וועלכע'ס איז דיין נומערע איינס פובליקאציע/אויסגאבע?
53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2059
וועלכע'ס איז דיין נומערע איינס פובליקאציע/אויסגאבע?
כמעט קיינער ליינט נישט א יעדן איינציגסטן אידישן פובליקאציע וואס מ'קען נאר קויפן ביים ניוזסטענד {און מיט 'אידיש' מייניך לאו דווקא דעם אידישן שפראך וק"ל}, דערפאר שטעלעך נישט די פראגע אינעם קעפל: "וועלכער איז דיין פעיווארעט פובליקאציע/אויסגאבע?"... וואס וואלט נאר געטראגן עפעס ממשות ווען איינער לייענט טאקע אלעס, ממש אלעס, און ער וועהלט אויס פון אלע דאס בעסטע.
די שאלה איז וועלעכער איז דיין נומער איינס פובליקעישען וואס וואלטסט דערויף נישט מוותר געווען בשו"א. נעמליך, אויב זאל דיר איינער זאגן אז אלע אלע אלע אידישע און אנגלא אידישע צייטונגען/מאגאזינען/דזשורנאלן וועכענטליכע חודש'ליכע טעגליכע ביי-וויקלידיגע, גייט מען פשוט... צומאכן! און איר קענט אויסוועהלן בלויז איין פון די אלע וואס זאל בלייבן, וועלכע וואלסטע אויסגעוועלט זאל בלייבן ביים לעבן און פארוואס?
צו געבן אן איידיע פון וואס מ'רעדט, אלע סארטן אויסגאבעס.
יתד נאמן, מעלות, דבר בעטו, דבר יום ביומו (יא! כאפסט?) המספיק גאזעטע, מחנה החרדי, שאפפערס רוט, אוצר, בקהילה (העברעעיש איז אויך אריינגערעכענט) די צייטונג... אלע סארטן פון אלע קרייזן אין אלע פארמאטן! פון גלאססי בילדער מאגאזינען ביז'ן פאפיר'נעמסט'ן בלעטעל, חוץ גויאישע פובליקאציעס.
און ווי ערווענט מיינט עס דייקא נישט אז ס'איז לשיטתך דאס געלונגענסטע פובליקאציע. למשל איינער וועט ענדערש אויסוועהלן א וועכענטליכע צייטונג אפילו ער האלט אז דער שטערן איז זיין פעיוואריט פובליקאציע.
נאכן אויסוועהלן דעם ערשטן אויסוואהל, לייגט אויך צו דעם צווייטן טשויס, און אויך פארוואס. (אבער מער נישט)
משום המתחיל במצווה אומרים לו גמור, וועליך שפעטער שרייבן מיינע אוסוואהלן.
{און אגב, איינער וואס לייענט טאקע יא אלעס אדער גאר גאר אסאך וואלט יא געמעגט שרייבן זיין "פעיווארעט"}
ביטע נישט רוקן פון די אפטיילונגען "קולטור" און "געזעלשאפט", ס'איז איבער "אונדז" נישט איבער דעם
"אויסגאבע" (וואס דאן וואלט איך עס אריינגעשטעלט אינעם מידיע פארום)
זרלע גייסט דאך סייווי זאגן 'דער איד' איז צו וואס פעלט אויס דעם שפיל?
ס'נישט קיין שפיל, איך בין מסכים נישט צו זאגן מיין אויסוואהל. איך וויל הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן. איך קען בלייבן שטיל אויף אן אמת! און לכבודך וועליך טאקע אזוי טון! להוציא מליבך אז איך מיין דא א שפיל.
אלע מעגן זיך פארמאכן. כל זמן סבלייבט איבער אינטערנעט.
דער מעלות טאר זיך נישט פארמאכן. עס מעג דאך זיין לכל הפחות איין פרומער אויסגאבע וואס גיט יא חשיבות פארן נוצן דעם אייגענעם גאט-באשאנקענעם ראציאנאל, כאטש אויף א מאדנע אופן.
(ווען מען קען ווען אויך שרייבן ענגלישע אויסגאבעס וואלט איך געשריבן דזשואיש פּרעס).
הציץ ונפגעדער מעלות טאר זיך נישט פארמאכן. עס מעג דאך זיין לכל הפחות איין פרומער אויסגאבע וואס גיט יא חשיבות פארן נוצן דעם אייגענעם גאט-באשאנקענעם ראציאנאל, כאטש אויף א מאדנע אופן.
(ווען מען קען ווען אויך שרייבן ענגלישע אויסגאבעס וואלט איך געשריבן דזשואיש פּרעס).
מ'קען שרייבן אנגלא-אידישע!, כ'האב געמאכט א תיקןן טעות. כא'געמיינט צו זאגן
ענגליש/גויאישע איז נישט אריינגערעכנט.
אויב אזוי שרייב איך דזשואיש פרעס.
נאכן טראכטן אביסל כאפ איך זיך אז איך קען נישט שרייבן דזשואיש פרעס ווייל דאס איז מיין פעיוואריט, נישט נומער איינס. מעלות איז נומער איינס.
אויב לייענט מען גאר אסאך פובליקאציעס מעג מען (זאל מען!) אויך שרייבן א פעיוואריט. דו קוקסט אויס ווי אן אנגעליינטער...
הציץ, לייג אויך צו דעם "פארוואס" צו דיין דזשואיש פרעסס אויסוואהל. א דאנק
זר זהבכמעט קיינער ליינט נישט א יעדן איינציגסטן אידישן פובליקאציע וואס מ'קען נאר קויפן ביים ניוזסטענד {און מיט 'אידיש' מייניך לאו דווקא דעם אידישן שפראך וק"ל}, דערפאר שטעלעך נישט די פראגע אינעם קעפל: "וועלכער איז דיין פעיווארעט פובליקאציע/אויסגאבע?"... וואס וואלט נאר געטראגן עפעס ממשות ווען איינער לייענט טאקע אלעס, ממש אלעס, און ער וועהלט אויס פון אלע דאס בעסטע.
די שאלה איז וועלעכער איז דיין נומער איינס פובליקעישען וואס וואלטסט דערויף נישט מוותר געווען בשו"א. נעמליך, אויב זאל דיר איינער זאגן אז אלע אלע אלע אידישע און אנגלא אידישע צייטונגען/מאגאזינען/דזשורנאלן וועכענטליכע חודש'ליכע טעגליכע ביי-וויקלידיגע, גייט מען פשוט... צומאכן! און איר קענט אויסוועהלן בלויז איין פון די אלע וואס זאל בלייבן, וועלכע וואלסטע אויסגעוועלט זאל בלייבן ביים לעבן און פארוואס?
צו געבן אן איידיע פון וואס מ'רעדט, אלע סארטן אויסגאבעס.
יתד נאמן, מעלות, דבר בעטו, דבר יום ביומו (יא! כאפסט?) המספיק גאזעטע, מחנה החרדי, שאפפערס רוט, אוצר, בקהילה (העברעעיש איז אויך אריינגערעכענט) די צייטונג... אלע סארטן פון אלע קרייזן אין אלע פארמאטן! פון גלאססי בילדער מאגאזינען ביז'ן פאפיר'נעמסט'ן בלעטעל, חוץ גויאישע פובליקאציעס.
און ווי ערווענט מיינט עס דייקא נישט אז ס'איז לשיטתך דאס געלונגענסטע פובליקאציע. למשל איינער וועט ענדערש אויסוועהלן א וועכענטליכע צייטונג אפילו ער האלט אז דער שטערן איז זיין פעיוואריט פובליקאציע.
נאכן אויסוועהלן דעם ערשטן אויסוואהל, לייגט אויך צו דעם צווייטן טשויס, און אויך פארוואס. (אבער מער נישט)
משום המתחיל במצווה אומרים לו גמור, וועליך שפעטער שרייבן מיינע אוסוואהלן.
{און אגב, איינער וואס לייענט טאקע יא אלעס אדער גאר גאר אסאך וואלט יא געמעגט שרייבן זיין "פעיווארעט"}
ביטע נישט רוקן פון די אפטיילונגען "קולטור" און "געזעלשאפט", ס'איז איבער "אונדז" נישט איבער דעם
"אויסגאבע" (וואס דאן וואלט איך עס אריינגעשטעלט אינעם מידיע פארום)
I like the YETED N-MN but since the "Dee Tzeintung changed its ownership & its format I like it too !
דער "צייטונג" האט נישט געטוישט אונערשיפ, ס'איז אלעס ווי אייביג.
וואס זאל איך דיר זאגען? עס גייט נישט אריבער א חודש וואס איך זאל נישט דורכליינען פון דאשקע צו דאשקע ד מעלות, די שטערן, די שפאקטיוו, די אוצרות, שערי ציון, אויף די וועכנטליכע בין איך נישט מקפיד און דאס איז מיין כלל מי שטרח יאכל ווער עס לייגט אריין ארבעט דערקענט זיך עס און עס מען שעצט עס . אדרבא איך פורביר אויס אנדערע אידישע פובליקאציעס צו זען אויב איך פארפאס עפעס
און צו דיר זר'ל זאג איך איך בין נישט גרייט אז עס זאל ווערן פארשפארט קיין איינס אנגעפאנגען פון די נייעס פון לוח הציבור און נישט ביז לוח המודועות דיין פראגע איז נישט אקטועל סארי
גוטזאגער, איך האב דיר נישט געפרעגט צי דו ביזט גרייט צי נישט! איך האב גערעדט הייפאטערעקלי אז מ'גייט פארמאכען אלעס אחוץ איינס צי דו ווילסט צי נישט!
יעצט נעם א טיפן אטעם, מאך זיך א הייסן טיי און זיפ אריין, און זיי מצמצם דעם מוח און טראכט וועלכע איר וואלט אויסגעוועהלט צו בלייבן אפען, און פארוואס? און אויך שרייב דעם 2'טן אויסוואהל און פארוואס?
טעיק יור טיים ענד קאם בעק וויט יור דעסיזשין...
זיידעטשקעמיין נומער 1 איז די צייטונג
און דאס וואלסטו אויסגעוועהלט פון אלעס? געדענק גייסט בלייבן נאר מיט איין פובליקאציע! --- און שרייב אויך אראפ פארוואס דעם צייטונג? און אויך דעם 2'טן אויסוואהל (אויב איר ווילט)
מיין נומבער 1 איז המודיע. פארוואס? ווייל ס'האט אלעס, ענין בנין קנין, אינטערנעשאנעל, נעשאנעל און ס'הונדרעט מאל מער פראפעשאנעל וואו יתד, איד, בלאט, צייטונג וכו'.
דאס איז מיט צייטונגען. פון מאגאזינען איז מיין נומער 1, א טיי צווישן בקהילה און משפחה (אין עברית). ביידע ווייל זיי האבן אייביג א רייכע תוכן פון ארטיקלן, פאליטיק (איזרעילי - כ'האב עס זייער ליב), און קארענט איווענטס.
שקויעך. יעצט וועלכע וואלסטע אויסגעוועהלט צווישן דעם המודיע בקהילה און משפחה? מ'קען נאר איין!
און אויך זאג דיין 2'טן אויסוואהל, א דאנק
זייער א טאף טשויס. כ'דארף טראכטן 3 טעג און 3 נעכט.
איך לויף נישט אוועק.
און איך דארף 3 חדשים. טאף טשויס אינדיד.
אויף אידיש - מעלות. די איינציגסטע (בושות!) עכט פראפעסיאנעלע אידישע אויסגאבע.
אויף ענגליש - משפחה. אינטערעסאנט, אינהאלטספול, און עס האט פאר יעדן א ביס. און יא, אויך ערליך.
שמעקעדיגאון איך דארף 3 חדשים. טאף טשויס אינדיד.
ווען איך ווייס ווען וואלט איך געפרעגט 3 חדשים צוריק... 😉
יאיראויף אידיש - מעלות. די איינציגסטע (בושות!) עכט פראפעסיאנעלע אידישע אויסגאבע.
אויף ענגליש - משפחה. אינטערעסאנט, אינהאלטספול, און עס האט פאר יעדן א ביס. און יא, אויך ערליך.
מוזט אויסוועהלן "איינס".
נאכדעם לייג צו א צווייט'ס.
מבאר רבותינו
= ס'מאכט מיך לאכן יעדע וואך.
למשל די וואך איז געווען באריכטעט איבער א חתן וואס קען בבלי ירושלמי מדרשים, שו"ע וכל הפוסקים
רעדסט פון די נאנאשע תורה בלעטל? זיי האבן נייעס?
לאדיך אפזייער א טאף טשויס. כ'דארף טראכטן 3 טעג און 3 נעכט.
מארגן נאכט באקומען מיר אן ענטפער...
עמי.
עמי האט די מערסטע אינטרעסאנטע ארטיקלען פאר עדאלטס.
לאדיך אפמיין נומבער 1 איז המודיע. פארוואס? ווייל ס'האט אלעס, ענין בנין קנין, אינטערנעשאנעל, נעשאנעל און ס'הונדרעט מאל מער פראפעשאנעל וואו יתד, איד, בלאט, צייטונג וכו'.
דאס איז מיט צייטונגען. פון מאגאזינען איז מיין נומער 1, א טיי צווישן בקהילה און משפחה (אין עברית). ביידע ווייל זיי האבן אייביג א רייכע תוכן פון ארטיקלן, פאליטיק (איזרעילי - כ'האב עס זייער ליב), און קארענט איווענטס.
נאר משפחה./עברית ווען ס'קומט צו אמעריקאנער נייעס מאכן זיי א קוגל און מישן אויס די יוצרות. סיי ביי די פרשה פון לייבי קלעצקי ע"ה און אנדערע אישוס, מישן זיי אויס פערזענליכקייטן און אויך פאקטן. ס'איז דא אן אדמו"ר וואס וואוינט אין אמעריקע אויף וועמען זיי האבן שוין צוויי מאל געשריבן אז ער איז נפטר געווארן. דערווייל לעבט ער ב"ה עמו"ש.
מיין נומ ער איינס איז "דער איד", אויב זאל איך דארפען קלויבען נאר איינס איז עס "דער איד", אמאל פלעג איך קויפען דער איד, די צייטונג, און צומאל נאך אנדערע, זינט זיי האבען איבערגעארבעט דער איד איז עס אזא געלונגענע זאך וואס איך האלט ער האט נישט קיין קאנקורענט אין אידישע ליין מארק, אינטרעסאנט, באלערנד, הערליכע גראפיקס, און אויף הויכע ניווא, די אידענע מיט די מיידלעך כאפען דעם "פאמיליע" אפטיילונג, דער "ערענסטער" טאטע נעמט די תורה אפטיילונג, די יונגלעך און בחורים כאפען זיך צו צום קהילות און מוסדות אפטיילונג, און אלע שטייען אין די רייע צו ליינען דעם גרויסען דיקען "איד" וואס האט אלעס, פון בילדער, נייעס און וואס נישט? .. און דאס גייט אין אלע שטיבער פון האנט צו האנט.. ס'האט גענומען צייט, אבער זיי האבען עס באוויזען...
פרענטש וואנילעמיין נומ ער איינס איז "דער איד", אויב זאל איך דארפען קלויבען נאר איינס איז עס "דער איד", אמאל פלעג איך קויפען דער איד, די צייטונג, און צומאל נאך אנדערע, זינט זיי האבען איבערגעארבעט דער איד איז עס אזא געלונגענע זאך וואס איך האלט ער האט נישט קיין קאנקורענט אין אידישע ליין מארק, אינטרעסאנט, באלערנד, הערליכע גראפיקס, און אויף הויכע ניווא, די אידענע מיט די מיידלעך כאפען דעם "פאמיליע" אפטיילונג, דער "ערענסטער" טאטע נעמט די תורה אפטיילונג, די יונגלעך און בחורים כאפען זיך צו צום קהילות און מוסדות אפטיילונג, און אלע שטייען אין די רייע צו ליינען דעם גרויסען דיקען "איד" וואס האט אלעס, פון בילדער, נייעס און וואס נישט? .. און דאס גייט אין אלע שטיבער פון האנט צו האנט.. ס'האט גענומען צייט, אבער זיי האבען עס באוויזען...
איך באוואנדער דיין אומפארטיישקייט
[ציטאט אראפגענומען]
😂 😂 😂 😂
👍 👍 👍
😃 😃 😃 😃 😃
🙂 🙂 🙂 🙂 🙂
😎 😎 😎 😎
Ami
מעלות
פרענטש וואנילעמיין נומ ער איינס איז "דער איד", אויב זאל איך דארפען קלויבען נאר איינס איז עס "דער איד", אמאל פלעג איך קויפען דער איד, די צייטונג, און צומאל נאך אנדערע, זינט זיי האבען איבערגעארבעט דער איד איז עס אזא געלונגענע זאך וואס איך האלט ער האט נישט קיין קאנקורענט אין אידישע ליין מארק, אינטרעסאנט, באלערנד, הערליכע גראפיקס, און אויף הויכע ניווא, די אידענע מיט די מיידלעך כאפען דעם "פאמיליע" אפטיילונג, דער "ערענסטער" טאטע נעמט די תורה אפטיילונג, די יונגלעך און בחורים כאפען זיך צו צום קהילות און מוסדות אפטיילונג, און אלע שטייען אין די רייע צו ליינען דעם גרויסען דיקען "איד" וואס האט אלעס, פון בילדער, נייעס און וואס נישט? .. און דאס גייט אין אלע שטיבער פון האנט צו האנט.. ס'האט גענומען צייט, אבער זיי האבען עס באוויזען...
איך קען נישט פארשטיין איינער זאל שפענדן 2 א האלב טאלער אויפן איד. עס איז טאקע אן ערנסטער צייטונג מיט אסאך מעלות, אבער אז כ'ליין שוין ערנסטע ארטיקלען וועל איך עס ענדערש ליינען אינעם אריגינעלעם עברית אדער ענגליש ווי אין אן איבערגעזעצטן ענגליש. כ'האב פאריגע וואך געקויפט לכבוד האריקעין סענדי און כ'בין געוואויר געווארן זערא חדשות. אלעס האב איך שוין געהאט געוואוסט פון ליינען אנליין.
היסטאריקערמעלות
כמה שכתוב "שנראה כל אחד
מעלות וכו׳"
אנאנים, גוט געזאגט.
אזא איינער ווי איך, הגם כ'קען גאנץ א פיינעם ענגליש, און כ'האב שוין צוזאמעגעליינט א געוואלד, געדויערט עס מיר נאך אלץ דאפעלט אדער טריפעלט אזויפיל צייט ווי אידיש, ווער רעדט נאך פון עברית.
זיי קעיטערן (כמעט) אלעס וואס א היימישער חסיד'ישער איד ברויך צו וויסן. זיי פילטערן שוין די זאכן (וואס זיי רופן כסדר "הרחק מן הכיעור"...) און ברענגען מיר און מיינע קינדער כשלחן הערוך רוב ענינים וועלכע קענען נוגע זיין פאר מיר.
שטעל דיר פאר אז דו פרעגסט אויף א ליקוט ספר (להבדיל), כ'קען נישט פארשטיין מענטשן וואס קויפן דאס, מען קען דאך אלעס לערנען ממקור ראשון.
זמן נומער איינס. ווייל ער האט אינטערעסאנטע ארטיקלען, און ווען איך האב אפגעליינט אן ארטיקל, פיל איך אז איך האב עפעס קונה געווען. איך האב א ידיעה אין דעם ענין, איך קען עס דיסוקסירן מיטן א צווייטן, איך האב א יסוד אויף וואס צו בויען אויב איך וויל אויסברייטערן מיינע ידיעות אין דעם ענין.
נומער צוויי: מעלות. ווייל עס איז אינטערעסאנט, תוכנ'פול, תורה'דיג און נישט קינדיש און בעביש, און זיי רירן זיך נישט צו צו קיין פאליטיק.
און איך קען גאר גוט ענגליש! אבער איך נעם בשיטה נישט אריין אין מיין שטוב קיין שום אנגלא-אידיש פובליקאציע!
בשיטה? וועלכע שיטה? פון נישט ספענדן געלט?
דיין ווייב וואלט זיך באלעקט מיט א בינה, אויב גלייכט זי צו לעזן.
שמעקעדיגבשיטה? וועלכע שיטה? פון נישט ספענדן געלט?
דיין ווייב וואלט זיך באלעקט מיט א בינה, אויב גלייכט זי צו לעזן.
אוי ביזטו ראנג! מיין ווייב איז נישט קיין גרויסער ליינער אבער אויב יא, וויל זי דווקא אידיש. און זי איז נישט א פרומער. נאר זי, מיט דער טיפיקעל פרוי וואס ליינט בינה, זענען אזוי ווי 2 פארקערטע מאגנעטן.
ניין נישט געלט איז מיין אישו. ס'איז 'ציונות' און 'ענגליש'.
בינה האט נישט קיין ציונות.
און ענגליש ליינסטו דאך פיל מער אויפן וועב, ערגערע ענינים ווי די בינה!
איך בין נישט אינטערעסירט אין בינה. און וואס איך ליין אויפ'ן וועב קומט פונעם גוי. פונעם גוי וועליך נעמען 'ענגליש', נישט פון א איד. -- כ'מיין אז איר כאפט נישט מיין פוינט בכלל.
פרענטש וואנילעמיין נומ ער איינס איז "דער איד", אויב זאל איך דארפען קלויבען נאר איינס איז עס "דער איד", אמאל פלעג איך קויפען דער איד, די צייטונג, און צומאל נאך אנדערע, זינט זיי האבען איבערגעארבעט דער איד איז עס אזא געלונגענע זאך וואס איך האלט ער האט נישט קיין קאנקורענט אין אידישע ליין מארק, אינטרעסאנט, באלערנד, הערליכע גראפיקס, און אויף הויכע ניווא, די אידענע מיט די מיידלעך כאפען דעם "פאמיליע" אפטיילונג, דער "ערענסטער" טאטע נעמט די תורה אפטיילונג, די יונגלעך און בחורים כאפען זיך צו צום קהילות און מוסדות אפטיילונג, און אלע שטייען אין די רייע צו ליינען דעם גרויסען דיקען "איד" וואס האט אלעס, פון בילדער, נייעס און וואס נישט? .. און דאס גייט אין אלע שטיבער פון האנט צו האנט.. ס'האט גענומען צייט, אבער זיי האבען עס באוויזען...
מיר איז אינטערסאנט וואס די זעהסט אלס אונעם איד,
אבער עיקר שכחת - די קויפטס דער איד ווייל עס דעקט דיין קהילה/פארטיי
לאז די אלע בעלאני אין א זייט
(שטעל דיך פאר ווען איך זאל שרייבן
מיין נומ ער איינס איז "דער בלאט", אויב זאל איך דארפען קלויבען נאר איינס איז עס "דער בלאט", אמאל פלעג איך קויפען דער איד, די צייטונג, און צומאל נאך אנדערע, זינט ס'איז ארויסגעקומען דער בלאט איז עס אזא געלונגענע זאך וואס איך האלט ער האט נישט קיין קאנקורענט אין אידישע ליין מארק, אינטרעסאנט, באלערנד, הערליכע גראפיקס, און אויף הויכע ניווא, די אידענע מיט די מיידלעך כאפען דעם "בילדער" אפטיילונג, דער "ערענסטער" טאטע נעמט די אוצרות אפטיילונג, די יונגלעך און בחורים כאפען זיך צו צום ציבור אפטיילונג, און אלע שטייען אין די רייע צו ליינען דעם גרויסען דיקען "בלאט" וואס האט אלעס, פון בילדער, נייעס און וואס נישט? .. און דאס גייט אין אלע שטיבער פון האנט צו האנט.. ס'האט גענומען צייט, אבער זיי האבען עס באוויזען...)
איך האב נישט געוויסט אז מעלות האט אזויפיל ''קאווע שטובל'' ליינער
אגב, פארוואס זאגען מענטשן אז מעלות איז אביסל פארטעמפד?
איך ליין מעלות אויך, צומאל קומט מיר אריין די "ליכטיגע היים" אויכעט א נייע הערליכע אויסגאבע, די ענגלישע פובליקאציעס לאז איך נישט אריין אינדערהיים, אבער אויב זאל מען דארפען אויסקלויבען נאר איינס, גיי איך צוריק צו מיין אויסוואל, "דער איד" וואס איז א כרכא דכולא ביה, ס'האט אלעס, און "ווען איך זאג אלעס, מיין איך אלעס"...
[ציטאט אראפגענומען]
גוט געזאגט, שיטה. עס איז מערקווירדיג אז דוקא איינע פון די פרומסטע אויסגאבעס איז די מערסטע פראפעסיאנעל. עס איז ממש א בושה און א חרפה אז קיין איין אנדער אידישע אויסגאבע קען זיך נישט צושטעלן צו די פשוט'ע גראמאטיק כללים און האבן געשמאקע, פראפעסיאנעלע שרייבעריי. עס זעט אויס ווי די אידיש שרייבערס קען נישט אריינגיין אין קאפ וואס עס באדייט דער קונסט פון שרייבן. אדער טראסקעט מען אריין הונדערט דראמאטישע ווערטער ווי געכאפט געלאפן גדערשראקן פארפרוירן דערציטערט, אדער שרייבט מען אויסגעצויגן ווי "חנה האט געטראכט אראפצולייגן דעם פעדער, אבער זי האט נישט געוואלט, זי האט ווידעראמאל געטראכט, און ווידעראמאל האט זי אפגעווארפן דעם געדאנק, ענדליך איז איר געלונגען זיך צו שטארקן, און מיט א פלאטערדיגע הארץ האט זי אראפגעלייגט דעם פעדער."
מעלות פון היינט איז ווייט נישט וואס ס'איז געווען ביז א 7-6 יאר צוריק ווען רוב רובו ארטיקלען זענען געווען פון מעלות שרייבערס. היינט זענען רוב ארטיקלען פון דרויסענדיגע וואס שיקן אריין, אללביאיט ס'גוט מוגה.
אפגעזען ווער ס'זענען די שרייבער אין מעלות און וואס די ארטיקלען זענען, האלט זיך מעלות עד היום צו א פראפעשענל סטאנדארט, און אויך די בריוו פון ליינער ווערן איבער געגעבן פראפעשענל מיט די ריכטיגע גראמאטיג.
דער רוח פון מעלות איז טאקע זייער פרום, אבער גלייכצייטוג זייער שכל'דיג, דערפאר איז עס באליבט ביי אונזערע טיפזיניגע קאווע טרינקער אפילו די אויפגעקלערטע וועלעכע זענען נישט צופרידן פונעם סיסטעם.
מעלות איז פון די העכסטע אין קוואליטעט, גראמאטיק, און אינהאלט, אבער איך האב נישט אייביג צופיל געדולד דערצו, איך לאז עס פאר די ווייב.
דאן וואס איז "דיין" נומער איינס?
זר זהבדאן וואס איז "דיין" נומער איינס?
קאווע שטיבל