☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » רבנים וואס זענען נישט מקיים די אינטערנעט תקנות

רבנים וואס זענען נישט מקיים די אינטערנעט תקנות

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2061
בלאט: 1 2

גוגל-הדור » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 10:46 pm

· #50839
רבנים וואס זענען נישט מקיים די אינטערנעט תקנות
רבנים וואס פאלגן נישט די אינטערנעט תקנות - פאר זיך אליין פארשטייט זיך.

רבנים זעלבסט וואס פאלגן נישט אויס די תקנות קען אויסזען היבש מאדנע, אבער אויב איז יעקב אבן גערעכט דאן איז דאס א סך מער נפוץ ווי סיי ווער קען זיך רעכטן. מסתבר איז אז דער רב וואס טוט פארלעצן דער תקנה וועט דאס טוהן אויף די מערסטע באהאלטענע אופן מעגליך טאקע ווייל דאס זעט אויס אזוי מאדנע און צוליב די פראבלעמען וואס דאס קען זיי שאפן. אבער מאדנע בלייבט דאס, אויב נישט נאר צוליב די היפאקריטישקייט דערפין, איז דאס נאכמער מאדנע פארוואס טאקע דער רב זאל זיין פארנומען מאכן תקנות אויף פראבלעמען וואס ער גלייבט נישט דערין באמת.

לגבי דעם עצם נישט פאלגן די תקנות, איז שייך עטליכע דרגות. קודם איז דא רבנים וואס האבן קאמפיוטערס. אויף דעם זענען די תירוצים פיל ווי די שטערן אין הימל. דער דארף עס פאר זיינע חידושי תורה און יענער דארף די רבנית תליט"א מסדר זיין די צדקה ליסטעס. דערנאך איז דא רבנים וואס האבן אימעיל אדרעססן. קען זיין ער האט פארשידענע סיבות פארוואס ער מוז דאס האבן, צו ווייל ער איז א וועלט בארימטע בעל מכשיר, צו ווייל זיין גרעסטע תומך תורה וויל מיט עם נאר קאמוניקורן אויף עלעקטראנישע פאסט. אזוי צו אזוי, איז כו"ע מודי אז דאס איז שוין א גרעסערע פארלעצונג ווי א קאמפיוטער אליין. אבער אינטערנעט אקסעס, צו מיט א פילטער צו אן, זעה איך נישט וויאזוי סיי וועלכע חסיד שוטה וועט קענען פארענטעפערן. און ווער רעדט נאך א סמארטפאון צו אן אייפאון? דאס איז שוין לכאורה א פשע בל יכופר!

און ווער וואלט דען געקענט פאנטאזירן אז חתן דנן איז נישט מער און נישט ווייניגער נאר הרב אמנון יצחק אליין?

ס'איז די פארשטענדעניש פון א יעדן בר דעת אז טאמער איז דער פראבלעם מער ווי א מיעוט שאינו מצוי זענען די אימפליקאציעס פון דעם הארבער ווי פסל מיכה וואס איז אריבער דעם ים סוף. ס'איז נישט מעגליך אז די אינטערנעט תקנות זאלן ארויס פון דעם ערשטן קעסטל אויב די המון עם פארשטייט אז די רבנים האקן א טשייניק.

פארשטייט זיך, אויב האט איינער ערשט האנטיגער קראנטע אינפארמאציע אויף אנדערע רבנים, ביטע אריין שטעלן דא אין דעם אשכול.

(ובזה וואלט איך שטארק געבעטן, נישט אריין שטעלן סתם לזות שפתים פאר פאליטישע סיבות, מיין מטרה איז נישט געווען אנצופילן די רייעס פון די צימעס פארום!
יאשערקויעך פאר'ן פארשטיין.)

דבילה » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:06 pm

· #50849
הא... גוגל, דו האסט עובר געווען אויף דעם אזהרה פון די חסידים פון הרב אמנון יצחק'ס וועבזייטל:

"וכל המהרהר אחר רבו כמהרהר אחר השכינה! והחושד בכשרים..."

villager » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:14 pm

· #50854
ווער האט ג'אסרט און ווען האט מען ג'אסר'ט דעם אייפאון? איז ענדרויד יא מותר?

לאדיך אפ » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:19 pm

· #50859
געווען א קאפי פון א צעטל דא אין שאיבל אז לויט פסק ר' חיים קנייבסקי קען מען נישט מצרף זיין צי מנין איינער וואס איז מחזיק אייפון

villager » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:30 pm

· #50873
לאדיך אפ
געווען א קאפי פון א צעטל דא אין שאיבל אז לויט פסק ר' חיים קנייבסקי קען מען נישט מצרף זיין צי מנין איינער וואס איז מחזיק אייפון

איז ענדרויד יא מותר?
און פ"וו זאל אמנון יצחק דארפן פאלגן א דעת יחיד?

שמעקעדיג » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:33 pm

· #50878
אייפון מיינט בעיסיקלי אלע סמארטפאונס.
מען דארף זיין א מבין דבר מתוך דבר.
ער האט נאר אנגעכאפט אייפון אלס א משל.

villager » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:47 pm

· #50883
שמעקעדיג
אייפון מיינט בעיסיקלי אלע סמארטפאונס.
מען דארף זיין א מבין דבר מתוך דבר.
ער האט נאר אנגעכאפט אייפון אלס א משל.

איך פארשטיי אבער ס'פאני אז ער זאגט "אייפאון", כאילו עפל איז דער פראבלעם.
אבער וואס האט אמנון מיט רב קניעווסקי? און אז פאפא רב האט געאסרט טעקסט מעסידזשעס מעג נישט רב אמנון טעקסטן?

אךשמח » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:59 pm

· #50889
villager
ווער האט ג'אסרט און ווען האט מען ג'אסר'ט דעם אייפאון? איז ענדרויד יא מותר?

איפון איז אותיות ניאוף, דעריבער איז עס הארבער...

איך אויך » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:05 am

· #50890
איז וואס איז די דין אויב אין איין האנט האלט מען א קאווה וואס איז אותיות מקווה אין אין די אנדערע האנט א אייפון וואס איז אותיות ניאוף איז מען טהור צו טמא?

דבילה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:03 am

· #50922
villager
לאדיך אפ
געווען א קאפי פון א צעטל דא אין שאיבל אז לויט פסק ר' חיים קנייבסקי קען מען נישט מצרף זיין צי מנין איינער וואס איז מחזיק אייפון

איז ענדרויד יא מותר?
און פ"וו זאל אמנון יצחק דארפן פאלגן א דעת יחיד?


לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

בכלל מיין איך אז א רב וואס האט אינטערנעט און האקט נישט דערויף פאר זיינע נאכפאלגער, דאס איז נישט וואס דער פותח האשכול צילט דא. דא צילט מען דוקא אויף דער היפאקריטן וואס אויף יענעם טרעטן זיי און זיך אליין קענען זיי נישט באהערשן.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:09 am

· #50925
איך וואלט זיי אויך אנגעריפן טפשים. יעדער ווייסט וואס אמנון יצחק'ס ארבעט איז, און דער אינטערנעט העלפט אים צו טאקע ווייל דארט זענען זיינע פאטענצואלע קאסטומערס.

villager » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:21 am

· #50931
דבילה
לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

אמנון יצחק האקט אויף אייפאונ'ס? כמיין אז נישט, ער פרעדיגט פאר שבת און טהרת המשפחה אבער נישט אויף אינטערנעט, אדרבה ער איז פולי אויף די אינטערנעט און נוצט אויס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע פאר קירוב הדת.

דבילה » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:27 am

· #50935
villager
דבילה
לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

אמנון יצחק האקט אויף אייפאונ'ס? כמיין אז נישט, ער פרעדיגט פאר שבת און טהרת המשפחה אבער נישט אויף אינטערנעט, אדרבה ער איז פולי אויף די אינטערנעט און נוצט אויס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע פאר קירוב הדת.


אין דעם ארטיקל אין בח"ח ווערט ער באטיטעלט "מנפץ האייפונים".

villager » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:44 am

· #50951
דבילה
אין דעם ארטיקל אין בח"ח ווערט ער באטיטעלט "מנפץ האייפונים".

אוודאי שרייבן זיי אזוי אז נישט איז דאך די גאנצע נייעס נישט אינטערעסאנט...,
איך געדענק נאר ווי ער האט מנפץ געווען טעמבעלעוויזיעס אבער נישט אייפאון'ס וואס איז געאסרא ביי יעדן, אבער אדרבה אלע זיינע דרשות ליגען דאך אויף יוטוב זאלן זיי ברענגען די קליפ ווי ער האקט אדער צוברעכט אייפאון'ס.

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:21 am

· #50967
ווער ס'האט עני דעוייס וואס ארבעט אויף ווייפי קען אליין זעהן ווי אין שטוב פון הרבה רבנים גדולים איז דאס דא. למשל אין בנין פון עדה החרדית אין ירושלים.
ובכלל, וואק נאר אדורך אויף סיי וועלכע אידישער בלאק אין סיי וועלכער אידישע שטאט, וועסטו זעהן אז ס'כמעט נישטא א שטוב אן ווייפי.

טעפל » זונטאג אקטאבער 14, 2012 4:31 am

· #50996
villager
דבילה
לויט ווי כ'פארשטיי איז הרב אמנון יצחק פון די גרויסע פרעדיגערס קעגן אייפאונס וכדו'. קען דאס איינער פעסטשטעלן?

אמנון יצחק האקט אויף אייפאונ'ס? כמיין אז נישט, ער פרעדיגט פאר שבת און טהרת המשפחה אבער נישט אויף אינטערנעט, אדרבה ער איז פולי אויף די אינטערנעט און נוצט אויס אלע היינטיגע טעכנאלאגיע פאר קירוב הדת.

און מאכט משוגע יעדעם איינעם קעגן די זינגערס...דאס איז די גרויסע פראבלעם..

a1b2 » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 6:42 pm

· #54827
הרה״ג ר׳ מלכיאל קוטלער שליט״א ר״י לעיקוואוד משחק ב'אייפעד'..
📎 A561znqCQAAeioA.jpg

נ נח » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:04 pm

· #54851
איך אויך
איז וואס איז די דין אויב אין איין האנט האלט מען א קאווה וואס איז אותיות מקווה אין אין די אנדערע האנט א אייפון וואס איז אותיות ניאוף איז מען טהור צו טמא?


טובל ושרץ בידו...

פיקציע » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 8:15 pm

· #54854
הרב עובדי' יוסף מיט א עפעל דעווייס
📎 IMG-20121012-WA000.jpeg

פראפעסאר שפירא » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:36 pm

· #54875
שמעקעדיג
אייפון מיינט בעיסיקלי אלע סמארטפאונס.
מען דארף זיין א מבין דבר מתוך דבר.
ער האט נאר אנגעכאפט אייפון אלס א משל.


לויט ווי כ'האב געהערט מיין איךאז עס איז יא דוקא אייפון, ווייל זיי זאגען אז מען קען עס נישט פילטערען,

געפילטע פיש » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:22 pm

· #97039
אייפעד איז זיין עבירה? ער האט דאך webcams אין זיין היכל ה'טיש'ן וואו די חסידים אין די גאנצע וועלט קענען מיט האלטן די שמחות אין די בתי מדרשים.

real jew » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:53 pm

· #97050
.
📎 image.jpg

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 3:34 pm

· #97098
דאס איז א פאלדער מיט בילדער, ביסט א קראנקע זכר צו וואס?

איחוד פעלד » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:10 pm

· #97163
ביסט דער בעלזער רבי אליין? קענסט נישט נעמען א ווערטעל?

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:20 pm

· #97164

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:21 pm

· #97165

בעל הבית » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 6:22 pm

· #97166
`

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 10:31 pm

· #97264
וואס עפעל ווען עפעל? האסט נישט איינגענומן די טאבלעטן היינט? זעה די ערשטע דריי בילדער דא.

חשבון » דאנערשטאג מערץ 14, 2013 11:58 pm

· #97288
בעל הבית דיינע בילדער קומען נישט גוט אריין.

אפשר געהערט עס נישט אין די אשכול אבער א איד פארציילט מיר אז א רב איז אים געקומען מנחם אבל זיין נאכן הערן אויף קול מבשר אז זיין מוטער איז אוועק. זיי האבן זיך אויך זייער נייעס סארסעס

נייגעריגער » פרייטאג מערץ 15, 2013 12:16 am

· #97295
ס'איז דאכצעך דא א שטיקל חילוק צווישן אן איי-פעד און קול מבשר!
כן נראה לעניית דעתי

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 15, 2013 12:23 am

· #97297
איך אויך
וואס עפעל ווען עפעל? האסט נישט איינגענומן די טאבלעטן היינט?

וואס פארשטייסטו נישט? די עפל טאבלעטן הייסן אייפעד'ס.

טעפל » זונטאג מערץ 17, 2013 4:09 am

· #97570
געפילטע פיש
איך אויך
וואס עפעל ווען עפעל? האסט נישט איינגענומן די טאבלעטן היינט?

וואס פארשטייסטו נישט? די עפל טאבלעטן הייסן אייפעד'ס.

ביסט גערעכט אבער דאס האט גארנישט מיט עפל ס'איז א ריינע פאלדער מיט בילדער פון לעיקוואד אזוי מיט קען זעהן אין אלע סייטס, ס'איז אויך דא א קליפ פון דעם.

איינער » זונטאג מערץ 17, 2013 5:46 pm

· #97810
איך אויך
דאס איז א פאלדער מיט בילדער, ביסט א קראנקע זכר צו וואס?


פון די בילד קוק עס אויס ווי אן אייפעד, פאר די פארלירסט דיין קאלטקייט, זיי ביטע מסביר פארוואס ער איז א קראנקער זכר.

איחוד פעלד » זונטאג מערץ 17, 2013 5:54 pm

· #97816
איך האב געהאלטען אז די בילד איז א פאטאשאפ, עס זעהט אויס ווי אן אייפאד.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:57 pm

· #102552
נישט ממש רבנים, אבער דאך אינטרעסאנט.
<a class="postlink" href="http://torrentfreak.com/priests-watch-dvd-screeners-while-pirates-download-filth-in-the-vatican-130407/">http://torrentfreak.com/priests-watch-d ... an-130407/</a>

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 24, 2013 12:51 am

· #108268
ענדליך איז שוין דא א רב וואס פראבירט מחדיר צו זיין אינטערנעט ביי אידן...
📎 מ.jpg

הדד בן בדד » מיטוואך אפריל 24, 2013 1:21 pm

· #108360
איך האב יעצט געעפנט דעם אשכול און איך לייען דא וועגן אמנון יצחק. עס קען זיין אז אמנון יצחק האקט אויף דעם פאר חרדישע אידן, אבער עס איז א דבר פשוט אז ער דארף דאס האבן, ווי זר האט שוין דא דערמאנט, אז דאס איז זיין ארבעט.

דעת תורה » מאנטאג מאי 6, 2013 8:30 pm

· #112411

יידל » מאנטאג מאי 6, 2013 8:35 pm

· #112412

דעת תורה » מאנטאג מאי 6, 2013 8:36 pm

· #112413
יידל, אין א אנדערע אשכול האט מען שוין אויסגערימט דיינע ברייטע קענטעניסן אין עמבעדן יו טוב קליפס..

וויאזוי מאכסטו עס?

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 2:20 am

· #112553
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/13119">viewtopic.php?p=13119#p13119</a><!-- l -->

דבילה » דינסטאג מאי 7, 2013 9:48 am

· #112609
געפילטע פיש
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=13119#p13119


געפילטע, לינקקת צום הודעה וואס האט גע'ארבעט נאך ווען יוטוב האט געהאט געהעריגע לינקס. היינט איז דאס עפעס אן עבודה אויסצורעכענען וואס צו לייגן ביים לינק אז ס'זאל ארבעטן.

געפילטע פיש » דינסטאג מאי 7, 2013 11:07 am

· #112659
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/57241">viewtopic.php?p=57241#p57241</a><!-- l -->

אנשטאט נעמען די לינק פון די share אפציע, נעם עס פון אויבן פון די אדרעס באר פון די פעידזש.

נולד מאוחר » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 12:05 am

· #138532
געפילטע פיש
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=57241#p57241

אנשטאט נעמען די לינק פון די share אפציע, נעם עס פון אויבן פון די אדרעס באר פון די פעידזש.

פון מיין פאן אויך? סקומט ארויף.די M פאר מאביל אלץ א חלק פון די url

טעפל » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 6:29 am

· #138569
[ציטאט אראפגענומען]

ער האט געזאגט אין אן אינטערוויוא אז ער דארף וואטסאפ פאר הלכהדיגע שאלות (כ'מיין אז איך אויך..)

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 8:59 am

· #138578
די סנהדרין האבן דאך געדארפט קענען כישוף, ער דארף אויך וויסן וואסערע שמוץ ס'אלץ דא אויף די אייפאון.

געפילטע פיש » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 9:05 am

· #138580
נולד מאוחר
געפילטע פיש
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=57241#p57241

אנשטאט נעמען די לינק פון די share אפציע, נעם עס פון אויבן פון די אדרעס באר פון די פעידזש.

פון מיין פאן אויך? סקומט ארויף.די M פאר מאביל אלץ א חלק פון די url

נעם אראפ די דאט מיט די M.

איחוד פעלד » מאנטאג אוגוסט 5, 2013 10:36 am

· #138606
דער וואך, עיני ראו ולא זר, אין איינע פין די פיקטשער אויסגאבעס, וואס איז געלעגען במנוחתו כבוד אין בית הכבוד כי שם חלקו צפון, איז געוועהן דארט א בילד פין רב וואזנער אויף מי מנוחות, ווי ער שפאצירט מיט צוויי משמשים, און דער משמש אויף דער רעכטער זייט פין רב וואזנער שליט"א האלט א כלי (קעילי בלע"ז) און שרייבט א טעקסט.

אויס מענטש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 5:59 pm

· #139072
אז די רעדסט שוין וועגן די בילד.
עס האט זיך געטון הימל און ערד וועגן דעם בילד, מען זאגט אז עס איז א פאטא שאפ, כלומרשט פון שווייץ און מען דערקענט איז אין בני ברק

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 6, 2013 10:08 pm

· #139149
אויס מענטש
אז די רעדסט שוין וועגן די בילד.
עס האט זיך געטון הימל און ערד וועגן דעם בילד, מען זאגט אז עס איז א פאטא שאפ, כלומרשט פון שווייץ און מען דערקענט איז אין בני ברק

קליק דא פאר מער
בלאט: 1 2