☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » פאריודישטע ענגליש אדער פארענלישטע אידיש

פאריודישטע ענגליש אדער פארענלישטע אידיש

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1992

מאטי » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:23 pm

· #48914
פאריודישטע ענגליש אדער פארענלישטע אידיש
איך רעד דא צו 30גערס אחין העכיר איר קימט דרך דעם אויסדריק פון חיים גרינבערג why are you knocking on tea pots (וואס האקסטו אין טשייניק) דא וועט יעדער קעננן ארויפלייגן אייגענע חידושים אדער געהערט פון אנדערע אין דעם פעלד .. כעל אנהייבן מיט דאס א יונגערמאן וועלענדיג קאמפלימענטירן סווייב נאכן איר טעגליך אנשרייען פארן סווייפן דעם קק צום מאקסימום הייבט זיך דער טעקסט אן to my wonderfull most expensive wife "..............................I am really sorry......."..

גוטזאגער » מאנטאג אקטאבער 15, 2012 7:26 pm

· #51758
איינער בעט איינעם פליז מעיק טא די דאאר

מען זאגט אז אברהם ישעי' האט אמאל אנגעשריגען א גוי "דאנט טעיק מי אט אף דעי דישעס

נס קאווע » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:21 pm

· #52761
א קאר סערוויס דרייוער האט מיר אמאל געפרעגט פאר וואס אלע יודן בעטן "פליז קלאוז די רעדיא", ס' האט מיר אויך גענומען א מינוט צו כאפן

sunbar » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:24 pm

· #52762
נס קאווע
א קאר סערוויס דרייוער האט מיר אמאל געפרעגט פאר וואס אלע יודן בעטן "פליז קלאוז די רעדיא", ס' האט מיר אויך גענומען א מינוט צו כאפן


איך האב נאכאלץ נישט געכאפט.

איך זאג דיר » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:38 pm

· #52768
איינער האט אמאל געפרעגט דעם חבר, וויאזוי זאגט מען ווינדאו אויף ענגליש ?

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 4:47 pm

· #52773
מיין קאזין אין בעט שרייט פאר איר שוועסטער
"ברינג מי נעיל וואטער",
שרייט זי צוריק, "איי העוו יא אין די עטיק"....

No_name » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 5:33 pm

· #52796
you work and work and i dont see the fruits

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אקטאבער 17, 2012 6:12 pm

· #52822
מעיק אפ די פענסטער

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 2:09 am

· #52929
נס קאווע
א קאר סערוויס דרייוער האט מיר אמאל געפרעגט פאר וואס אלע יודן בעטן "פליז קלאוז די רעדיא", ס' האט מיר אויך גענומען א מינוט צו כאפן

פרעגט תוספות א קשיא. רוב קאר סערוויס דרייוערס זענען דאך רוסישע אדער מעקסיקאנער. און זיי קענען דאך פונקט אזוי גוט ענגליש ווי די היימישע. פארוואס זאל זיי באדערן אז די היימישע רעדן ענגליש שלא עפ"י דקדוק? 😂

מאטי » דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 9:51 am

· #52961
you'r stepping on my Chicken Eye

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:26 am

· #64333
moti107
איך רעד דא צו 30גערס אחין העכיר איר קימט דרך דעם אויסדריק פון חיים גרינבערג why are you knocking on tea pots (וואס האקסטו אין טשייניק) דא וועט יעדער קעננן ארויפלייגן אייגענע חידושים אדער געהערט פון אנדערע אין דעם פעלד .. כעל אנהייבן מיט דאס א יונגערמאן וועלענדיג קאמפלימענטירן סווייב נאכן איר טעגליך אנשרייען פארן סווייפן דעם קק צום מאקסימום הייבט זיך דער טעקסט אן to my wonderfull most expensive wife "..............................I am really sorry......."..

וועגן "האק נישט אין טשייניק" האט שוין בערל בעל עגלה (איך) געשריבן אין אנדער'ן אשכול.וואס דער מקור פון דעם אויסדרוק איז. נאר איך בין צו פויל צו מאכן א "סוירטש"