☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » תורה רעקוועסט, כ'וויל א חומש רש"י אשכול ביטע

תורה רעקוועסט, כ'וויל א חומש רש"י אשכול ביטע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2050

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:06 pm

· #50102
תורה רעקוועסט, כ'וויל א חומש רש"י אשכול ביטע
איך זוך ארום אינעם גאנצן שטיבל וואו מ'קען שרייבן א רעקוועסט אויף וואס מ'וואלט ווען געוואלט זעהן באשריבן, נישט געטראפן. אזוי ווי ס'דא א דף היומי אשכול וויל איך ס'זאל זיין א חומש/חק אשכול וואו ידענים וועלן שרייבן שיינע פשטים אויף די פרשה פון די וואך, אדער קען מען עס איינשטעלן ס'זאל גיין לויט'ן סדר פונעם חק (דאן וועט דארנשטאג זיין אן איבערפליס...) אדער בעסער סתם אויף די פרשה.
ס'קומען שיינע סדרות אבער אויך שווערע, ס'וואלט געווען א גוטע זאך. -- אבער ס'טאר נישט אריינגיין אין חקירות איבער אמונה אד"ג! בלויז ווי ערליכע אידן לערנען חומש רש"י, יעדער זאגט וואס ער האט געזען דער אין כלי יקר דער אין רבינו בחיי דער פון חזקוני יענער פון מהר"ם ט"ב אא"וו. אלעס איז פעיר געים.

ס'וועט העלפן אידן לערנען חו"ר. כאב געעפענט אן אשכול פרשת תצא וועגן בן סורר ומורה פאר א וויץ, למעשה איז 'גאלד' געקומען און געשריבן א שיינע שטיקל פונעם כלי יקר, איך האב עס נאכגעקוקט און הנאה געהאט.

די ספרים אויף די פרשיות זענען פיהל מיט חיזוק און אמונה.

זאל איינער עפענען דעם חומש אשכול, און די אשכול פארמעקן (אדער נישט)

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:58 pm

· #50520
וואס עפעס חומש רש''י. וואס איז שלעכט חומש רשב''ם אדער חומש אבן עזרא. אדער גאר חומש סתם?

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:02 am

· #50521
אזוי איז דער לשון בני אדם. פון מיין זייט רוף עס חומש לקט בהיר

ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:04 am

· #50522
נולד מאוחר
וואס עפעס חומש רש''י. וואס איז שלעכט חומש רשב''ם אדער חומש אבן עזרא. אדער גאר חומש סתם?

אזוי שטייט אין שו"ע, און דער מג"א איז מסביר ווייל עס איז געבויעט אויף די גמרא.

נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:21 am

· #50527
ונבנתה העיר
נולד מאוחר
וואס עפעס חומש רש''י. וואס איז שלעכט חומש רשב''ם אדער חומש אבן עזרא. אדער גאר חומש סתם?

אזוי שטייט אין שו"ע, און דער מג"א איז מסביר ווייל עס איז געבויעט אויף די גמרא.

פאר מלערנט גמ' דארף מען וויסען וואס שטייט אין פסוק.
פאר עפעס א סיבה שטטייט נישט גמ' אין מקרא.

ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:35 am

· #50539
ר' יוסף קארו דינגט זיך.

לאדיך אפ » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:54 am

· #50557
די בעסטע עצה איז אז דו אליינס זא וועסט אנהייבן יט א גוט ווארט אויף די פרשה. אונז וועלן שוין פאללאוען.

זר זהב » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 12:58 am

· #50564
אקעי, כעל מארגן אריינקוקן.

נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:43 am

· #50573
ונבנתה העיר
ר' יוסף קארו דינגט זיך.

די פשטנים ראשונים דינגען זיך אויף ר' יוסף קארו. און לויט די רשב,,ם אין וישב איז דא א צד אז רשי אליין וואלט געהאלטען אנערש ווי ר יוסף קארו.

נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:47 am

· #50574
לאדיך אפ
די בעסטע עצה איז אז דו אליינס זא וועסט אנהייבן יט א גוט ווארט אויף די פרשה. אונז וועלן שוין פאללאוען.

צי זאגן א גוט ווארט אויף די פרשה נעמט און א געוויסע זין אוועק פין די ערענטסקייט פינעם טעקסט. סווערט אזא ווערטעל ביכל ח"ו. סמאכט שוואכ וואס שטייט באמת.
אסאך עדאלטס מיינען הקה את שיניו מיינט האק עם אויס די צאן.