Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
נאך דא א ערליכער איד אויף דער וועלט.
ווען ווערט מען א Rabbi אין די צייטונגען? נאר ווען מען ווערט ארעסטירט אדער יעדער חסיד איז אטאמאטיק א Rabbi?
Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
ווייל מר. לעבאוויטשס לויער האט עס פונקט מסביר געווען פארן טיימס, אנדערש וואלט מסתם דער טיימס אים אויך גערופן Rabbi אזוי ווי אין אנדערע פעלער.
ידעןנאך דא א ערליכער איד אויף דער וועלט.
ווען ווערט מען א Rabbi אין די צייטונגען? נאר ווען מען ווערט ארעסטירט אדער יעדער חסיד איז אטאמאטיק א Rabbi?
זייער פשוט
אז מען איז גרייט צו ליידן פאר א אידןס וועגן איז מען אטאמאטיש און מיט רעכט א רבי
קען מען קומען נעמען א ברכה פון אזא איד
Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
[ציטאט אראפגענומען]
ליידער לויט די קאמענטס וואס די מענטשען שרייבן דארטן, איז עס ווייט פון א קידוש השם
Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
He is not in prison, he is in hospital, not feeling well the last week
Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
עס רייסט און ווייטאגט ביים הארץ די ביטערע לאגע זיינע, און ווי איינער האט דא געזאגט איז הרב זיגלמאן ראוי צו נעמען קוויטלעך.
דער טייערער און הייליגער איד איז מסכים צו גיין זיצן אין תפיסה פאר אכצן חדשים און נישט מסר'ען. דער איד איז נעבעך נישט געזונט און ער ליידט ביטערע יסורים. איין באשעפער ווייסט וויאזוי ער וועט אויסהאלטן אין תפיסה. דאך האט ער נישט גענומען קיין שום היתר און נישט גע'מסר'ט אנדערע.
ס'איז דא ווייניג אזעלכע אידן היינט, ליידער.
Re:
דעינעשידעןנאך דא א ערליכער איד אויף דער וועלט.
ווען ווערט מען א Rabbi אין די צייטונגען? נאר ווען מען ווערט ארעסטירט אדער יעדער חסיד איז אטאמאטיק א Rabbi?
זייער פשוט
אז מען איז גרייט צו ליידן פאר א אידןס וועגן איז מען אטאמאטיש און מיט רעכט א רבי
קען מען קומען נעמען א ברכה פון אזא איד
שווער צו זאגן אז דער L A Times טראכט אויך אזוי...
Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
בד"וו
האט זיך עפעס געמאכט אין ספינקא אין די לעצטע חדשים.
כלומר, זענען צוגעקומען חסידים? זענען מענטשען מחשיב א איד וואס האט געהיטן די מויל נישט צו מסר'ן. און אויך פארדעם געלעבט גאר א איינזאם פריוואטען לעבען?
Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
למען האמת מוז געזאגט ווערן אז אפילו בגשמיות לוינט זיך פאר הרב זיגלמאן נישט צו מסר'ן. איז נישט גרינגער צו זיצן 18 חדשים אין תפיסה און דערנאך ארויסגיין א העלד, ווי מסר'ן און דערנאך ווערן דערנידערט און באשייגעצט דורך דער געזעלשאפט פאר זיין גאנצן לעבן?
דאס איז נישט גערעט צום זאך
אין יעדע חסידות איז דא שיינע מכובעדיגע מענטשען אפענע מוסרים וואס האבען איינגעזעצט אנדערע אידען פאר לאנגע יארען אין דזשעיל און באקימען כבוד מלכים
סאו קאט דע קרעפ
טאמבס אפ פאר "ראביי" זיגעלמאן
Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
קידוש השם אהער קידוש השם אהין, למעשה ברענגט דאס אנטיסעמיטיזם, אז גוים טראכטן אז די אידן קענען זיך ארויסדרייען פון גערעכטיקייט און באגיין סיי וואס פאר א פארברעכן אן דארפן מורא האבן אז זיי וועלן געברענגט ווערן צו משפט דורך ארויסגעבן אינפארמאציע פאר די אטאריטעטן. יעדער דארף זיין אייגענטליך ווערד פארן געזעץ אן קיין אויסנאם. טאמער וואלט עס געווען א גוי וואלט ער אויך נישט אויסגעזאגט? איז פארוואס מבדיל זיין בין דם לדם?
Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
די איינציגסטע ביי וועם דער שם שמים ווערט דא נתקדש זענען די מאפיאנערישע גענגסטערס וואס ביי זיי שעצט מען שטארק איינער וואס איז גרייט צו יושבן ווי איידער צו פארמאסרן די הויפט גענגסטערס.
Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט
מיט וואס איז דאס א קידוש ה'? אז דער יוד איז גרייט צי זיצן נישט ארויסציגעבן זיין ברודער? דאס איז נישט אן עטישער גורם. יעדער גוי אדער גוי'טע ווייסט אן דיינע הסברים אז ווען די רעדע איז צי מסר'ן אנדערע גוים וואלט ער שוין לאנג גע'מסר'ט. לאידך גיסא - ווען די רעדע איז צי מסר'ן אנדערע יודן וואס האבן בא'עולה'ט יודן וואלט אויך קוים א שאלה געווען. די סיבה פארוואס ער מסר'ט נישט איז ווייל די נפגעים פון די חטא פון מר זיגלמאן זענען נאר גוים אדער די ממשלה וואס פאר זייערע וואויל זיין 'עמיר זיך נישט אויף אזויפיל אומבאקוועם מאכן ווי גיין עדות זאגן פאר א גרענד ז'ורי.
דאס איז קיין קידוש ה'. מר זיגלמאן איז סייווי א שטארקע מענטש וואס איז גרייט צו גיין מיט מסירת נפש צו מקיים זיין די הלכה וואס זיין דיין ערקלערט עם. א צדיק אפשר אויך. און אולי בלית ברירה א מחלל שם שמים באונס אויך!
Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט
טיהן וואס שטייט אין די תורה הייסט מחלל זיין שם שמים?
מ'מעג זאגן עפרא לפימך?
Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט
איך בין מסכים מיט אברעמל, צו זאגן אז א איד וואס האט פלעין געטוהן וואס די תורה הייסט איז מחלל שם שמים, דאס אליינס איז דער גרעסטער חילול ה'.
חילול ה' ווערט נישט גערעכנט וויזוי יעדער איז ביי זיך מחליט. אמאל האט מען דא אין אמעריקא געשריגן חילול ה' אויף א א בארד, פיאות איז געווען גאר א גרויסער חילול ה'. ס'ארבעט נישט אזוי, אז מען טוט וואס די תורה הייסט איז מען מקדש שם שמים, און ווען אנדערע זעען דאס איז מען מקדש שם שמים ברבים, און ווען עס איז דערצו אויף א זאך וואס קומט אן גאר שווער און כמעט קיינער טוט דאס נישט היינט, מיט פופציג (אדער גאר ק"ן) טעמים און סיבות, דאס איז דאר גאר גאר א גרויסער קידוש שם שמים, און דא ביי דעם פאל ווי מען רעדט דערפון אין די גאנצע אידישע וועלט האט דער איד מקדש געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו.
שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.
Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט
הדד בן בדדאיך בין מסכים מיט אברעמל, צו זאגן אז א איד וואס האט פלעין געטוהן וואס די תורה הייסט איז מחלל שם שמים, דאס אליינס איז דער גרעסטער חילול ה'.
שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.
Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט
[ציטאט אראפגענומען]
אויף אים איז דא אסאך רעקארדירטע געשפרעכן, סא זיי ווייסן קלאר אז ער ווייסט נעמען, משא"כ ביי די אנדערע
Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט
כעלמער מגיד, איך זייטיג מיט ר' חיים נחומ'ען, און איך וויל אפאר ווערטער צולייגן, דו ברענגסט א רמב"ם איבער משא ומתן באמונה, דו ווילסט מיר זאגן אז ר' משה אליעזר האט געפירט "ביזנעס" און עס נישט געפירט באמונה? ער האט בא'גנב'עט מענטשן? בא'ראבעוועט מענטשן, אונטערגעברענגט זייערע פרנסות? וכדומה. וואס ווי ווען. ער האט גע'כשר'ט געלט, און דורך דעם געהאלפן מענטשן זיך ארויסדרייען פון צאלן שטייערן.
אויב ווילסטו זאגן אז דאס הייסט משא ומתן שלא באמונה, ביסטו בארעכטיגט, אין אמעריקא איז יעדער ענטייטלד צו זיין (ראנג) אפיניאן, אבער דאס מיינט נאך נישט אז דאס איז די הלכה. ע"פ תורה (און גראדע אויך לויט די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, דערפאר האט מען געמוזט מאכן אן אמענדמענט ואכמ"ל), איז די סארט שטייערן וואס די אמעריקאנער רעגירונג טוט איינקאסירן, פאלנע גניבה. ווען א רעגירונג טוט לעגאליזירן פאר זיך געוויסע סארט גניבות איז עס נאך נישט געווארן אויס גניבה, עס איז פשוט לעגאלע גניבה, אבער גניבה בלייבט גניבה צו עס איז לעגאל צו נישט.
איי די אמעריקאנער גאס קוקט עס אזוי אן (ביים איד פארשטייט זיך, זיי מעגן, עטליעסט ביז מען כאפט זיי) פיין, עס איז א טענה, אבער הלכה ווערט עס נאך נישט צוליב דעם. די אמעריקאנער גאס קוקט אויך זייער אראפ דאס וואס מיר געבן נישט הענט פאר נשים, און דאס וואס מיר טאנצן נישט מיט זיי באנעזאם, און דאס וואס מיר שיקן נשים אינבעק פון די באס און אז זיי גייען אנגעטאן בצניעות. נו עסטו מיר יעצט זאגן אז דאס איז אויך חילול ה' ווייל עס שטייט שיהא דיבורו בנחת עם הבריות? (עפעס וואס ר' משה אליעזר האט דוקא זייער שיין אויסגעפירט).
ווידער מסירה קעגן א איד איז גאר א הארבער עבירה, אפילו ווען ביי די אמעריקאנער קוקט עס אויס ווי א מצוה, און נישט מסר'ן איז גאר א געהויבענע זאך, אפילו עס רעגט אויף די אמעריקאנער שופט אדער שופט'קע, די תורה טשעידשט זיך נישט ווייל אזוי קוקט עס דער גוי אן.
ר' משה אליעזר איז דא דייקא יא א גרויסער מקדש שם שמים, אפילו לויט די קריטעריעס וואס דו האסט געברענגט, וועל איך אלזא אויספירן נאכאמאל:
שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.
----
האסט אריינגעהאקט
וואס הייסט די רעדע איז נישט ע"פ תורה, דער גדר פון חילול ה' ווערט נקבע ע"פ תורה, נישט אזוי? אויב נישט אויף וואס ארויף האסטו געברענגט דעם ואהבת את ה' אלוקיך שטיקל. יא, חילול ה' האט טאקע מיט די תורה, די תורה איז קובע וואס דאס איז, און דו אליינס האסט דא געברענגט איין זייער שיינעם שטיקל איבער דעם, און דאס זאג איך דיר דא. ער קומט נאך אלע תנאים אין דעם שטיקל. און עס איז נישט קיין נפק"מ ווי שטארק ער האט געמיינט לשם שמים צו נייציג פראצענט אדער נאר זעכציג. דער מציאות איז אז ער איז נישט רייך געווארן דורך דעם (אזוי ווי פילע אנדערע) און ער האט געטון מיט דעם אסאך מצוות.
איי ער האט באשווינדלט די רעגירונג, וואס לויט די הייליגע אמעריקאנער מוחות איז דאס "די ערגסטע" עבירה אין די וועלט? האב איך דאך א רעכט מחולק צו זיין מיט פעטרא, פיטער און גאנזאלעז און זאגן אז עס זענען דא ערגערע עבירות פון דאס, ווי למשל מסירה.
ווידער גיין זיצן אין תפיסה פאר נישט וועלן מסר'ן איז א גרויסער קידוש ה'. א איד איז מקיים דעם שולחן ערוך אפילו עס קאסט אים תפיסה. דאס הייסט מקדש שם שמים בגופו ובממונו.
שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.