☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » אינטערנעט סערוויס אויסוואלן און קאסט'ן

אינטערנעט סערוויס אויסוואלן און קאסט'ן

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2041

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 6:49 pm

· #49805
אינטערנעט סערוויס אויסוואלן און קאסט'ן
לעצטענס האט CABLE-VISION OPTIMUM געהויבן די פרייז פאר אינטענעט סערוויס, איך זוך א ביליגערע קעיבל
סערוויס. איך וויל נישט צאלן 50 א חודש.

וואס איז אייערע עקספיריענס?

נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 8:22 pm

· #49831
Time Warner 29.99 די שנעלרע פאר נאך פינעף דאלער.
די זאל איז אז time werner און קעבעל וויזען זענען איינגעטיילט לויט די געגענטער.א הויז וואס האט קעבלע וויזען קען נישט האבן טיים ווארנער.
אפשר ווערייזען וואלט געווען אן אפשין.

דרך אגב האלט איך אז די חבירים דא וואלטן זיך גערען משתתף געווען אין דיין אינטערנעט בילל. סאיז אונדזער הנאה דיין שרייבען דא.
נא פינעף דאלער די מצות, צען, פיפצען.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 8:27 pm

· #49835
קודם א לייק פאר'ן זיך וויסענדיג מאכן... איך האב זיך פונקט אנגעשטויסן אין טיים ווארנער נאכן מאכן א גוגל סוירטש. איך האב געזען די אפציע פון 34.99 פאר שנעלע אינטערנעט. וואס איז די 29.99 ? איז עס אזוי שנעל ווי די רעגולערע קעיבעל? און וואס מיינט דאס אז א הויז מיט קעיבעל וויזיאן קען נישט האבן טיים ווארנער? איך טאר נישט טוישן?

zurich » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:03 pm

· #49859
פארשאף דיר א אפטימאם קויד אין פטור אן עסק!!

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:38 pm

· #49920
דערויף מוז ער האבן עקסעס צו א האט-ספאט, (א שנעלע), און אויך אויב נוצט ער א דעסקטאפ, קומט ע"פ רוב נישט קיין ווייערלעסס אריינגעבויעט דערין, מען דארף צוקויפן א שטיקל דערצו. בקיצור, א קאפ ווייטאג.

zurich » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:52 pm

· #49924
שמעקעדיג
דערויף מוז ער האבן עקסעס צו א האט-ספאט, (א שנעלע), און אויך אויב נוצט ער א דעסקטאפ, קומט ע"פ רוב נישט קיין ווייערלעסס אריינגעבויעט דערין, מען דארף צוקויפן א שטיקל דערצו. בקיצור, א קאפ ווייטאג.

א קאפ ווייטאג אבער ס'לוינט זיך!!

לאדיך אפ » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:05 am

· #49932
וויאזוי פארשאפט מען אפטימום קאודס?

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:11 am

· #49935
שמעקעדיג
דערויף מוז ער האבן עקסעס צו א האט-ספאט, (א שנעלע), און אויך אויב נוצט ער א דעסקטאפ, קומט ע"פ רוב נישט קיין ווייערלעסס אריינגעבויעט דערין, מען דארף צוקויפן א שטיקל דערצו. בקיצור, א קאפ ווייטאג.

רוב האטספטס ארבעטן נאר אין-דאר, ניין? קוק דו מוזט זיין אין די בילדינג פון ווי דו כאפסט אויף אדער נאנט.

sunbar » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:59 am

· #49947
טאמער האסטו ווערייזאן טעלפאן סערוויס, וועט עס אויסקומען זייער ביליג

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:02 am

· #49948
?DSL

it not like cable

sunbar » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:04 am

· #49952
זר זהב
?DSL

it not like cable


יא, דאכט זיך מיר אז עס קאסט 19.99 אויב די ביסט א קאסטומער.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:05 am

· #49953
אפשר מיינט ער FIOS
עס איז טייערער אביסל אבער שנעלער ווי קעיבל
בפרט פאר אפ-לאודס.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:06 am

· #49954
but its slow net compered to cable

i dont want to downgrade

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:06 am

· #49955
שמעקעדיג
אפשר מיינט ער FIOS
עס איז טייערער אביסל אבער שנעלער ווי קעיבל
בפרט פאר אפ-לאודס.

יא, אבער ס'נישט אוועילעבעל איבעראל!

sunbar » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:22 am

· #49961
איך האב ווערייזאן רעגולאר אינטערנעט און איך צאל צוואנציג דאללער.

sunbar » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:22 am

· #49963
און אגב, עס ארבעט זייער שנעל...

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:33 am

· #49966
sunbar
איך האב ווערייזאן רעגולאר אינטערנעט און איך צאל צוואנציג דאללער.

אנלימיטעד?

sunbar » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:34 am

· #49967
יא

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:38 am

· #49970
sunbar
יא

אה ס' דייל אפ!

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:44 am

· #50039
זר זהב
לעצטענס האט CABLE-VISION OPTIMUM געהויבן די פרייז פאר אינטענעט סערוויס, איך זוך א ביליגערע קעיבל
סערוויס. איך וויל נישט צאלן 50 א חודש.

וואס איז אייערע עקספיריענס?

זיי האבן נישט געהעכערט די פרייזן, נאר די ערשטע יאר געבן זיי דיר אינטערנעט פאר 30 א חודש, נאך א יאר העכערן זיי עס צו ערגעץ אין די פיפציגערס. קענסט נישט באקומען אן אנדערע פראוויידער ווייל זיי זענען איינגעטיילט אין געגענטער, ס'הייסט אז אויב האסטו יעצט אפטימום וועסטו נישט קענען באקומען קעיבעל וויזשען. ס'דא אן עצה פון קענסלען און נאכאמאל אפלייען אויף דיין ווייב'ס נאמען אבער כ'געהערט אז לעצטענס ארבעט עס שווער, קענסט טרייען דיין מזל.
ווערייזען DSL וועט דיר זיין שטייטער, און FIOS איז טייערער און נישט עוועילעבל איבעראל.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:02 pm

· #50051
אפטימום איז דאך קעיבעל וויזשען

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:27 pm

· #50070
קענסט סתם אזוי פרובירן צו פארהאנדלען מיט זיי. עס קען ארבעטן, לכה"פ למחצה לשליש ולרביע.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:31 pm

· #50074
איך וואלט סתם אזוי געקענט באשטיין פטור צו ווערן פון זיי, זייער סערוויס סאקט היבש אריין. סא חוצפה צו בעטן 50 בלויז פאר נעט, און איך קען ניטאמאל טוישן צו א צווייטן, זעמיר דא אין רוסלאנד?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:35 pm

· #50077
זר זהב
אפטימום איז דאך קעיבעל וויזשען

כ'מיין טיים ווארנער, וואטעווער.

זר האקט, שאר קענסטו טוישן, קענסט האבן FIOS, DSL, דייל אפ, סאטעלייט, 3G, 4G, פעקס מאשינען און לעיזער פרינטערס.
פונקט ווי דיין פאון ליין מוז גיין דורך ווערייזען (אדער א סאב-קאנטראקטער) האט די שטאט א אפמאך מיט די קעיבעל קאמפאני'ס ווער ס'קען נוצן זייערע טעלעפאון פאולס.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:41 pm

· #50084
FIOS קענעך נישט האבן, ס'נישט אוועילעבעל אין גאנץ ברוקלין. זיי זאגן אז זיי שפרייטן צוביסלעך אויס זייערע סערוויס ס'זאל אנקומען איבעראל וואטעווער. DSL און דייל אפ איז סך שטאטער פון קעיבעל אז כעל פשוט משיגע ווערן. זאג מיר וועלכע קעיבעל קענעך האבן? און פארוואס זאלעך נישט קענען אפהאקן מיט אפטימום און גיין צו טיים ווארנער למשל?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:32 pm

· #50112
זר זהב
FIOS קענעך נישט האבן, ס'נישט אוועילעבעל אין גאנץ ברוקלין. זיי זאגן אז זיי שפרייטן צוביסלעך אויס זייערע סערוויס ס'זאל אנקומען איבעראל וואטעווער. DSL און דייל אפ איז סך שטאטער פון קעיבעל אז כעל פשוט משיגע ווערן. זאג מיר וועלכע קעיבעל קענעך האבן? און פארוואס זאלעך נישט קענען אפהאקן מיט אפטימום און גיין צו טיים ווארנער למשל?

אזוי ווי געזאגט, אויב האסטו אפטימום קענסטו נישט האבן קיין אנדערע קאמפאני סיידן דו מופסט צו א געגענט וואס די אנדערע קאמפאני סערווד, האסטו צוויי עצות, איינס, קאל אן, בעט זיך מיט תחנונים, מיט קראקאדיל טרערן, זאג זיי ביסט אן אלטגעזעסענע קאסטומער, צאלסט צייטליך יעדע חודש, און ס'איז זייער טייער פאר דיר און דו האסט מורא אז דו קענסט עס נישט עפפארדען, און בלית ברירה וועסטו מוזן קענסעלען דיין סערוויס, אויב זיי קענען זיין אזוי וואויל און גוט און דיר געבן א ריטענטשען דיסקאונט.
צווייטע עצה איז צו קענסלען און פראבירן אויפצוסיינען אויף דיין ווייבס נאמען, אויב האסטו פאון סערוויס פון זיי אויך וועסטו נישט קענען מיטנעמען דיין פאון נאמבער חוץ אויב דו נעמסט עס אריבער קיין ווערייזען און נאכדעם צוריק קיין אפטימום.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:36 pm

· #50115
שקויעך פאר די אינפאו. נאר איין זאך גייט מיר נישט אין קאפ אריין. דו שרייבסט: "אויב האסטו אפטימום קענסטו נישט האבן קיין אנדערע קאמפאני", וואס מיינט דאס? איך בין שולדיג מיין גאנץ לעבן ווייל כ'האב איינמאל געהאט אפטימום? איך קענסעל עס דעי מינוט, און איך האב מער נישט אפטימום... וואט די העק?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:52 pm

· #50128
ס'האט נישט מיט דעם אז דו האסט יעצט אפטימום, נאר אז דו וואוינסט אין א אפטימום "זאון", די קאמפאניס קאמפיטן נישט איינער מיטן אנדערע, נאר זיי האבן געמאכט א חלוקה מיט די געגענטער, איך נעם דעס, דו נעם דאס, דאס די העק...

פונקטליך ווי אזוי דאס איז לעגאל ווייס אין נישט, איך בין דערווייל נישט קיין לויער.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:57 pm

· #50139
אה.... יעצט פארשטיי עך

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:09 pm

· #50156
וואס איז א ריטענטשען דיסקאונט?

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:37 pm

· #50198
א דיסקואנט וואס א קאמפאני קען אמאל געבן פאר אן אלטע קאסטומער כדי ער זאל נישט אוועקגיין.

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:24 pm

· #50402
געפילטע פיש
איינס, קאל אן, בעט זיך מיט תחנונים, מיט קראקאדיל טרערן, זאג זיי ביסט אן אלטגעזעסענע קאסטומער, צאלסט צייטליך יעדע חודש, און ס'איז זייער טייער פאר דיר און דו האסט מורא אז דו קענסט עס נישט עפפארדען, און בלית ברירה וועסטו מוזן קענסעלען דיין סערוויס, אויב זיי קענען זיין אזוי וואויל און גוט און דיר געבן א ריטענטשען דיסקאונט..

וואס וויינען ווען וויינען. איין קאל צום קענסעלעשען דעפארטמענט און דער אפערעטאר האט מיר עקסטענדעט דעם פראמאשן פון 30 דאלער פאר נאך א יאר.

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:26 pm

· #50404
זר זהב
געפילטע פיש
איינס, קאל אן, בעט זיך מיט תחנונים, מיט קראקאדיל טרערן, זאג זיי ביסט אן אלטגעזעסענע קאסטומער, צאלסט צייטליך יעדע חודש, און ס'איז זייער טייער פאר דיר און דו האסט מורא אז דו קענסט עס נישט עפפארדען, און בלית ברירה וועסטו מוזן קענסעלען דיין סערוויס, אויב זיי קענען זיין אזוי וואויל און גוט און דיר געבן א ריטענטשען דיסקאונט..

וואס וויינען ווען וויינען. איין קאל צום קענסעלעשען דעפארטמענט און דער אפערעטאר האט מיר עקסטענדעט דעם פראמאשן פון 30 דאלער פאר נאך א יאר.

thats good news !!!

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:26 pm

· #50405
איך האב מורא אז דער אפערעיטער האט א ניק דא אין קאווע שטיבל 😂

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:29 pm

· #50408
זר זהב

וואס וויינען ווען וויינען. איין קאל צום קענסעלעשען דעפארטמענט און דער אפערעטאר האט מיר עקסטענדעט דעם פראמאשן פון 30 דאלער פאר נאך א יאר.

Glad to hear that

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:29 pm

· #50409
שמואל הלוי
איך האב מורא אז דער אפערעיטער האט א ניק דא אין קאווע שטיבל 😂

ניין! ער האט אבער א ניק אויף יו טוב

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:45 pm

· #50416
ס'זעהט עפעס אויס ווי זיי פשוט האפן אז קיינער זאל זיך נישט קומען בעטן? אדערווייז וויאזוי קענען זיי יעדן געבן אן עקסטענשאן? ער האט קודם געטרייט מיר צו אפפערן שנעלערע ספיד אינטערנעט, 50 Mbps פאר 45$ אנשטאט 65$. די איצטיגע פלאן איז נאר 15 Mbps.

דעינעש » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:21 pm

· #50427
זר זהב
וואס איז א ריטענטשען דיסקאונט?

שיין, זר איז מקיים דעם ולא הביישן למד, און פרעגט אן פשט.

פאר נעקסט טיים אויב איז דיר גרינגער, קענסטעס גוגל'ען, (עניוועי, אונז דא אין ק"ש זענען ווייטער גרייט אייך צו סערווירן אויך אויף ווייטער, אדער עס צו גוגל'ען פאר אייך אויכעט, אויב עס פעלט זיך אויס.)

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:23 pm

· #50428
דעינעש
זר זהב
וואס איז א ריטענטשען דיסקאונט?

שיין, זר איז מקיים דעם ולא הביישן למד, און פרעגט אן פשט.

פאר נעקסט טיים אויב איז דיר גרינגער, קענסטעס גוגל'ען, (עניוועי, אונז דא אין ק"ש זענען ווייטער גרייט אייך צו סערווירן אויך אויף ווייטער, אדער עס צו גוגל'ען פאר אייך אויכעט, אויב עס פעלט זיך אויס.)

איך האב עס לכתחילה גע'גוגלד איך האב עס אבער נישט געספעלט גוט האביך נישט באקומען קיין רעזאלטס. איך האב קיינמאל נישט געהערט פונעם ווארט האביך עס געגוגעלט RITENSHEN אנשטאט RETENTION

דעינעש » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 8:27 pm

· #50429
כ'הער.

כ'האב געוואוסט אז ביסט עטוואס קליגער, ואכן נודעתי.

נולד מאוחר » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 1:42 am

· #50571
איך האב געמאכט clear internet ס'סאקט אוועקט נישט סתם. איז דאס ביי יעידעם אדער נאר ביי מיר?

איך זאג דיר » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:29 pm

· #55579
נולד מאוחר
איך האב געמאכט clear internet ס'סאקט אוועקט נישט סתם. איז דאס ביי יעידעם אדער נאר ביי מיר?

יא, איך האב געהאט clear כ'האב געשאלטן דעם טאג וואס כ'האב דאס אנגעהויבן נוצן' אויך האב איך געהאט ספרינט ווייערלעס קארד און ס'איז ווערד געווען א רעטעך' די אלע ווייערלעס קארדס איז נישט ווערד די מי צו טראכטן וועגן זיי' מיט ווערייזאן בין איך נישט באקאנט ביטע מיך לאזן וויסן וועגן ווערייזאן ווייערלעס

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 5:29 pm

· #55594
ווערייזען ארבעט פיין, קענסט אסאך מאל באקומען אויף דעם 40-50 מעגא-ביטס פער סקונדע. (Mbps)