☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » איז דא היינט מער צרות ווי אמאל, אדער מער צער ווי אמאל?

איז דא היינט מער צרות ווי אמאל, אדער מער צער ווי אמאל?

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2036

a1b2 » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 2:44 pm

· #49686
איז דא היינט מער צרות ווי אמאל, אדער מער צער ווי אמאל?
[הקדמה: איך קום נישט דא שרייבן קיין חידושים, נאר היות איך האמיר יעצט מתבונן געווען אין דעם ענין, און פאר מיר איז עס געווען א גרויסע חיזוק, בין איך עס מפרסם
פארשטייט זיך דער וואס האט נישט קיין כח פאר קיין אריכות, זאל עס נישט לייענען]

איך פלעג אלס הערן פון מיינע עלטערן אויף יעדע צרה וואס האט פאסירט, 'עקבתא דמשיחא' משיח'ס צייטן.
ווילאנג איך בין געווען יונג, האב איך געמיינט אז עס איז טאקע אזוי, אמאליגע צייטן פאר די צווייטע וועלט מלחמה, איז נישט געווען אזויפיל צרות אויפן וועלט.
איינמאל איך בין אבער עלטער געווארן, און אנגעהויבן צו לייענען אביסל היסטאריע, האט זיך מיר ארויס געשטעלט אן אנדער בילד

בימים הקדמונים איז כמעט נישט געווען קיין הויז וואס עס זענען אוועק ל''ע עטליכע קינדער. צו דורך א לונגען ענטצינדונג, צו סתם אזוי האט דאס קינד נישט געלעבט מער ווי אפאר שעה אדער טעג
גוטס א קוק אריין אין די תשובות ספרים, וויפיל מאל איז דא שאלות אויף א מנקת, וואס דאס קינד האט נישט געלעבט מער ווי א טאג צוויי.
ווי אפט הערט מען היינט אזעלכע מעשיות.

גוטס א קוק ווי שטארק אקטועל איז געווען עגונה שאלות בימים ההם, געפארן אויף מסחר און מער האט מען נישט געהערט פון איהם, געהארגעט געווארן אין א וואלד, צו סתם געשטארבן
ווייטער האט געקענט זיין איין שריפה, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען מיט'ן רויך.
מ'קען אסך מאריך זיין אין דעם אבער עס איז נישט דא די צייט אויף דעם

די עיקר נקודה איז, וואס פאפירט מען אזוי 'עקבתא דמשיחא', מ'וויל עפעס פון אונז'.
אוודאי וויל מען עפעס פון אונז, אבער ווער זאגט אז מ'וויל היינט מער ווי אמאל.
איה''נ עס איז דא היינט מער צרות ווי די יארן נאכ'ן קריג.
אבער דאס איז פשוט, ווייל דעמאלס האמיר ליידער געהאט אסך קרעדיט.

אבער נאכן אריינקלערן אין דעם, האב איך געזען אז יש דברים בגו, און עס איז נישט דברים של מה בכך.

שטייט אין אגרא דפירקא (רמז קי''ד) אויפן מאמר חז''ל (יומא ע''ה.) 'דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים', זאגט ער, ווען עס ווערט ח''ו נגזר אויף א מענטש עפעס א צער, צו א קרענק אדער פרנסה וכדומה, איז די צער צוטיילט אין אסך חלקים.
די גרעסטע צער האט דער באטראפענער אליין'ס
נאכדעם קומט די משפחה ארום און די גוטע פריינט
נאכדעם די שטאט לייט, און אזוי ווייטער.
און דאס איז פשוט, אז אלעס איז אויסגערעכנט פונ'ם באשעפער, וויפיל צער יעדער זאל האבן,
און אויב וואלט זיך נישט געקומען פאר איינער פון די אלע מענטשן די מאס צער, וואלט דער אויבערשטער בכלל נישט געשיקט די צרה פארן מענטש.
ממילא פירט ער אויס, אז ווען דער אויבערשטער שיקט עפעס א צרה אויפן מענטש, איז כדאי ער זאל עס פארציילן פאר איינער פון זיינע קרובים און באקאנטע, ווייל אפשר קומט זיך נישט פאר זיי, זיי זאלן האבן דעם צער, ממילא וועט דער אויבערשטער מבטל זיין פון איהם די גזירה.

און ער ענדיגט צו בלשונו הזהב 'ומעתה תבין מה טוב ויפה לאדם לספר צערו להצדיק, כי אפשר אפילו לא יתפלל בעדו, כאשר רק יצטער הצדיק בצערו, יסיר הש''י צערו כדי שלא יצטער הצדיק, תן לחכם ויחכם עוד ודעת לנבון נקל, עכ''ל הקדוש.

אין די הגהות פונ'ם ווייצענער רב ז''ל איז ער מוסיף, אז באמת קען זיין, אז אויב האט דער אויבערשטער געשיקט אויף איהם די צער, איז פשט אז די צער קומט זיך אויך פאר זיין משפחה און גוטע פריינט, ווייל די טבע איז דאך אז די אלע ווערן געוואר דערפון.
און ממילא, וויבאלד בשעת די צרה איז געקומען אויף איהם, איז שוין געווען ברור אז זיי גייען אויב האבן צער דערפון, איז בעכ''ח אז אויך אויף זיי איז שוין געווען די גזירה.
ממילא איז די בעסטע זאך, אז ער זאל עס פארציילן פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין שייכות מיט איהם, און אויב זיי וועלן זיך מצער זיין מיט זיין צרה, קען עס מבטל זיין די גזירה פון איהם.

און ער פיהרט אויס א אינטרעסאנטע זיך, אז וועגן דעם איז גוט אז א מענטש זאל נישט האבן נאר איין צדיק צו וועם צו גיין, ווייל וויבאלד ער רעדט זיך אויס אלע זיינע צרות נאר צו איהם, איז אויב דער אויבערשטער שיקט איהם א צרה, איז דער צדיק שוין אויך בכלל די גזירה, ווייל דער איד גייט דאך אייביג צו דעם צדיק, ממילא וועט דאס נישט העלפן דאס וואס ער וועט איהם פארציילן די צרה.
נאר די עצה איז, ער זאל האבן אסך צדיקים, איינמאל זאל ער גיין צו דעם צדיק, און איינמאל צו יענעם, ממילא איז מעגליך ער זאל אנקומען צו דעם צדיק וואס איז נישט בכלל די גזירה.

צוריק צו אונזער ענין.
דאס איז זיכער אז אמאל איז געווען מער צרות ווי היינט
אבער אמאליגע צייטן ווען עס איז געקומען א פריוואטע צרה אויף א מענטש, ווער האט געוויסט דערפון.
די 70 מענטשן פון זיין שטעטל, נאך אפאר פון די ארומיגע דערפער, אויף די אלע מענטשן איז געווען אנגעשריבן אז עס זאל קומען אויף זיי די צער
משא''כ אויב וואלט רוב רובם פון כלל ישראל געהאט די צער, וואלט די אויבערשטער נישט געשיקט די צרה, ווייל עס איז נישט נגזר געווארן אויף יעדן קיין צער.

משא''כ היינטיגע צייטן, וואס דער אויבערשטער האט אויסגעשטעלט די וועלט, אז ווען עס געשעהט ל''ע א צרה, ווייסט כמעט גאנץ כלל ישראל דערפון, [און אפילו דער וואס קוקט נישט אויף איי וועלט אדער הערט נישט קול מבשר, הערט אויך דערפון בעקיפין.
קומט אויס אז עס איז נגזר געווארן צער אויף א גרויסן חלק פון כלל ישראל.
דאס איז 'עקבתא דמשיחא'

און דאס איז אמאל נישט געווען, יעדער האט זיך געקענט לעבן אין זיין וועלטעל, און נישט האבן די מינדעסטע אהנונג וואס טוט זיך אין א שטאט דערנעבן.

הכלל
נישט 'צרות' איז נתרבה געווארן בישראל, עס איז נתרבה געווארן 'צער' בישראל

איז דא א טובה אין קול מבשר?

אז מ'טראכט אריין נאך טיפער, זעט מען דערין א געוואלדיגע חסד השם, וואס די היינטיגע וועלט איז אויסגעשטעלט צו וויסן אלעס אין אפאר מינוט.
[אזוי וועט מען נישט אזוי באשולדיגן קול מבשר, וואס זיי מאכן דיפרעסט דעם עולם, מיט די אנטיסעמיטיזם, און אנדערע צרות]
ווייל ווי מ'זעהט, איז אנגעשריבן געווען ביז היינט אויף כלל ישראל, צו האבן אסך צער
יעצט אויב וואלט נישט געווען די מעגליכקייט, צו וויסן ביז אפאר מינוט וואס עס איז געשען אין יענע עק וועלט
וואלט דער אויבערשטער געדארפט שיקן א צרה אויף איהם אליינ'ס, צו אויף זיין קרוב וכדומה, באופן וואס ער זאל באקומען די מאס צער וואס איז נגזר געווארן אויף איהם
אבער יעצט, וואס ער איז זיך מצטער בצרת חבירו, אז ער שוין אפגעקומען מיט דעם אויף אלעס
[כמדומה לי אז די בחינה שטייט ערגעץ, איך קען זיך אבער נישט דערמאנען יעצט וואו]
פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט אז מ'דארף הערן קול מבשר אגאנצן טאג, ווייל צער נעמט מען נישט מיט די אייגענע הענט, מ'דארף נאר מקבל זיין וואס מ'גוט.
אבער די מציאות איז דאך אז מ'הערט עניוועיז קול מבשר, און אפילו דער וואס הערט עס נישט, הערט שוין עפעס פון זיין חבר.

און נאך עפעס ריוח קומט ארויס פון דעם פאר אונזער דור
אמאל האט א מענטש נישט געהאט אזויפיל געלעגנהייטן, זיך צו קענען מצער זיין בצרת חבירו
משא''כ היינט וואס מ'הערט זיך ליידער אזויפיל אהן, איז אויב א מענטש האט שכל, און ער שטעלט זיך אפ א רגע, און ער איז זיך אמת'דיג מצטער בצרת חבירו, וואס די אלע קרובי המשפחה מאכן מיט, איז דאס א מורא'דיגע לימוד זכות בשמי מעל..
דער סניגור זאגט פארן בוכ''ע: גיב א קוק דיינע קינדער זענען זיך מצער בצרת ישראל, אפילו זיי האבן נישט קיין בלאסן אהנונג ווער דאס איז.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז מ'זאל שוין האבן אפגעקומען מיט די אלע צרות, ויאמר לצרותינו די, און מ'זאל האבן שכל און זיך שטענדיג מיטפרייען מיט אידישע שמחות, ממילא וועט דאס קענען זיין די לימוד זכות אויף כלל ישראל.
''זע ווי דיינע אידישע קינדער פרייען זיך מיט א שמחת חתן וכלה, אפילו זיי הייבן זיי נישט אהן צו קענען'', און אזוי ווייטער.
אכיה''ר

IVELT

sunbar » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 3:32 pm

· #49712
יעדער זאך אין די היינטיגע וועלט אזוי ווי דאס, ווערט אנגענומען ערענסטער ווי אמאל טאקע צוליב דעם וואס יעדער האט די מעגליכקייטן צו הערן אלע נייעס. דאס מיינט אבער נישט אז עס דארף נישט אזוי צו זיין.... עס איז א מעלה, מען זאל זיך קענען באהיטן פון זאכן וואס מען קען זיך באהיטן...

לעיקוואד » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 4:11 pm

· #49715
איז דא היינט מער צרות ווי אמאל,
ניין.
אדער מער צער ווי אמאל?
אויך נישט.
סאיז פשוט דא מער פון אלעס ווי אמאל. מער מענטשען, מער קארס, מער שלום זכרס, מער בריתן, מער קענסער פאציענטען מער חתונות, מער בר מצוות, מער אקסידענטן.
בקיצור, אז סדא מער מענטשען איז דא מער נייעס. איך בין וייט פון איבערגעצייגט אז פערצענטיש איז דא מער צרות אדער צער ווי אמאל.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 4:59 pm

· #49740
מ'דארף אויך צו נעמען אין באטראכט, ווי אזוי מען מעסט די צרות.
פארלירן א קינד איז בלי שום ספק א גרויסע צרה, רח"ל.
אבער אויב איז דאס די נארם, עס פאסירט גאר אפט און ביי יעדע משפחה, פארלירט עס די סענסיטיוויטי.
היינט איז מען מער פארזיכערט אין דאקטאריי און טעכנאלאגיע, און בכלל איז א מענטשנ'ס לעבן סאם-האו מער חשוב ווי אמאל ווען מען האט גע'הרג'עט רעכטס און לינקס,
ממילא איז א טראגעדיע היינט פיל שווערער ווי אמאל.
בכלל איז היינט דא שוואכערע מוחות, וועלכע פארנעמען ווייניגער, סיי ברוחניות און ביי בגשמיות.
ליידער פון אזויפיל צרות איז שוין דאס הארץ פארהארטעוועט, כמעט נישט דא קיין פלאץ פאר נאך רחמנות!

מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די, אמן.

איחוד פעלד » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:17 pm

· #49865
אויף דער רעיון פין קול מבשר
אז עס איז א גוטער זאך ווייל אזוי ווייסען מער אידען פין יענעמס צרות, און לויט דער בנ"י קומט דאך אויס אז יענעם איז נישט באשערט, וועט די צרה אוועק גיין.
דארף מען אבער געדענקען די פליפ סייד בלע"ז, אז עס שטייט פין ר' פנחס'ל קאריצער אז פין הימעל איז באשערט וויפיל הנאה א מענטש זאל האבען א יאר, ממילא ווען מען הערט גוטע בשורות פין די גאנצע וועלט, נעמט עס אפשר אוועק פין די אייגענע בענעפיטס, והמ"י.

אפשר פארדעם איז בעסער נישט צו הערען קול מבשר בכלל.
לא מדובשך ולא מעוקצך.

zurich » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:50 pm

· #49889
דער אלעמען באקאנטן אלעזר לוינדוי,האט זיך געלויזט הערן ווען מען האט געכאפט בין לאדין, אז די גאנצע שמחה אין עקסטאז פונעם עולם איז נאר ווייל מען פיטערט זיך אן פון די מידיא אין פון קול מבשר,ממילה זאגט ער סטאפסט צו צוהערן צו די נייעס וועט ענק ווערן רוהיג!!

איך האלט ער איז גערעכט למשל פרוגע וואך האב צופעליג צוגעהערט צו קול מבשר בולעטן וואס געווענליך הער איך גראדע נישט צו דערצו פשוט איך האלט נישט ביים אנשטאפן מיין קאפ מיט נעגעטיווע נייעס,דער איז געשטארבן דא דער האט געהאט א עקסידענט בקיצור ס'פול מיט נעגעטיוו, הער איך אזא נייעס

א יונגערמאן האט געוואקט אויף טשארטש עוועניא אין בארא פארק אין א גרופע אראבער האבן עים נאכגעשריגן מיט שמיציגע "לויזאגען"
עטץ פארשטייסטס.. יעצט גייט מען שוין מורא האבן צו וואקן אויף טשארטש עווע' ווייל אפאר פאריקטע אראבער האבן נישט געהאט וואס צו טוען
יעצט פרעיג איך ענק ו וואלט ווען נישט בעסער געוועין ווען איך הער עס ווען נישט וואלט נישט דאס לעיבן געשמאקער געוועין??

randy_couture » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:29 pm

· #49916
לעיקוואד
איז דא היינט מער צרות ווי אמאל,
ניין.
אדער מער צער ווי אמאל?
אויך נישט.
סאיז פשוט דא מער פון אלעס ווי אמאל. מער מענטשען, מער קארס, מער שלום זכרס, מער בריתן, מער קענסער פאציענטען מער חתונות, מער בר מצוות, מער אקסידענטן.
בקיצור, אז סדא מער מענטשען איז דא מער נייעס. איך בין וייט פון איבערגעצייגט אז פערצענטיש איז דא מער צרות אדער צער ווי אמאל.

די שרייבסט נישט צום זאך.

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 10, 2012 11:37 pm

· #49919
נישטא וואס צו רעדן, מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע הערט מען מער און דאס ברענגט אז מ'קרעכצט ליידער כמעט יעדן טאג.

מיך קומט כמעט נישט אויס צו הערן קול מבשר, אבער ווי איך האב נאכגעהערט מעלדט ער כמעט יעדן טאג איבער אידן וואס טראסקענען פון פענסטערס אין ארץ ישראל... ווי אויך סיי וואספארא שלעכטע נייעס ווערט היינט צושפרייט דורך זיין נייעס אגענטור (גארנישט שלעכט מיט אים! ער טוט עס פאר פרנסה!) צו דורך אלע טוויטערלעך.

צו מ'האט מער צער? מסתמה יא, דא און דארט געט מען א שטארקע קרעכץ, ליידער אז מ'זאל נאר קרעכצן צען פראצענט פון די שלעכטע נייעס וואס מ'הערט זיך אן איז אויך שוין צופיל. אמאל האט מען ניטאמאל נישט געוויסט אז דער ברודער אין דער אנדערער שטאט האט נעבעך באגראבן זיין דריטן קינד אזוי אינג.

אבער ווי לעיקוואד שרייבט, יא ס'איז ליידער אין בית אשר אין שם מת, אטאמאטיש ס'דאך דא אזויפיל משפחות און מענטשן איז דא מער צרות און קרענק.

זאל דער אייבישטער טאקע העלפן ס'זאל זיין קץ וסוף לכל צרותינו, ושנשמע ונתבשר בשורות טובות

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:02 am

· #49929
randy_couture
לעיקוואד
איז דא היינט מער צרות ווי אמאל,
ניין.
אדער מער צער ווי אמאל?
אויך נישט.
סאיז פשוט דא מער פון אלעס ווי אמאל. מער מענטשען, מער קארס, מער שלום זכרס, מער בריתן, מער קענסער פאציענטען מער חתונות, מער בר מצוות, מער אקסידענטן.
בקיצור, אז סדא מער מענטשען איז דא מער נייעס. איך בין וייט פון איבערגעצייגט אז פערצענטיש איז דא מער צרות אדער צער ווי אמאל.

דו שרייבסט נישט צום זאך.

ראנדי, ביטע זיי מרחיב בדיבור. מען קען נישט סתם אפ'פסל'ען א שרייבער בלי שום סיבה.

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:04 am

· #49931
randy_couture
לעיקוואד
איז דא היינט מער צרות ווי אמאל,
ניין.
אדער מער צער ווי אמאל?
אויך נישט.
סאיז פשוט דא מער פון אלעס ווי אמאל. מער מענטשען, מער קארס, מער שלום זכרס, מער בריתן, מער קענסער פאציענטען מער חתונות, מער בר מצוות, מער אקסידענטן.
בקיצור, אז סדא מער מענטשען איז דא מער נייעס. איך בין וייט פון איבערגעצייגט אז פערצענטיש איז דא מער צרות אדער צער ווי אמאל.

די שרייבסט נישט צום זאך.

דו אויך נישט..

זר זהב » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:06 am

· #49933
zurich
randy_couture
לעיקוואד
איז דא היינט מער צרות ווי אמאל,
ניין.
אדער מער צער ווי אמאל?
אויך נישט.
סאיז פשוט דא מער פון אלעס ווי אמאל. מער מענטשען, מער קארס, מער שלום זכרס, מער בריתן, מער קענסער פאציענטען מער חתונות, מער בר מצוות, מער אקסידענטן.
בקיצור, אז סדא מער מענטשען איז דא מער נייעס. איך בין וייט פון איבערגעצייגט אז פערצענטיש איז דא מער צרות אדער צער ווי אמאל.

די שרייבסט נישט צום זאך.

דו אויך נישט..

און דו יא?...

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:26 am

· #49940
זר זהב
zurich
randy_couture
לעיקוואד
איז דא היינט מער צרות ווי אמאל,
ניין.
אדער מער צער ווי אמאל?
אויך נישט.
סאיז פשוט דא מער פון אלעס ווי אמאל. מער מענטשען, מער קארס, מער שלום זכרס, מער בריתן, מער קענסער פאציענטען מער חתונות, מער בר מצוות, מער אקסידענטן.
בקיצור, אז סדא מער מענטשען איז דא מער נייעס. איך בין וייט פון איבערגעצייגט אז פערצענטיש איז דא מער צרות אדער צער ווי אמאל.

די שרייבסט נישט צום זאך.

דו אויך נישט..

און דו יא?...

וואס דען..

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:05 am

· #50024
צו יעדע מאדע קומט א נייע מחלה, אזוי זאגט אדמו"ר מסקולען. דאס איז דאך קלאר אז מאדעס איז דא מער היינט, איז דאך מחלות אויך דא מער.

שעפטל » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:20 am

· #50027
נישט פון סקולענע רבי, מ'זאגט עס נאך פון הרה"ק רבי רבי מענדעלע מ'רימנוב זיעוכי"א

איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:58 am

· #50048
סא די נייע גלעזער האבען טאקע צוגעברענגט נייע מחלות אין די אויגען, והאראיה אסאך מער מענטשען האבען אנגעטוהן גלעזער.

גוטזאגער » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 10:05 am

· #50600
איך זעה אז מען רעדט דא נאר פון די קערפערליכע ווייטאגן, גראדע האב איך געהערט אמאל פונעם רבי'ן דער ברך משה ז"ל, אז אמאל פון איין זומער צום צווייטן האט שוין געפעלט א האלבע כיתה (איך מיין אז דער עצי חיים אליין האט געהאט 11 קינדער וואס זענען אוועק יונגערהייט), און היינט דאס וואס עס האלטן זיך אזויפיל קינדער איז א חסד וואס דער אייבערשטער האט צוריק געצאלט פאר כלל ישראל נאכן ביטערן קריג.

אבער פונעם גייסטישן שטאנדפונקט איז דא היינט דאפעלט אזויפיל יסורים ווי אמאל (יא ארימע גייסטקייט איז יסורים) און אז מעו וועט אריינטראכטן וועט מען זעהן אז עפ"י רוב איז די שורש פון אלע שוואכקייטן פונעם היינטיגן דור דאס באקוועמליכקייט אז יעדער וויל זיין די באקוועמסטע וואס מעגליך, און דאס איז צו פארדאנקען די היינטיגע טעכניק, און וועגן דעם אין א"י איז דא גרעסערע כלים און ת"ח, ווייל דארטן פלאגט מען זיך מער.

די משנה זאגט שוין על הארץ תישן ... וחיי צער תחיה.... אשריך בעולם הזה ואשריך בעולם הבא!

איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 10:14 am

· #50604
גוטזאגער
אבער פונעם גייסטישן שטאנדפונקט איז דא היינט דאפעלט אזויפיל יסורים ווי אמאל (יא ארימע גייסטקייט איז יסורים) און אז מעו וועט אריינטראכטן וועט מען זעהן אז עפ"י רוב איז די שורש פון אלע שוואכקייטן פונעם היינטיגן דור דאס באקוועמליכקייט אז יעדער וויל זיין די באקוועמסטע וואס מעגליך, און דאס איז צו פארדאנקען די היינטיגע טעכניק, און וועגן דעם אין א"י איז דא גרעסערע כלים און ת"ח, ווייל דארטן פלאגט מען זיך מער.

די משנה זאגט שוין על הארץ תישן ... וחיי צער תחיה.... אשריך בעולם הזה ואשריך בעולם הבא!

דאס וואס די זאגסט וועגען די "גייסטישע שטאנדפונקט" און מדבריך ניכר אז די רעדסט פין תלמידי חכמים, להוי ידוע אז אמאהל אין דער גאלדענע אלטער היים איז געווען פיל ווייניגער תלמידי חכמים און געלערענטע אידען, מענטשען זענען געוועהן פאלנע עמי הארץ, ווי קענען גוט עברי און לערנען חומש איז געוועהן א זאך וואס אפשר פיפציג פראצענט האבען געקענט.

און דאס וואס די זאגסט אז אין ארץ ישראל איז דא מער כלים און תלמידי חכמים ווייל מען פלאגט זיך מער,
איך ווייס נאך נישט מיט וואס מען פלאגט זיך דארט מער, אפשר ווייל מען דארף סילוקען דירות פאר די קינדער ווען מען מאכט זיי חתונה, אדער ווייל יעדעס שמיטיטשיק איז א מצוה צו האבען, אנגעהויבען פין האט פלעיטס ביז אייפון צו גאלאקסי.

אמת אז עס איז דא מער תלמידי חכמים, אבער דאס איז פאר די פשוטע סיבה, ווייל מען קאן נישט גיין ארבעטען, צוליב די מיליטער, און מען מוז בלייבען אין כולל, ממילא לערנט מען מער.

גוטזאגער » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:09 am

· #50623
ניין איך האב נישט געמיינט דווקא לערנען נאר דאס שטארקייט ווי שבירת הרצון, עבודת המידות די אלע היינטיגע קרענק וואס ווערן באצייכנט מיט ענגלישע אותיות האט מען אמאל זיך נישט אזוי שטארק זיך געפלאגט און מיט דעם איז דער עמך אויך געווען שטארק ער האט געוויסט אז זיין חק לערנען איז א חק צו ער פארשטייט יא וואס ער זאגט צו נישט און ידע זאך וואס ער האט נאר געוויסט האט ער זיך געהאלטען מיט מסירות נפש

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:26 am

· #50632
גוטזאגער
ניין איך האב נישט געמיינט דווקא לערנען נאר דאס שטארקייט ווי שבירת הרצון, עבודת המידות די אלע היינטיגע קרענק וואס ווערן באצייכנט מיט ענגלישע אותיות האט מען אמאל זיך נישט אזוי שטארק זיך געפלאגט און מיט דעם איז דער עמך אויך געווען שטארק ער האט געוויסט אז זיין חק לערנען איז א חק צו ער פארשטייט יא וואס ער זאגט צו נישט און ידע זאך וואס ער האט נאר געוויסט האט ער זיך געהאלטען מיט מסירות נפש

נערנים?

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am

· #51863
נולד מאוחר
צו יעדע מאדע קומט א נייע מחלה, אזוי זאגט אדמו"ר מסקולען. דאס איז דאך קלאר אז מאדעס איז דא מער היינט, איז דאך מחלות אויך דא מער.

דער מאמר ווערט נאכגעזאגט אריגינאל בשם הצ' הק' רבי מנחם מענדל מרימאנאוו זי"ע. אז אין א יעדע "פאריזער" מאדע רוהט א שטארקע טומאה. און ס'קומט אראפ א נייע מחלה אויף די וועלט, רח"ל. אפילו אין זיינע צייטן איז פאריז, אין פראנקרייך שוין געווען דער מקור פון ווי אלע מאדעס זענען געקומען. און, כידוע זענען די "דעזיינערס" די גרעסטע טמאים, רח"ל. דער סקולענער רבי זי"ע האט איבערגעזאגט דעם מאמר בקשר מיט דעם וואס דער געוועזענער מעיאר פון נ.י. האט געוואלט אדורכפירן פארשידענע חוקי תועבה אין נ,י, סיטי. האט איהם דער סקולענער רבי זי"ע געווארנט אז ס'גייט ברענגען נייע מחלות פון וואס מען האט נאך ביז היינט נישט געהערט, רח"ל.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:48 am

· #51878
איחוד פעלד
גוטזאגער
אבער פונעם גייסטישן שטאנדפונקט איז דא היינט דאפעלט אזויפיל יסורים ווי אמאל (יא ארימע גייסטקייט איז יסורים) און אז מעו וועט אריינטראכטן וועט מען זעהן אז עפ"י רוב איז די שורש פון אלע שוואכקייטן פונעם היינטיגן דור דאס באקוועמליכקייט אז יעדער וויל זיין די באקוועמסטע וואס מעגליך, און דאס איז צו פארדאנקען די היינטיגע טעכניק, און וועגן דעם אין א"י איז דא גרעסערע כלים און ת"ח, ווייל דארטן פלאגט מען זיך מער.

די משנה זאגט שוין על הארץ תישן ... וחיי צער תחיה.... אשריך בעולם הזה ואשריך בעולם הבא!

דאס וואס די זאגסט וועגען די "גייסטישע שטאנדפונקט" און מדבריך ניכר אז די רעדסט פין תלמידי חכמים, להוי ידוע אז אמאהל אין דער גאלדענע אלטער היים איז געווען פיל ווייניגער תלמידי חכמים און געלערענטע אידען, מענטשען זענען געוועהן פאלנע עמי הארץ, ווי קענען גוט עברי און לערנען חומש איז געוועהן א זאך וואס אפשר פיפציג פראצענט האבען געקענט.

און דאס וואס די זאגסט אז אין ארץ ישראל איז דא מער כלים און תלמידי חכמים ווייל מען פלאגט זיך מער,
איך ווייס נאך נישט מיט וואס מען פלאגט זיך דארט מער, אפשר ווייל מען דארף סילוקען דירות פאר די קינדער ווען מען מאכט זיי חתונה, אדער ווייל יעדעס שמיטיטשיק איז א מצוה צו האבען, אנגעהויבען פין האט פלעיטס ביז אייפון צו גאלאקסי.

אמת אז עס איז דא מער תלמידי חכמים, אבער דאס איז פאר די פשוטע סיבה, ווייל מען קאן נישט גיין ארבעטען, צוליב די מיליטער, און מען מוז בלייבען אין כולל, ממילא לערנט מען מער.

לדוגמא פון עמ'הארצישע גרייזן וואס האט זיך אריינגעכאפט ביים דאווענען ביי א סאך אידן פון דער אלטער היים: "נהלת בעזנך אל נוה קדשיך" אדער ביי מוסף פון ראש חודש: "וחוקי ראשי חדשים להם בקעת"

randy_couture » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:58 pm

· #52120
שמעקעדיג
randy_couture
לעיקוואד
איז דא היינט מער צרות ווי אמאל,
ניין.
אדער מער צער ווי אמאל?
אויך נישט.
סאיז פשוט דא מער פון אלעס ווי אמאל. מער מענטשען, מער קארס, מער שלום זכרס, מער בריתן, מער קענסער פאציענטען מער חתונות, מער בר מצוות, מער אקסידענטן.
בקיצור, אז סדא מער מענטשען איז דא מער נייעס. איך בין וייט פון איבערגעצייגט אז פערצענטיש איז דא מער צרות אדער צער ווי אמאל.

דו שרייבסט נישט צום זאך.

ראנדי, ביטע זיי מרחיב בדיבור. מען קען נישט סתם אפ'פסל'ען א שרייבער בלי שום סיבה.

ווייל סאיז בכלל נישטא מער פון די אלע זאכן וואס ער רעכנט אויס פון וויפיל סאיז געווען פאר די קריג.
סאיז פשוט אז היינט ווייסט מען אלעס. דאס מאכט מער צער און ברענגט מער ענקזייעטי.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:09 pm

· #52266

וועלכע קריג?

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:22 pm

· #52274
דו שרייבסט נישט צום זאך.[/quote]
ראנדי, ביטע זיי מרחיב בדיבור. מען קען נישט סתם אפ'פסל'ען א שרייבער בלי שום סיבה.[/quote]
ווייל סאיז בכלל נישטא מער פון די אלע זאכן וואס ער רעכנט אויס פון וויפיל סאיז געווען פאר די קריג.
סאיז פשוט אז היינט ווייסט מען אלעס. דאס מאכט מער צער און ברענגט מער ענקזייעטי.[/quote]
וועלכע קריג?[/quote]

איראן-איראקער קריג...

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:52 pm

· #52297
sunbar

וועלכע קריג?

איראן-איראקער קריג...[/quote]
איך וייס אויך פון וועלכע קריג מרעדט. כהאב אבער געוואלט ארויסברענגן א פוינט..
מרעדט אזוי היימיש פון דער קריג בשעת וואס סגעווען פאר זיבעציג יאר צוריק און קיינער געדענק נישט בכלל וויאזוי מהאט באמת געפילט פאר דעם.
כהאב געזעהן א גוט ווארט: צויי זאכן טוישן זיך קיינמאל נישט: 1 - די וועלט ווערט אלס בעסער, 2- מענטשען רעדן זיך אלס אפ אז סווערט ערגער.

sunbar » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 7:57 pm

· #52300
לעיקוואד
sunbar

וועלכע קריג?

איראן-איראקער קריג...

איך וייס אויך פון וועלכע קריג מרעדט. כהאב אבער געוואלט ארויסברענגן א פוינט..
מרעדט אזוי היימיש פון דער קריג בשעת וואס סגעווען פאר זיבעציג יאר צוריק און קיינער געדענק נישט בכלל וויאזוי מהאט באמת געפילט פאר דעם.
כהאב געזעהן א גוט ווארט: צויי זאכן טוישן זיך קיינמאל נישט: 1 - די וועלט ווערט אלס בעסער, 2- מענטשען רעדן זיך אלס אפ אז סווערט ערגער.[/quote]

אונז האבן געהערט פון אידן וואס האבן נאך געדענקט פון פארן קריג. אפשר אין לעיקוואד איז נישט געווען קיין אלטע אידן?

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 8:04 pm

· #52302
געדענקן איז נאך דא אפאר מענטשן [זיי ווערן אלס וייניגער און וייניגער. איינער זאל געדענקן די קריג פון ווען ער איז געווען 10 מוז דאך שוין היינט זיין 80]
אבער פון געדענקן ביז קענען משווה זיין ווען מהאט געהערט מער צרות, וואס דאס איז א סוביעקטיבע זאך, איז א גאנג.
אויך קלער איך נישט אז דא אין ק"ש איז דא ווער סגעדענקט, רעדט מען שוין פון כלי שני ושלישי.

שלמה_דיין » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:42 am

· #52444
לכאורה איז די מאס פון צרות וואס מיר פארמאגן אן אמת'ער און באשטעטיגטע מעסטער מפי ספרים וסופרים אויף די גייסטישע געזונט פון אונזער הייליג פאלק. ואם כך הם פני הדברים איז זיכער אז מיר היינט וואס פון די אלע שטערבליכע קרענק פון אמאל, פון טיפוס ביז פונגוס אויף די פיס, איז קוים געבליבן א זכר, און די ערווארטעטע לעבנסלענג איז מיט כמעט צוויי מאל (!) לענגער ווי ביי אונזערע זיידעס אין מזרח אייראפע, מוז זיין אז אין הימל איז מען אויסנאם צופרידן פון די התנהגות פון אידישן פאלק! און דאס אז מיר זעען ווי דער אויבערשטער האט אונז באלוינט אין די לעצטע פיפצן יאר מיט נייע השפעות אין פרנסה, וואס די יארן שטימען פונקט מיט די זעלבע יארן וואס די אינטערנעט האט זיך ל"ע אריינגעכאפט, מוז זיין אז די אינטערנעט איז גאר א באליבטע זאך ביים רבוש"ע. און וויי פאר ווער עס טשעפעט מיט דעם.

הק' שלמה דיין

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:52 am

· #52453
שלמה_דיין

אוי וויי, א דיין מיט אזא מאדנע מהלך המחשבה.......
אבער איך מיין אז פאנגוס אויף די פוס (איימסארי, רבותי) איז היינט פיל ערגער ווי אמאל.
פרעג נאר די דאקטוירים.
קענסט בלעימען די מקוה (אפשר איז השי"ת נישט צופרידן דערמיט...? ווער ווייסט...),

גוטזאגער » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:03 am

· #52461
😂 😂 יא פאנגוס אויף די פיס איז שמעקעדיג...

sunbar » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:04 am

· #52463
שלמה_דיין
לכאורה איז די מאס פון צרות וואס מיר פארמאגן אן אמת'ער און באשטעטיגטע מעסטער מפי ספרים וסופרים אויף די גייסטישע געזונט פון אונזער הייליג פאלק. ואם כך הם פני הדברים איז זיכער אז מיר היינט וואס פון די אלע שטערבליכע קרענק פון אמאל, פון טיפוס ביז פונגוס אויף די פיס, איז קוים געבליבן א זכר, און די ערווארטעטע לעבנסלענג איז מיט כמעט צוויי מאל (!) לענגער ווי ביי אונזערע זיידעס אין מזרח אייראפע, מוז זיין אז אין הימל איז מען אויסנאם צופרידן פון די התנהגות פון אידישן פאלק! און דאס אז מיר זעען ווי דער אויבערשטער האט אונז באלוינט אין די לעצטע פיפצן יאר מיט נייע השפעות אין פרנסה, וואס די יארן שטימען פונקט מיט די זעלבע יארן וואס די אינטערנעט האט זיך ל"ע אריינגעכאפט, מוז זיין אז די אינטערנעט איז גאר א באליבטע זאך ביים רבוש"ע. און וויי פאר ווער עס טשעפעט מיט דעם.

הק' שלמה דיין

איך וועל ענטפערן מארגן. יעצט בין איך צו מיד.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 1:12 am

· #52470
גוטזאגער
:lol: 😂 יא פאנגוס אויף די פיס איז שמעקעדיג...

OUCH 😲 😕

איך זאג דיר » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 4:01 pm

· #53499
די צווייטע וועלט מלחמה האט ליידער זייער אסאך גורם געווען בעקיפין ובמשרין אויפן סדר העולם בכלל, און ביי אונז אידן יוצאי אונגארן ופולין בפרט ובכל מקום ווי די נאצישע חיות טרף האבן באטראטן די ערד, דאס וואס ס'איז דא אזויפיל מענטשן מיט שוואכע נערוון דאס איז א תוצאה, וואס אונזערע עלטערן האבן נעבאך מיטגעמאכט ביים קריג און זיי האבן נישט געהאט די ריכטיגע ערנערונגס מיטלען און האבן כסדר געליטן טויט שרעק מיט נאך אלע ביטערע איבערלעבענישן, וואס אע"פ אז נאכן קריג האבן זיי זיך פרובירט צאמצונעמן און אויפבויען שטיבער און זיי זענען טאקע צוריקגעקומען צו די כוחות, האט דאס אבער געשאדט פאר זייערע קינדער פון ערשטען און צווייטען דור נאך די מלחמה. און פארשידענע פראבלעמען וואס מ'פלאגט זיך נאך היינט איז א תוצאה פון די מלחמה דירעקט אדער אומדירעקט, און נאך א זאך אמאל איאין דער אלטער היים איז בכלל דאס לעבן געווען רואיגער טאקע דערפאר וואס מ'האט נישט געוואוסט פון אלע היינטיגע ערפידוגען וכו' וכו' מ'האט נישט געדארפט אלעס האבן ממילא איז פארשטענדליך וואס היינט איז דא אזעלכע צרות וואס מ'האט דאכט זיך מיר קיינמאל נישט געהערט, סאיז דא אסאך צו רעדן דערוועגן אבעק עד כאן אומרים בשבת הגדול ועוד חזון למועד, אויב בין איך נישט גערעכט אדרבה וויל איך הערן די מיינונגען פון די מעמבערס אין קאווע שטיבל.

לעיקוואד » פרייטאג אקטאבער 19, 2012 4:38 pm

· #53504
איך זאג דיר

דו געדענקסט טאקע אז דאס לעבן איז געווען רוהיגער? וייל איך געדענק פונקט פארקערט...
די טעאריע אז די מלחמה האט אפגעשוואכט די נערוון לדורות עולם אדער לפחות לדור או שנים איז א אלעט טעאירע וואס האט נישט קיין דעקונג. עכ"פ איך וייס נישט פון קיין געהעריגע דעקונג דערפאר דערוייל איז עס סתם בויך סברות פון מענטשן וואס פארשטייען נישט בכלל פון וואס זיי רעדן.

sunbar » מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 10:38 pm

· #53542
אגב, די וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג זענען בעצם געווען שטארקע מענטשן. אז איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר זען אז זיי זענען נישט געווען קראנק ווען זיי זענען געווען יונגער... משא"כ די היינטיגע 55-65 יעריגע זענען 80% פון זיי אויף פילן (צו עס זאל זיין בלוט דרוק. צו עס זאל זיין מיט די הארץ, און אזוי ווייטער.)

איך זאג דיר » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:27 am

· #53631
sunbar
אגב, די וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג זענען בעצם געווען שטארקע מענטשן. אז איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר זען אז זיי זענען נישט געווען קראנק ווען זיי זענען געווען יונגער... משא"כ די היינטיגע 55-65 יעריגע זענען 80% פון זיי אויף פילן (צו עס זאל זיין בלוט דרוק. צו עס זאל זיין מיט די הארץ, און אזוי ווייטער.)

הרב sunbar עס איז מיר א וואונדער וואס איר שרייבט אז די אלע וואס האבן איבער געלעבט די קריג זענען געווען שטארקע מענטשן, און די אלע 6 מיליאן זענען געווען שוואכע מענטשן ? זיי זענען געווען קראנק ? אלע פון זיי ? ילמדינו רבינו פשט אין די דיבורים תמוהים. דאס וואס איר שרייבט אז היינט זענען זייער אסאך מענטשן פון די בני חמושים ושישים אויף פילן, דאס איז ווערטער וואס מ'קאן פארשטיין מ'קאן עס דערהערן, ווייל די מעדיצינישע וועלט אז היינט זייער פארגעשריטן און דערפאר לעבט מען היינט לענגער ווי אמאל, היינט לעבן ס'רוב ביז די 90, אין דער אלטער היים איז א בן חמישים שוין געגאנגען מיט א שטעקן און היינט א בן שבעים איז נאך א יונגערמאן

איך זאג דיר » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:32 am

· #53632
און דאס וואס אזויפיל יונגע מענטשן נעמען היינט פילן איז טאקע ווייל דאס שוואכקייט איז א תוצאה פון די מלחמה וואס אונזערע עלטערן זענען אדורך שבעה מדורי גהינם און דעס האט געהאט א השפעה אויף די קידער און אייניקלעך

לעיקוואד » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:50 am

· #53633
איך זאג דיר
און דאס וואס אזויפיל יונגע מענטשן נעמען היינט פילן איז טאקע ווייל דאס שוואכקייט איז א תוצאה פון די מלחמה וואס אונזערע עלטערן זענען אדורך שבעה מדורי גהינם און דעס האט געהאט א השפעה אויף די קידער און אייניקלעך

מן הסתם האט דער קריג געהאט א השפעה נישט נאר אויף די יודען נאר אויף אלע גוים אויך [ווער וייסט, אפשר צוליב זייער שטארקע מיטפילן טאקע מיט די יודען..]
וייל סנישטא מער יודען אויף פילען ווי גויים.

sunbar » זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:52 am

· #53664
איך זאג דיר
sunbar
אגב, די וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג זענען בעצם געווען שטארקע מענטשן. אז איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר זען אז זיי זענען נישט געווען קראנק ווען זיי זענען געווען יונגער... משא"כ די היינטיגע 55-65 יעריגע זענען 80% פון זיי אויף פילן (צו עס זאל זיין בלוט דרוק. צו עס זאל זיין מיט די הארץ, און אזוי ווייטער.)

הרב sunbar עס איז מיר א וואונדער וואס איר שרייבט אז די אלע וואס האבן איבער געלעבט די קריג זענען געווען שטארקע מענטשן, און די אלע 6 מיליאן זענען געווען שוואכע מענטשן ? זיי זענען געווען קראנק ? אלע פון זיי ? ילמדינו רבינו פשט אין די דיבורים תמוהים. דאס וואס איר שרייבט אז היינט זענען זייער אסאך מענטשן פון די בני חמושים ושישים אויף פילן, דאס איז ווערטער וואס מ'קאן פארשטיין מ'קאן עס דערהערן, ווייל די מעדיצינישע וועלט אז היינט זייער פארגעשריטן און דערפאר לעבט מען היינט לענגער ווי אמאל, היינט לעבן ס'רוב ביז די 90, אין דער אלטער היים איז א בן חמישים שוין געגאנגען מיט א שטעקן און היינט א בן שבעים איז נאך א יונגערמאן

דו זאגסט אז היינט איז 90 יאר אלט נארמאל... איך ווייס נישט צו דו כאפסט, אבער זיי זענען יודן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג. איך געדענק ווען די 90 יעריגע זענען געווען 70. זיי זענען געגאנגען שנעלער און זענען געווען געזונטער ווי די היינטיגע 60 יעריגע יודן.

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:40 pm

· #53688
ער האט א טענה אבער אז מלחמה איבערלעבער זענען בדר"כ געווען געזונטערע שטערקערע מענטשן, פיזיש און גייסטיש. קודם איז געווען א סעלעקציע אין די לאגערן, און די שוואכע און קראנקע האט מען געשיקט אויף לינקס הי"ד, נאכדעם זענען די אומשטענדן פאר די לעבן-געבליבענע געווען גאר שווער, הונגער, דורשט, ווייניג שלאף, אנשטעקיגע קרענק, טיפוס, טויט מארשן, ווי די וואס זענען נישט געווען בכח צו שפרייזן פאר טעג נאכאנאנד זענען ל"ע אומגעקומען.
סא נישט אז יעדער איבערלעבער איז געווען שטארק, און יעדער אומגעקומענער איז געווען שוואך, אבער אויף איבערצולעבן אן ארבעטס לאגער און בלייבן ביים לעבן און ביי זינען האט זיך אויסגעפעלט אומגעהויערע כוחות, גופיים און נפשיים.

איך זאג דיר » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:13 pm

· #54257
sunbar
איך זאג דיר
sunbar
אגב, די וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג זענען בעצם געווען שטארקע מענטשן. אז איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר זען אז זיי זענען נישט געווען קראנק ווען זיי זענען געווען יונגער... משא"כ די היינטיגע 55-65 יעריגע זענען 80% פון זיי אויף פילן (צו עס זאל זיין בלוט דרוק. צו עס זאל זיין מיט די הארץ, און אזוי ווייטער.)

הרב sunbar עס איז מיר א וואונדער וואס איר שרייבט אז די אלע וואס האבן איבער געלעבט די קריג זענען געווען שטארקע מענטשן, און די אלע 6 מיליאן זענען געווען שוואכע מענטשן ? זיי זענען געווען קראנק ? אלע פון זיי ? ילמדינו רבינו פשט אין די דיבורים תמוהים. דאס וואס איר שרייבט אז היינט זענען זייער אסאך מענטשן פון די בני חמושים ושישים אויף פילן, דאס איז ווערטער וואס מ'קאן פארשטיין מ'קאן עס דערהערן, ווייל די מעדיצינישע וועלט אז היינט זייער פארגעשריטן און דערפאר לעבט מען היינט לענגער ווי אמאל, היינט לעבן ס'רוב ביז די 90, אין דער אלטער היים איז א בן חמישים שוין געגאנגען מיט א שטעקן און היינט א בן שבעים איז נאך א יונגערמאן

דו זאגסט אז היינט איז 90 יאר אלט נארמאל... איך ווייס נישט צו דו כאפסט, אבער זיי זענען יודן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג. איך געדענק ווען די 90 יעריגע זענען געווען 70. זיי זענען געגאנגען שנעלער און זענען געווען געזונטער ווי די היינטיגע 60 יעריגע יודן.

הוא אשר דיברנו אז די אידן פון דערהיים זענען געווען שטערקער אויסגעבויעט ווי די אידן וואס זענען געבוירען נאכן קריג, איר קענט אפילו זען עלטערע אידן לאוי"ט וואס די נערוון זייערע זענען אויסגעבויעט שטערקער, אדרבה מאכטס ריסורטש דערויף אפשר בין איך נישט גערעכט.

איך זאג דיר » מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:18 pm

· #54262
דיי היינטיגע 90 יעריגע לעבן דאך אין א מעדיצינישע וועלט, נישט אזוי ? דערפאר זענען זיי טאקע אנגעקומען צו די 90

sunbar » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 9:30 am

· #54573
איך זאג דיר
דיי היינטיגע 90 יעריגע לעבן דאך אין א מעדיצינישע וועלט, נישט אזוי ? דערפאר זענען זיי טאקע אנגעקומען צו די 90

יא יא, אבער די היינטיגע 60 יעריגע לעבן אויך אין א מעדיצינישע וועלט, און קוק ווי זיי זעען אויס.

איך זאג דיר » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 4:56 pm

· #55588
sunbar
איך זאג דיר
דיי היינטיגע 90 יעריגע לעבן דאך אין א מעדיצינישע וועלט, נישט אזוי ? דערפאר זענען זיי טאקע אנגעקומען צו די 90

יא יא, אבער די היינטיגע 60 יעריגע לעבן אויך אין א מעדיצינישע וועלט, און קוק ווי זיי זעען אויס.

נו, הוא אשר דיברנו, זיי זענען עס דער דור ראשון פון נאכן קריג

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 5:04 pm

· #55592
במחילבה מכבוד הכותבים שיחיו, איז די גאנצע פאקט ארום וואס מרעדט דא בכלל באשטימט אלץ אמת, אדער סתם א השערה פון איינער. זענען 90 יעריגע יודען טאקע מער געזונט פון 60ער. ?
אפילו אויב יא, דארף מען נישט די קריג דאס מסביר זיין נאר פשוט אז ער איז אנגעקומען צו די ניינציג איז א סימן אז ער איז געווען מער געזינט אויך ביז אהין.