☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » נעגל וואסער = נטילת ידיים שחרית: דער מקור פון דעם נאמען

נעגל וואסער = נטילת ידיים שחרית: דער מקור פון דעם נאמען

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2058

שלזינגרוביץ » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 7:05 pm

· #50768
נעגל וואסער = נטילת ידיים שחרית: דער מקור פון דעם נאמען
א גוטע וואך אייך אלעמען,

און יידיש איז באקאנט די הלכה פון נטילת ידיים שחרית אלץ "נעגל וואסער". כ'האב געזוכט און געפארשט און שולחן ערוך או"ח און אין די נושאי כלים און כ'האב נישט געפונן קיין מקור אז דאס האט עפעס צוטאן מיט די נעגל דווקא.

פרעג זיך די פראגע פון וואנען האבן אונזערע עלטערן און עלטערנס עלטערן גענומען אט דעם טרמין: "נעגל וואסער"?

געפילטע פיש » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:11 pm

· #50783
שטייט נישט אז אינדערפרי גייט די טומאה אריין אין די שפיץ נעגל?

הציץ ונפגע » מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 9:49 pm

· #50797
כ'האב בקבלה הלכה למאשקע בקרעטשמע אז א יעדער מנהג וואס האט א אידישער נאמען (אפשערין, יארצייט-ליכט א.ד.ג.) איז פשט אז עס האט א שפעטע שורש, דאס הייסט נאך די צייטן וואס אידיש איז שוין געווען דער שטייגער ביי כלל ישראל (דאס קומט אויס בערך אין די מיטעלע צייטן פון די אשכנז'ישע ראשונים. זעט אויס אז ס'ענין פון נעגל וואסער האט אויך אזא שפעטער שורש.

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:09 am

· #50894
געשניטענע נעגל האט קליפה'ס אבוויעסלי ,ס'מאכט דאך מפיל זיין.
די וואסער וואס מען וואשט אינדערפרי איז דאך אויך פאר כליפה'ס לויט די מקובלים.
נא מסתם זענען זיי נאר אין די נעגל.

להבדיל דזשערמס זאמעלן זיך אויך אין די נעגל.

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:43 am

· #50912
איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס די אבארשען קליניקס שפענדען אזוי סאך געלט אויף זייערע פראצעדורן, איינער זאל זיי גיין זאגן די געשניטענע נעגל עצה.

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:00 am

· #50919
געפילטע פיש
איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס די אבארשען קליניקס שפענדען אזוי סאך געלט אויף זייערע פראצעדורן, איינער זאל זיי גיין זאגן די געשניטענע נעגל עצה.

ס'ארבעט נאר אויף ניינציג פראצענט. זיי דארפן עפעס וואס ארבעט אויף הונדרעט.

בכלל נאר אויב מגלייבט ארבעטען די זאכן.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:40 am

· #50946
די גאנצע נעגל פאביע קען מען אפלאכן.
וואס וועט פאסירן אז דו שניידסט פון די הענט און די פוס דעם זעלבן טאג?
אדער אויב דו שניידסט כסדרן, נישט בדאג"ה?
נישט אלעס פארשטייען מיר. און לאמיר פאלגן בתמימות וואס שטייט אין שו"ע.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:44 am

· #50950
און וואס געשעט אויב מ'שניידט די נעגל אום חול המועד אויב ס'ריזיג לאאאאאנג?

נולד מאוחר » זונטאג אקטאבער 14, 2012 2:59 am

· #50977
שמעקעדיג
די גאנצע נעגל פאביע קען מען אפלאכן.
וואס וועט פאסירן אז דו שניידסט פון די הענט און די פוס דעם זעלבן טאג?
אדער אויב דו שניידסט כסדרן, נישט בדאג"ה?
נישט אלעס פארשטייען מיר. און לאמיר פאלגן בתמימות וואס שטייט אין שו"ע.

איך ווייס נישט אויב מאן דקפיד קפיד , אבער מאן דלא קפיד ווייס איך קלאר גארנישט פאסירט.

שלזינגרוביץ » זונטאג אקטאבער 14, 2012 3:38 am

· #50981
כ'מיין אז הציץ ונפגע איז גערעכט און א געוויסע מאס. וויבאלד די נאמען "נעגל וואסער" געפונט זיך נאר אין יידיש, און מערקווירדיק ס'האט נישט קיין פאראלעל און לשון קודש אדער און אראמעיש, פון דאנען איז א ראיה לכאורה אז די נאמען "נעגל וואסער" שטאמט אפשר פון פרעמדע מקורות.

שיטה מקובצת'ס טענה אז תפילין איז אן אראמעיש ווארט איז נישט קיין טענה. א. דאס קומט פון לשון 'תפלה', ס'איז עכט לשון קודש. ב. די שאלה איז דא נישט אויף דעם גוף הלכה - נאר אויף דעם משונדיקן מאדנע יידישע נאמען.

און לגבי דעם ענגלישן ארטיקל, דורכלויפנדיק האב איך נישט געזען אז ער רעדט פון די נעגל בדווקא.

די טענה אז די טומאה בלייבט נאר אויף די נעגל איז ניט ריכטיג ווייל מ'דארף וואשן די גאנצע הענט און נישט נאר די נעגל.

יישר כוח אייך אלעמן פאר איירע רייד.

איחוד פעלד » זונטאג אקטאבער 14, 2012 9:11 am

· #51007
אינטרעסאנט אז אין היברו בוקס ווען מען מאכט א סערטש אויף נעגעל וואסער קומט אויף א ריזאלט פין הפרדס ווי א שרייבער יז מעורר די מננטשען אז הגם עס הייסט נעגעל וואסער, דארף מען וואשען די גאנצע האנט, און נישט בלויז די נעגעל, ער שרייבט דארט אז אסאך מענטשען מאכען די טעות און מיינען אז מען דארף נאר די נעגעל וואשען.
עס קומט אויך אויף א שאלה אז פרויען דארפען נישט קיין נעגעל וואסער.

פערינא » זונטאג אקטאבער 14, 2012 11:18 am

· #51022
מקען אפשר שפאקעלירען אז מריפט דאס נעגיל וואסער אלס א רמז אז די הארבקייט דערפון און די אויסידי וואס פאלגט נאך דערפון, אזויווי קאווארן די וואסער אז ריחות זאלן נישט שולט זיין דערויף, אדער נישט אראפ לייגען די פיס אויפען פלאר משום חמירא סכנתא מאיסורא, וואס מאנכע אטריביוטען צום זוהר איז אויסגעזויגען פון פינגער. ההולך ד' אמות בלי נטילת ידיים איז חייב מיתה, האט די חזון איש פרייליכערהייט ציגעלייגט, "והוא שהרג את הנפש" ער איז חייב מיתה אויב האט ער בשעתן וואקען די ד אמות פארשעמט זיין חבר אין עובר געווען אויף לא תרצח.

איך סעדזשעסט אז מזאל לויפען א פאל צו זעען וויפיל פון אונזער מעמבערס וואשען זיך ביים בעט. ביי מיר אין שטוב האב איך עס נישט אינפארסט. כל הבית כד' אמות.

No_name » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:44 pm

· #51111
געפילטע פיש
איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס די אבארשען קליניקס שפענדען אזוי סאך געלט אויף זייערע פראצעדורן, איינער זאל זיי גיין זאגן די געשניטענע נעגל עצה.



און עי-טיים ארבייט אימערמידלעך צו שאפן קוואטער פאר זייערע פאציענטן

מענין לענין זאגט מיר איינער אז יעצט נאך יו"ט וועלן אלע וואס האבן געקויפט פתיחת הארון, קענען באצאלן פארן שמש מיט מעדיקעיד..

שלזינגרוביץ » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:46 pm

· #51116
כ'בין נישט קיין היסטאריקער, און אפילו ווען איך וואלט יא געווען האב איך נישט ביי מיר און שטוב, און אויך נישט און די לייברעריס ווא איך דריי מיך, גענוג אלטע הלכה ספרים אויף יידיש. כ'מיין אז מ'דארפ פשוט געפונן ווער זענען די ערשטע מחברים וולעכע האבן זיך גענוצט מיט דעם טערמין "נעגל וואסער" - און אז מיר וועלן דאס געפונן אפשר וועט מען קענען טרעפן דעם פתרון פון די שאלה.

כ'האב כמעט פארגעסן נאך אזאך: ווען איך קען ווען דייטשיש וואלט איך געפרווט זוכן א פאראלעל אט אין די טמאנע שפראך.

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:58 pm

· #51138
שמעקעדיג
די גאנצע נעגל פאביע קען מען אפלאכן.
וואס וועט פאסירן אז דו שניידסט פון די הענט און די פוס דעם זעלבן טאג?
אדער אויב דו שניידסט כסדרן, נישט בדאג"ה?
נישט אלעס פארשטייען מיר. און לאמיר פאלגן בתמימות וואס שטייט אין שו"ע.

פון בדאג"ה האט שוין די אריז"ל אפגעלאכט, וועלן מיר נישט זיין די ערשטע אפצולאכן.

איחוד פעלד » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 11:19 am

· #51492
לויט די הלכה איז אפילו צום עסען גענוג צו וואשען נאר די פינגערס. אויב אזוי פארוואס הייסט עס נטילת ידים און נישט נטילת אצבעות?

שלזינגרוביץ » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 12:01 pm

· #51529
איחוד פעלד, זייט מיר געזונדט און שטארק. דער טערמין 'נטילת ידיים' ווערט שוין דערמאנט און די משנה און דעם לשון ממש אבער דער טערמין 'נעגל וואסער' איז אויסגעטראכט געווארן מסתמא אין די לעצטע פאר הונדערט יאר ביי אשכנזישע יידן. און דאס מאכט א היפשע ביסל אן אונטערשיידונג. און די שאלה איז נאך ביז איצט געבליבן אן א ענטפער.

יאסל ראקאווער » מיטוואך מאי 18, 2016 10:47 pm

· #333668
ס'איז מיר פונקט אינטערגעקומן נאכאמאל די באקאנטע אגרת השבת פון די אבן העזר <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2633">viewtopic.php?f=8&t=2633&hilit=</a><!-- l -->אגרת+אבן

און דיסקאטירט דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/8133">viewtopic.php?f=13&t=8133&hilit=</a><!-- l -->אגרת+אבן&start=25

מתוך דבריו ליינט זיך די בריוו:

"ואיקץ, ותתפעם רוחי עלי, ונפשי נבהלה מאד, ואקום, וחמתי בערה בי, ואלבש בגדי, וארחץ ידי, ואוציא חוצה הספרים לאור הלבנה, והנה שם כתוב פירוש:
"ויהי ערב ויהי בקר"

זעט מען קלאר מתוך דבריו אז ער האט געוואשן נעגל וואסער/ נטילת ידיים נאך זיך אנטון די קליידער צופרי.

עסקן בדברים » מיטוואך מאי 18, 2016 11:17 pm

· #333674
די שאלה איז נישט אויפ'ן נאמען. די נאמען נעגל וואסער איז זייער קלאר. ס` obvious אז די אריגינעלע מנהג איז געווען צו וואשען נאר די שפוץ פינגער. די שאלה איז נאר פון ווי דער מנהג איז געקומען.

כפתור » מיטוואך מאי 18, 2016 11:31 pm

· #333675
יאסל ראקאווער
ואלבש בגדי, וארחץ ידי..

זעט מען קלאר מתוך דבריו אז ער האט געוואשן נעגל וואסער/ נטילת ידיים נאך זיך אנטון די קליידער צופרי.


אין מוקדם ומאוחר..