי אזוי שמעקעדיג לייגט דאס אראפ
ביים שרייבען דער חלק ה'ווינטער איז זיין ערשטע האלב מלא נעגעטיוו אויף דער זוממער, ממילא ווערט דער וווינטער אויטאמאטיש בעסער. און בכלל די מעלות וואס ער שרייבט אויף דער ווינטער איז נישט אזוי ספעציעל פאר רוב מענטשן.
ביים זוממער דארף ער נישט צוקומען צו נעגעטיוו אויף דער ווינטער, נאר מלא מעלות אויף דער ווינטער.


האסט א פוינט.
אסאך מאל כדי ארויסצוברענגען די מעלה אדער גוטע געפיל קען עס נאר זיין דורך ארויסברענגען די שוואכקייט פון צד שכנגד, און ווערן א מתכבד בקלון חבירו.
אין הכי נמי, טאמער למשל וואלטן נישט געווען קיין בינען און מאסקיטאס אום זומער, וואלט דאס נישט געקענט גערעכנט ווערן אלס א מעלה לגבי ווינטער.

אדרבה, לאמיר הערן וואס דו האלטסט, קענסט מוסיף וגורע זיין לויט דיין געשמאק, מיינע ווערטער זענען נישט הלכה למשה מסיני.

גראדע ביי מיר אליינס, אסאך מאל ווען איך נעם ארויס א קאר אינמיטן ווינטער, האב איך יא פיינט דעם ווינטער.
דאס אראפשארן די שניי, זיך פלאגן און גליטשן, און נאך אנדערע קאפ ווייטאג, איז א גרויסן שטער פאר א דרייווער.

דולה ומשקה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:07 am

· #50959
קודם דארף מען צו אזוי:

ווינטער
1) פארוואס כ'האב איהר ליעב
2) פארוואס כ'האב איהר נישט ליעב

זוממער
1) פארוואס כ'האב איהר ליעב
2) פארוואס כ'האב איהר נישט ליעב

יעצט צייל אפ די מעלות ווער האט מער, וכן בחסרונות
קען זיין ווינטער האט מער חסרונות אין דער זוממער מער מעלות
דעמאלס האט זוממער געווינען אדער פארקערט.

דערמאן מיר חנוכה צו רעאגירען, כ'וועל שטודירען דעם ווינטער...

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 10:17 am

· #51013
איז ריכטיג וואס כאב געהערט אז בביאת הגואל וועט מער נישט זיין קיין שווערע אומאיינגענעמע וועטערס?
נאך אלעם, איז דאך דאס געווארן ערשט נאכן מבול.

שמואל הלוי » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:13 pm

· #51031
איך גלייך בעסער ווינטער, ווייל פון קעלט קען מען זיך באשיצן אויך אין גאס דורך זיך פיין באפעלצן, משא"כ זומער אין די היצן קען מען גייענדיג אין גאס זיך נישט באשיצן.

חוץ מזה איך האב זייער ליב די ווינטער זייגער, מיין טאג איז בעסער אויסגעשטעלט אזוי.

איך אויך » זונטאג אקטאבער 14, 2012 3:15 pm

· #51197
שיין אראפגעלייגט ביידע צדדים. פערזענליך בינעך א זומער טיפ אלל דע וועי, ווינטער איז איינגעהילט פארכמארעט, קאלט, קורצע טעג און טונקל, אבער אה זומער, די ווארימע לעכטיגע שיינענדיגע לאנגע טעג, איז א אנדערע מעשה אינגאנצן.

sunbar » זונטאג אקטאבער 14, 2012 5:40 pm

· #51257
ווען איז א ציגארעטל בעסער? זומער אדער ווינטער?

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 5:41 pm

· #51259
ווינטער

sunbar » זונטאג אקטאבער 14, 2012 5:43 pm

· #51261
איך האלט אז זומער איז בעסער, אבער נישט ווען עס איז humid

zurich » זונטאג אקטאבער 14, 2012 6:02 pm

· #51266
sunbar
ווען איז א ציגארעטל בעסער? זומער אדער ווינטער?

ביסט אינגאנצן משוגע, וואס איז די שאלה, קומסט ארויס אויפן פארטש אינמיטן ווינטער ווען ס'פיין קאלט אינדרויסן מיט א הייסע קאכעדיגע קאווע אין איין האנט, און א ציגאראטל אין די צווייטע האנט, וואס קען זיי בעסער פון דעם?

אין זומער איז די ציגארעטל א ברכה לבטלה. מעיבי ביינאכט ווען ס'בלאזט א שטיקעלע ווינטל, אבער אינמיטן טאג ווען די זון שיינט אויפן העכסטן גראד איז עס א דיזעסטער!!

sunbar » זונטאג אקטאבער 14, 2012 6:23 pm

· #51279
ווען עס איז קאלט ווערט מיין האנט פארפרוירן, אז איך קען אפילו נישט אנכאפן דאס ציגארעטל.

cookies » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:50 pm

· #51647
winter to walk on the street is pain, but summer is it just uncomfortable.

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:04 pm

· #51655
איך וועל מודה זיין אז ווען די קעלט ציפט ממש נישט צום אויסהאלטן איז טאקע גאר שווער.
אבער ע"פ רוב איז עס אדורכצוטראגן, בפרט פאר אונז אנגעפאשעטע מענער.

מומחה » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 3:21 pm

· #51663
ווי פלעגט מען זאגן אין כעלם, אז פארוואס איז זומער אזוי הייס? דאס איז ווייל א גאנצע ווינטער האט מען געהייצט די אויווענעס און די רויעך און היץ מאכט אז זומער זאל זיין אזוי הייס.
טאקע דערפאר איז ווינטער קאלט וויבאלד זומער האט מען דאך נישט אנגעהייצט די אויווענעס...

משה רוקח » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 9:05 pm

· #51792
פאר מיר איז זומער אסאך געשמאקער.
איך קען נישט אויסהאלטן קיין צו שטארקע קעלט.

העלא » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:23 pm

· #51823
ביי מיר איז אזוי:

ווינטער, האב מיר נאך די גאנצע יאר פאר זיך, דהיינו מ'האט נאך אסאך דזשאנסן

1) ווינטער פארטאגס קען מען זיך אויסבעטן ווי יו"כ ביי נעילה (עטרת צבי)
2) די ווינטער נעכט האבן קדושת חוה"מ
3)די צירופי הויה פון די חדשי החורף לייכטען מער דאס ווייזט אויף רחמים
4) מען קען אויסנוצן די ווינטער נעכט אויף לימוד התורה, (הרוצה לזכות לכתרה של תורה אל יאבד אפילו אחת מלילותיו)
5) עד זאת חנוכה יד פשוטה לקבל תשובה מאותן הנדחים מלשוב בימי ימים נוראים
6)אזוינע הייליגע חדשים (מרחשון - מרחשין שפתים) (כסליו - הלב מכסכס) טבת (אור כי טוב) שבט (ש'מרם ב'רכם ט'הרם) אדר (הרוצה שיתקיימו נכסיו יטע הן אדר (זמן קיבול תפילות)
7) חדשים טבת שבט (ימי השובבים - בבחינת עשרת ימי תשובה - בפרטיות) - פון די אנדערע זייט איז דא די מצוה חלק דערפון אויך (חודש העשירי הוא חודש טבת ירח שהגוף נהנה מן הגוף - כידוע ליודעים)
8) אדר ד' פרשיות (ר' פנחס מ'קאריץ פלעגט זאגן ער ווארט שוין אויף די ד' פרשיות ווען מ'וועט זיך קענען זעהן מיטן אייבערשטען)

די אלע זאכן זענען אויך גוט בגשמיות (פילע ביזנעס טעג - אהן קיין ימים טובים אינמיטן), עס ווערט שנעל נאכט, מען קען מקיים זיין ביידע "לא איברי לילה אלא לשינתא" צוזאמען מיט "לא איברי לילה אלא לגירסא") מען קען אויפשטיין בעוד לילה מיט א אויסגערוטע מח, כאפן א הייסע שויער א הייסע מקוה און א געשמאקע קאווע און אנהייבן לערנען בעוד לילה - מחבר זיין יום ולילה בלימוד התורה בצלילת הדעת) - ווער ס'האט שוין אמאל טועם געווען די טעם פון אויפשטיין אויסגערוהטערהייט פארטאגס ווען די עולם שלאפט נאך, וועט מעיד זיין אז אזא טאג גייט אינגאנצן אנדערש, די סוקסעס ראטע איז 100 מאל אזויפיל ווי אין אנדערע טעג בלי גוזמא),



משא"כ זומער:

1) די גאנצע זוממער לויפט דורך כהרף עין - 7 וואכן ציילט מען, 3 וואכן וויינט מען, 4 וואכן בלאזט מען אין מ'דעזעהט זיך אינעם יום הדין
2) מ'לייגט זיך שפעט, מ'שטייט אויף טיף אריין אינעם טאג, די מוח ערועקט זיך צום הו הא ווען די זוהן באקט,
3) מ'דערזעהט זיך שוין ביים ענדע פון יאר, עס ווערט נענטער צום יום הדין, די יאר איז דורך געלאפן כהרף עין און מ'האט גארנישט אויפגעטוהן (בגשמיות וברוחניות) מ'ווערט דעפרעסט,
4) עס הייבט זיך אהן די פחד פון יום הדין, נשא את רא"ש טראכט מען שוין פונעם "בראש השנה" יכתבון, תמוז "זמני תשובה ממשמשין ובאין" אב "אלול בא" ווער רעד נאך פון חודש אלול וואס די פיש פון ים ציטערן (קיינער האלט ליידער נישט ביי א מצב פון אם תשכב לא תפחד)
5) די נסיונות זענען עד אין לשער (און מיט דעם גרייט מען זיך צו די הייליגע טעג
6) מ'זיצט צווישן די פליגן,
7) די זומער קאסט אפ די וועלטס געלט (קאנטרי, שאפינג, רעסטראונטס, קליידער, קעמפ, וכו')

גאנץ זוממער בין איך אנגעצויגן אז עס קומט ימי הדין, ווינטער האף איך נאך אז מ'וועט עס אויסנוצן ווי עס באדארף צו זיין


מ'קען נאך אסאך מרחיב את היריעה זיין, עוד חזון למועד

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:37 pm

· #51832
זייער שיין העלא.
האסט מרחיב בדיבור געווען אין כמה פרטים וואס איך האב שוין געשריבן, אבער מוסיף נופך געווען משלך.
און איך קען נישט אגריען מער. הערליך אראפגעלייגט!

העלא » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:49 pm

· #51836
א גרויסן ישר כח שמעקעדיג, האסט מיר באמת געמאכט גוט פילן,

בפרט ווען כ'האב נישט געהאט אפגעליינט נאר א פערטל פון דיינס בעפארן שרייבן מיינס, דערנאך האב איך געמערקט אז דו האסט בארירט מער ווייניגער די זעלבע פוינט מיט אנדערע געפילן,

אשכולות אויפוועקער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 5:40 pm

· #236426
אויפגעוועקט
ס'דאך ווינטער

פליקער » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 6:10 pm

· #236434
א גרויסן ייש כוח מר וועקער זייגער, עס איזמיר א חידוש אז בימים ההם איז נישט געוועין קיין לייקס כמו דבעה פאר אזא אשכול, מיז מם עס אויפוועקן, עס איז דאל א הערליכע אשכול.

צים פונקט, איך גלייך בדרך כלל ווינטער, ווען מען רעדט פון וועטער, איך גלייך נישט מיינע שמונה בגדים ווען עס איז אכציג ביז הינדערט, איך גלייך זימער ווען מען רעדט פון די לעינג פון די טעיג און נעכט ווייל דער טאג איז צו קארץ, די זמן איז פרי, איך גלייך.מער וואס שפעיטער דער זמן ווערט, סיי בכניסתו און סיי מוצאי.
לגבי א ציגרעטל הגם איך רייכער נישט יארן, אבער ווי איך געדעינק האב איך.פיינט געהאט ווינטער ווען מיינע פינגער זענען פארשטייפט געווארן האלטן'דיג דעים ציגרעטל יישר כוח @אי-סיגערעט.
מיר טראגן קויט'ס אוירן שיצער הענט שיך, אבער וואס זאל איך טיען אז איך בין קיין מאל נישט קאלט ביי מיין געדערעם נאר אויף מיין נאניע, און איך האב נישט קיין עצה, אבער זימער איז נישט אויסציהאלטן ווען איך ברויך וואקן סיי ווי, און עס נעמט טריפן און פריוואטע ערטער.

סקאטש טעיפ » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 6:47 pm

· #236446
איך גיי פאר ווינטער עכט שטארק

העלא » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 6:55 pm

· #236450
עס גלייבט זיך שווער ס'איז שוין צוויי גאנצע יאר זינט כ'האב געשריבן די מעלות פון ווינטער,

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:15 pm

· #236453
העלא: דו האסט פארגעסן אויסצורעכענען די יו"ט שבועות ווען מ'מאכט קידוש און מ'איז טועם פון די טשיעז קרעפלעך. דאס איז דאך טעם גן עדן. ספעציעל ווען מ'איז אויפגעוועין א גאנצע נאכט און מ'האט געדאוונט וותיקין...!... 😂

העלא » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:45 pm

· #236462
דא האב איך נאר גערעדט די מעלות פון ווינטער און די חסרונות פון זומער,
אויב וואוינסטו אין אוסטראליע אדער בראזיל איז שבועות טאקע ווינטער

zurich » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:23 pm

· #236513
אז מען רעדט שוין פון זומער און ווינטער, איך טראכט, א שאד די ווארעמע פיינע הייסע מקוואות איז דא נאר אין די ווינטער ווען די זמן איז אזוי פרי און ס' קוים דא צייט זיך צו ווייקן.
הלוואי פארקערט

אויסגערוט » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 11:29 pm

· #236515
איך גלייך ווינטער אסאך מער. קודם כל אין די זומער אחוץ פון זיצען אין קאר מיט עיר קאנדישענער קענסטו גארנישט טון פאר די היץ, ווידער ווינטער קעמען זיך אנטון ווארעם. אויכעט דער קאלטער ווינט איז זייער רעפרעשינג ווער רעדט נאך פונעם געשמאק פון א קאווע און ציגארעטיל אינעם פראסט...די רויעך שלענגלט זיך אזוי אין בלייבט הענגען אין די ליפטען.

אופס שיעור פארגעסן די 12 שעה'יגע שלאף פרייטיג צונאכטס.....

אופס סאררי עוד רגע.... די געשמאק פון אויפשטיין אינדערפרי ווילענדיג ארויסגיין פון בעט און ווי נאר מ'שפירט א טראפקעלע קעלט געבט מען זיך א קאדל אריין אינעם דאכענע...איי א מחיה...

Ben-Shishim » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:45 am

· #236610
אין וואס טיט זיך מיט די הייליגע ווינטער נעכט?

העלא » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:50 am

· #236611
פון די הייליגע ווינטער נעכט האב מיר שוין מאריך געווען אין דעם אשכול

שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:15 pm

· #238096
נאך א זאך וואס איך גלייך שטארק אין די קורצע ווינטער טעג. מען דאווענט מנחה מעריב פרי. געווענליך דאווען איך שוין מנחה אינמיטן טאג אין ארבעט בשכנות, און מעריב אויפן וועג אהיים, און איך בין פריי פאר די נאכט. אויב בין איך מיד, קען מען גיין אריינרוקן א בייגל איבערנאכט, און אפילו סתם אזוי, קען איך רואיג פארבלייבן אין שטוב פארברענגען מיט די משפחה אן דארפן האבן דעם פרעשור פון לויפן דאווענען מנחה מעריב.

מנחם ציון » מאנטאג דעצעמבער 7, 2020 5:25 pm

· #463792
א רובא דרובא עולם דא גייט (אדער פלעגט גיין 😉 😉 ) פאר ווינטער
וכן אנו נוהגין