☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס קאסטן אונז אפ די רבי'שע סוכות

וואס קאסטן אונז אפ די רבי'שע סוכות

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1998

קלאר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:13 pm

· #49014
וואס קאסטן אונז אפ די רבי'שע סוכות
די רבי'ס בלייבן נישט אינטערשטעליג סוכות
יעדער פראבירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט די גרעסטע און שענסטע סוכה
מ'וועט מאכן א קאמפיין און שנארן נאך אפאר דאללער

דורכגייענדיג עטליכע רבי'שע סוכות
ווער איך איבערצייגט וויפיל איבריג געלט געוויסע קהלות און רבי'לעך פארמאגן

געב א קוק אן ר' אייזיק ספינקער
ער בויעט א געהעריגע בילדיג פאר די 7 טאג, געהעריג מיט א קרעין אין ביעםס, מ'קען מיינען אז עס גייט שטיין פאר 5-10 יאר
די זעלבע מיט די זאליס
א בילדינג מיט ביעםס וואס מ'בויעט שוין א שטיק צייט
אין די ווענט מוזן אויך זיין פין דיקע אייזן (אז די וואנט וועט זיין פין האלץ אדער פלעסטיק וועט עס הייסן אז מ'מאכט נאך די ארונים.. ווער ווייסט)
אויפצושטעלן אליין דארף זיין קאסטן טויזענטערס

די זעלבע מיט עכטע גרויסע רעבעס
לאזן זיך פרינטען ריזיגע בענערס וואס זאל באשיינען די סוכה מיט אלע 4 ווענט

איז טאקע דא אזויפיל איבריגע געלט?
איז ווערט צו פלאשן אזויפיל געלט פאר די 5 נעכט חול המועד?

אייגענארטיג » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 1:34 pm

· #49022
יא יא געב א קוק וויפיל פון זיי ספענדען דערנאך חוה'מ אליין מבאשטעלט דעם אין יענעם ווער עס וועט נאר ברענגען א מענטש מער.
א שנעלע חשבון צאלט אזא מיני רעבעלע פער מענטש פער נאכט עטליכע הינדרעט דאללער.

דאס איז די לכתחילה פלאן: אויב אבער ארבעט זיך נישט אויס די פלאן אין די אדווערטייזמענטס זענען נישט גענוג רשעיג אין מענטשען קומען נישט....... דאן איז ווערט די מליצה. פארשטינקענע פיש געגעסען אין פון שטאט ארויסגעווארפען.

לעיקוואד » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 4:23 pm

· #49034
פארוואס פארגינסטו נישט? ער איז א רבי, דאס איז זיין ביזנעס, סאיז זיין קאפוויי זאל זיין געלט פאר דעם. די אלמנות ויתומים וועלן סיווי נישט האבן מער אדער וייניגער געלט לויט וואסארא סוכה סאיז דא [אדרבה, צומאל איז ספענדן אסאך געלט אויף זיך מחייב אויך צו ספענדן אויף אנדערע, ודו"ק] , ער בעט דיר נישט פאר קיין געלט, לאז עם לעבן זיין לעבן און לעב דו דיר דיין לעבין. און אויב סשמעקט דיר קענסטו אפילו גיין דארט יום טוב און הנאה האבן. וואס דארף מען קוקן שלעכט יעדער זאך? אנן בדידן ואינהו בדידהו. אונז האבן נישט די רעבישע קרענק און זיי האבן נישט אונזערע קרענק, זאל יעדער אנגיין מיט זיין זאך לחיים ולשמחה ולשלום.

אוי טאטי » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 4:03 pm

· #49142
כ׳בין יעצט אדארעכגעפארן אויף וויליאמסבורג סט. אין די קראסנא פארקינג לאט, האב איך אויך געזען דארט אויפגעשטעלט א גרויסע געביידע מיו שטאלענע ביעמס פאר א סוכה, באלאנגט דאס פאר קראסנא? זיי דארפן אזא גרויסע סוכה?

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 4:04 pm

· #49143
כ'מיין ס'באלאנגט פאר ר' מענדעלע

אוי טאטי » דינסטאג אקטאבער 2, 2012 8:59 pm

· #49158
אהה.. כאמיך געווינדערט פארוואס עס איז נישט געווען אויסגערעכנט אויבן.

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 2, 2012 9:54 pm

· #49172
אוי טאטי
אהה.. כאמיך געווינדערט פארוואס עס איז נישט געווען אויסגערעכנט אויבן.

איך נישט... 😉

smart » דינסטאג אקטאבער 2, 2012 9:55 pm

· #49174
לאמיר דאס שוין אריינפירען אין צימעס אריין

זר זהב » דינסטאג אקטאבער 2, 2012 9:57 pm

· #49175
smart
לאמיר דאס שוין אריינפירען אין צימעס אריין

מ'וואלט עס לכתחילה געדארפט דארט עפענען. נישט אריינפירן

אריק » דינסטאג אקטאבער 2, 2012 10:48 pm

· #49181
מיך האט נאך קיינמאל נישט געקאסט קיין רבישע סוכה.

צוקער » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 3:55 pm

· #49254
נעכטן נאכט בין איך אריינגעפאלן אין די סאטמארע סוכה (מהרז"ל) אויף ראדני סט. קוקט נישט אויס ווי דאס קאסט אפ עפעס גרויסע זאכן, פשוטע ווענט און בלויזע פירהענגן אויפן מזרח וואנט.

לעמיל » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 3:58 pm

· #49258
די פשוט'ע ווענט קאסט אסאך אויף צו שטעלן.

צוקער » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 4:01 pm

· #49261
דו קויפסט עפעס יעדעס יאר נייע ברעטער? מען קויפט דאס איינמאל פאר אלעמאל.
די טוילעט פעיפער פון ראדני שול קאסט אויך הונדערט מאל אזוי סאך ווי ביי דיר אינדערהיים...

קלאר » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 5:52 pm

· #49289
לאמיר קוקט קוקען טרוקענע פאקטען
לייגען אין א זייט די פאליטיק

קיינער פין די אלמנות וועלן נישט מרוויח זיין אז מ'וועט מאכען א ביליגערע סוכה
אבער פארוואס לוינט זיך פאר די חסידות אליין צו פלאשען אזויפיל געלט

איך זעה אז די זאליס ווילן מאכען א צאמשטעל פין די 2 סאטמארע סוכות אין וויליאמסבורג
ס'איז אבער לא קרוב זה על זה

אין צייט וואס די ארונים / אדער ווי ער וויל עס רופן: קראסנא האט א סוכה וואס די ביהמ''ד גוים שטעלן יערליך אלייןס אויף
עס איז א גרינגע פאטענט די זעלבע געדאנק ווי די פארענטשעס פין די פארקאש ברודער (וואס אלע קהילות ניצן היינט)
אין די ווענט מאכט מען מיט פלעסטיק דורך די זעלבע שוהל גוים
די דאך איז טאקע נישט אזוי הויעך ווי די עמפייער סטעיט אבער עס איז גרויס אין עס קאסט קליין געלט קעגן די די אנדערע,

מאידך גיסא קוקסט אן די ראדני סוכה
טראץ וואס עס איז אסאך קלענער, זענען די ווענט משוגע הויך (זעהט אויס אז די בילדער איז א שטארקע דגוש)
זיי דארפן יערליך אראפרופן א קאמפעני וואס זאל עס אויפבויען, אין די ווענט איז פין שטוהל אין אייזען

אדרבה, מיך שטערט גאנץ ווייניג אז מען פלאשט געלט פאר שטותים
מיין שאלה איז נאר פארוואס עס לוינט זיך אים

די זעלבע איז לאו דוקא מיט אים
קוקטס אן ר' אייזיק ספינקער ער מאכט טאקע נישט קיין אייזענע ווענט
אבער דארף אויך באשטעלן יעדע יאר א קאמפעני זאל אים אויפבויען די סוכה

בקיצור, פארוואס לוינט זיך צו פלאשען אזויפיל געלט פאר א סוכה פין א וואך

sunbar » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 8:27 pm

· #49299
צוקער
נעכטן נאכט בין איך אריינגעפאלן אין די סאטמארע סוכה (מהרז"ל) אויף ראדני סט. קוקט נישט אויס ווי דאס קאסט אפ עפעס גרויסע זאכן, פשוטע ווענט און בלויזע פירהענגן אויפן מזרח וואנט.


עס מוז זיין געבויעט זייער שוואך אז די ביזט "אריינגעפאלן" דארט...