☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי

נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #203

אךשמח » זונטאג מערץ 18, 2012 1:21 am

· #1804
נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
מען דארף נישט זיין צו אלט צו געדענקען דעם גראסערי אויף ליע עוועניו ביי ראס סטריט אין וויליאמסבורג, און אפילו די וואס האבן שוין דערפון פארגעסן, דערמאנען זיך די טעג דערפון, ווען מען האט זיך ענדליך אויפגעוועקט און מען האט אנגעהויבן צו ארבעטן ארום דעם בנין וואס איז שוין פארשלאסן און פארהאמערט אן ערך צען פופצן יאר.

דער גראסערי איז געווען א שם דבר. עס איז געווען אפן כמעט אלעמאל ווען מען האט געדארפט א גראסערי, פונעם זמן און ביזן זמן. אונז קינדער האבן געהאט א געשמאק צו גיין דארט איינקויפן. עס איז געווען אפן גאר שפעט אין דער נאכט אריין, און געווען א גוט פארברענג ארט אין יענע צייט. דאכט זיך אז פאשקעווילן קעגן דעם גראסערי איז געווען א רוטין.

אין יענע צייטן ווען ער איז געווען אפן איז ער געווען פון די איינציגע וואס האבן געהאט פרישע זעמל אום מוצאי שבת. היינט האט שוין יעדער קליינער געשעפט פרישע (און רויע...) בייגל און מען שלאגט זיך שוין ארום ווער עס קען עס געבן פאר ביליגער אדער גאר צוצאלן פאר די וואס נעמען די בייגל...

דער באלעבאס דערפון איז געווען דער גוטער איד ר' ישכר רייך ני"ו וואס איז געווען א זעלטן גוט הארץ און מען האט אים טאקע אויסגענוצט ביזן לעצטן טראפ.

ווער דא געדענקט נאך דעם געשעפט?

זר זהב » זונטאג מערץ 18, 2012 1:40 am

· #1807
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
ווען א שאכטל ציגארעטן האט געקאסט 2.35 , ווי נעמט מען צוריק יענע צייטן. האט ער געהאט א שותף ? עפעס ליגט מיר אין קאפ אז ר' תלי גראס פלעגט זיך דארט דרייען אסאך.

שמואל שלום שלמה » זונטאג מערץ 18, 2012 10:48 am

· #1825
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
ר' תולי פרעגט זיך דארט דרייען ווייל דאס איז געווען די נענסטע פלאץ מיט ציגארעטלעך צו ראדני...

John Doe » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 12:33 am

· #2290
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
דאס רעבעצין זיינע געדענק איך. זי איז געווען א שיין באפוצט ווייבל, מן הסתם האלב פון די קונים זענען געקומען דארט צוליב איר איינקויפן. יא וויליאמסבורג האט אמאל געהאט א חן.

רואיק » פרייטאג מערץ 23, 2012 1:14 am

· #2432
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
John Doe
דאס רעבעצין זיינע געדענק איך. זי איז געווען א שיין באפוצט ווייבל, מן הסתם האלב פון די קונים זענען געקומען דארט צוליב איר איינקויפן. יא וויליאמסבורג האט אמאל געהאט א חן.


👍 דו שרייבטס וואס אנדערע טראכטן.

ס'האט מיט וויי געטוהן ווען די גראסערי האט זיך פארמאכט. ס'איס געוועהן א וויליאמסבורגער אינסטיטוציע, אזוי ווי מעכלטע'ס טוי סטאר (נאך אויף ראדני), די קאפ קעיק לעידי, און דער איד וואס פלעגט גיין נאך געלט פאר טשיבינער ישיבה אינדרויסן פון פלאם'ס (ווען מ'האט נאך געקענט שמעקן די פיקלס ביז דער ווינער ביהמ"ד).

רואיק » פרייטאג מערץ 23, 2012 2:15 am

· #2450
Re: נאסטאלגישע זכרונות פון סוכי רייך'ס גראסערי
[ציטאט אראפגענומען]


ווי דער סאטמארער בוטשער איז היינט. נישט ביים קארנער נאר איין סטאר אריין קעגן איבער די דשולערי סטאר. ביי די וועי אויף לי עוו. איז די סטאר שוין געוועהן "מסודר", שטעלט אייך פאר...

דאכטסעך זי איז שוין נישטא. זי איז געוועהן א אמתער פיינער פרוי, גרייט געוועהן צו זוכען א קליינעם שמאנץ ווערד א ניקל צופרידנצושטעלן א אידיש קינד.