קורץ און שארףילקוט ראובני
האט געמאכט דער בעל 'שבט מוסר', א ספרדישע גדול, אבער טאקע נישט צו לאנג צוריק. און איז א ליקוט פון פארשידענע ספרי קדמונים, לאו דוקא מדרשים, נאר אפילו פון ראשונים, און אסאך ספרי קבלה, ווי ריקאנטי וכדו'.
ילקוט שמעוני,
איז א ליקוט פון מדרשים, געמאכט דורך ר' שמעון, ראש הדרשנים אין (דוכט זיך) פרנקפורט, שוין גאר לאנג צוריק, איך וואלט משער געווען פון איינע פון די ערשטע אחרונים (ארום 600 יאר צוריק) עס איז שוין דא א פירוש דערויף 'זית רענן' פונעם 'מגן אברהם' (ארום 350 יאר צוריק).
ווי געזאגט איז אלעס מדרשים, עס איז א הפלא'דיגע ליקוט [נישט לויט די היינטיגע מושגים], עס ברעגנט צאם אלע דרשות חז"ל פון די גמרא, פרד"א וכו', מסודר לויט די פרשה.
גאר א וויכטיגע נקודה: אין ילקוט שמעוני, האט ער צוזאמגברענגט נאר די מדרשים וואס לערנט זיך גרינגער, און נישט די מדרשים וואס איז אביסל שווער צו פארשטיין. [איינער וואס האט פראבירט צו לערנען מדרש רבה, ווייסט וואס איך מיין].
מדרש רבה [מיט א ה"א],
איז לכאורה די טאטע פון די מדרשים. וואס איז נתחבר געווארן דורך די הייליגע אמוראים. גענוי ווי תלמוד בבלי איז פאר הלכה, איז מדרש רבה פאר אגדה. יא! פונקט ווי גמרא. פארוואס עס איז נישט אזוי נפוץ [בפרט די לימוד שבו] ווי גמרא? איז לכאורה צוליב די שווערע לשון און אויסשטעל, אבער הסיבה העקרית נראה: עס איז אגדה, און איז נישט נוגע הלכה. אבער גמרא, איז דאס הארץ פון חיי היהודי. וועגן דעם האט מען מעדיף ג איז עווען גמרא.
נישט פונקט. לויט ווי איך געדענק איז נאר בראשית רבה טאקע אפשר פון רבה דער אמורא. און אויך ער איז זיכער אז סנחתפם געווארן אסאך שפעטער ווי חתימת התלמוד. אמת אז רוב מימרות דארט זענען פון תנאים ואמוראים, אבער דאך האט עס נישט דער סטעמפל פון רבינא ורב אשי אזויווי די גמרא.
אנדערע חומשים זענען אפילו שפעטער. למשל במדבר רבה דאכט זיך מזמן הראשונים.
לכאורה אין די גמרא איז דאך אויך געברענגט אגדות, איז וואס זיי האבן אויסגעלאזט איז דא א סיבה דערפאר.
[b/]תוספתא[/b]
איז נישט א מדרש, עס איז מער א 'סניף' פון די גמרא, און איז טאקע געדריקט צום סוף פון די גמרא. לויט ווי איך פארשטיי איז די זאך אזוי: עס איז געווען היבש אסאך אזעלכע ליקוטים ווי וואס אונז האמיר 'תוספתא', רבינא און רב אשי האבן ארויסגענומען אסאך שטיקלעך און מסדר געווען תלמוד בבלי. אין גמרא זעט מען 'ברייתות', רב חייא און רב אושיעא האבן געמאכט ברייתות, און נאך אסאך. די תוספתא וואס אונז האבן איז מער אנגענומען געווארן ווי אנדערע, אסאך זענען פארלוירן געגאנגען במשך די יארן.
תופסתא איז מימרות פון תנאים וואס רבי האט נישט אריינגעלייגט אין די משנה. ממילא איז דאס ווי א סניף פון משנה נישט פון גמרא [מסתמא האט איר דארס געמיינט אבער איך מאך נאר קלאר]
[/quote]
ספרי
איז אויף די פרשיות פון סדרי במדר דברים. מער גענויגט אזוי ווי מדרש רבה.
[/quote]
די אלע פאלגענדע, זיינען זייער אנדערש פון מדרש רבה ווייל זיי זענען מדרשי הלכה נישט מדרשי אגדה. בעצם אלא דינים פון די משנה וגמרא האבען זיי ארויסגעלערנט פון פסוקים בדרך שמבואר בספרי וכו'
[/quote]
מכילתא איז אויף די סדרות פון שמות. אויך ענליך צו מדרש רבה.
ספרא
געדענק איך נישט אויסעווייניג.
[/quote]
איז תורת כהנים מדרש ההלכה אויף ויקרא.
פרקי דר' אליעזר [וואס ווערט נישט דערמאנט אינעם קעפל פונעם אשכול]
איז אין פאקט ענליך ווי מדרש, אבער: עס איז די ערשטע ספר נאך תורה שבכתב. דאס הייסט: די ערשטע ספר פון תורה שבעל פה. די הייליגע און גרויסע תנא, פון די ערשטע תנאים: ר' אליעזר הגדול, בן הורקנוס, האט עס געמאכט. אין די ערשטע פרק פונעם ספר ווערט געברענגט די באקאנטע מעשה פון אים מיט זיין טאטע וויאזוי ער האט אנגעפאנגען צו לערנען.
דאס גאנצע פרדר"א איז זייער אינטרעסאנט!
[/quote]
פדר"א איז טאקע זייער אינטרעסאנט. אבער סאיז א גרויסער ספק צו סאיז טאקע פון חז"ל בכלל. סזענען דא שטארקע ראיות אז סאיז אסאך שפעטער געשריבען געווארן.