☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פרנסה, רוח הקודש אדער בנים טובים?

פרנסה, רוח הקודש אדער בנים טובים?

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1984

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:34 am

· #48699
פרנסה, רוח הקודש אדער בנים טובים?
דארט ביי כתר פון די ימים נוראים איז געדריקט ביי 'איה', אז ווען דער ש"ץ האלט דא איז א שעת הכושר מ'קען בעטן וואס מ'וויל פון דריי אדער פרנסה אדער רוח הקודש אדער גוטע קינדער.

ביי שכן לעבען מיר האט מיר געוויזען אז האט געבעטן פאר רוח הקודש.
איינער זאגט מיר ביים פרעגן, ער האט נישט געהאט חשק צו בעטן פאר פרנסה אין אזא הייליגע טאג האט ער מתפלל געוועהן פאר גוטע קינדער.

כ'האב דייקא יא געבעטן אויף פרנסה,
הער אז עס איז דא אזא אויסוואל, פארוואס דען נישט?

הירשל ציג » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:37 am

· #48702
וואס איז ווערט די געלט אז די קינדער טויגן נישט....

אז נישט קיין נחת פון די קינדער צוזאמען מיט די געלט....

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:54 am

· #48706
טאמער קומט די דיעל מיט אנ-לימיטעד רוח הקודש וואלט איך דאס גענומען, האבענדיג רוה"ק וועל איך שוין וויסן וואסערע דיסיזשענס צו מאכן סיי אין ביזנעס, און סיי אין חינוך.

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 11:57 am

· #48707
ס'דאך דא דריי כתר'ס (פינעף) , איז דא א טשענס פאר יעדע איינס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:57 pm

· #48724
קודם כל, מ'רעדט נישט פון "פרנסה", ביי אי-ה בעהט מען פאר עשירות.
נאכדעם כל, איך בעט שוין יארן אויף רוח הקודש, און דערווייל, וויזוי זאגט יענער, תפלה עושה מחצה, א "רוח" האבעך שוין באקומען, אויף "הקודש" ווארטעך נאך....
זעהט אויס אז ס'איז נישט אזוי פשוט ווי ס'שטייט אין מחזור... מען דארף אויך עפעס טון דערצו למעשה אז די אלע סגולות זאלן חל זיין...

בן תמליון » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:20 pm

· #48732
איינער זאגט מיר פונקט פאר נעילה, יעדער סוף כל סוף וואס פארפירט דא וויל איין זאך און דאס איז געלט ביי דעם הייבט זיך אן און ענדיקט זיך אלעס. זאג איך געלט דארף מען מיט נאך איין זאך. די מיינסט חאזעריי פרעגט ער? יא דאס מיין איך טאקע ענטפער איך. נישט ממש יעדער זאגט ער מיט א קוועטש.

בן תמליון » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:28 pm

· #48735
אגב זאגט מיר יענער ער האלט אז די גרעסטע כפרה אויפן זינד איז דאס זינדיקן אליין. זייער א יודיש ווארט מיין איך.

שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:37 pm

· #48740
בן תמליון
אגב זאגט מיר יענער ער האלט אז די גרעסטע כפרה אויפן זינד איז דאס זינדיקן אליין. זייער א יודיש ווארט מיין איך.

?? (הסבר ביטע)

בן תמליון » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:17 pm

· #48767
שמעקעדיג
בן תמליון
אגב זאגט מיר יענער ער האלט אז די גרעסטע כפרה אויפן זינד איז דאס זינדיקן אליין. זייער א יודיש ווארט מיין איך.

?? (הסבר ביטע)


אז מען דארף מסביר זיין פארלירט עס די חן, אבער זינדיקן פארן ממ"ה הקב"ה בעצמו איז דאס גרעסטע אפקומעניש פאר זיך אליין. נישט אזוי?

שעפטל » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 2:29 pm

· #48772
ס'איז נישט רוח הקודש, ס'איז עפעס השגת רוח הקודש, קוקט מיר מער אויס ווי צו פארשטיין ווער ס'האט רוח הקודש...

עניוועיס, ס'דא גענוג פאר אלע, איך האב קודם געבעטן פאר גוטע קינדער און דערנאך פאר עשירות

היסטאריקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:01 pm

· #48801
ר׳ שלמה הערש שטויבער האט געזאגט אמאל פורים ביים ב״מ זצ״ל׳ס טיש א גוט ווארט

לעבן אים איז געשטאנען א איד און זייער געוויינט זאגענדיג די תפלות, דער איד האט אים מסביר געווען אז רוה״ק איז נשט פאר אים, ער בעט נאר פאר גיטע קינדער און פרנסה.

האט אים רש״ה געזאגט, אינטערסאנט פאר גיטע קינדער וויינסטו יעצט און דאס איז עס, משא״כפרנסה ביסטו אויך פארנומען אגאנץ יאר

געפילטע פיש » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:10 pm

· #48810
בן תמליון
איינער זאגט מיר פונקט פאר נעילה, יעדער סוף כל סוף וואס פארפירט דא וויל איין זאך און דאס איז געלט ביי דעם הייבט זיך אן און ענדיקט זיך אלעס. זאג איך געלט דארף מען מיט נאך איין זאך. די מיינסט חאזעריי פרעגט ער? יא דאס מיין איך טאקע ענטפער איך. נישט ממש יעדער זאגט ער מיט א קוועטש.

סעפעס? אבי גערעדט. גיי צו צו עני אינגערמאן, פרעג עם ווען ער האט צוויי אפשענס, גוטע געזונטע קינדער אדער עשרות? יעדע באזעסענע אינגערמאן וועט ענטפערן גוטע קינדער, נישט אזוי?

פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 7:32 pm

· #48879
איך האב מיך אומגעקוקט אין שול. סאך מער מענטשען מורמלען ביי איה ווי ביי מפני חטאנו. סזאגט אביסל וועגען די עולם, עטליעסט ווי איך דאווען. הב הב הב

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 8:31 pm

· #48890
אפשר איז מיר איינער מסביר וואס ממאכט א ענין פון אט די סגולה. האט שוין איינער עפעס געזעהן אז סהעלפט די תפלה מער ווי א צווייטער?
סזענען דא טו8יזנטער סגולות אין ספרים אויף אלע מיני זאכן, אויך ימים נוראים למשל יש הבטחה ווער סזאגט אדון עולם ווערט זיינע תפלות גענפפערט, די זעלבע אויף עלינו לשבח און נאך פילע זאכן וואס זענען אנגעצייכנט אין די מחזורים.
לענ"ד ד אלא סגולות וואס שטייען אין אנגענומענע םפלעצער איז דרוש וקבל שכר וואס איז די ענין דערפון, אבער למעשה א סגולה וואס האט נישט קיין שום רעקארד פון ארבעטען, איז א שאד עס צו טוהן.

פערינא » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 9:36 pm

· #48901
זאג מיר א סגולה וואס מ'זעט אז ס'ארבייט חוץ געבען א זאפטיגע טיפ

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 10:08 pm

· #48908
אז סנישטא איז נישט. איך וייס נישט. איך טענה נאר אז מילא פראבירען זאגען הסברים אין אר"י למשל [בעל סגולת האי"ה] וכדו' פארוואס ער זאגט די סגולה און ואס איז דער ענין דערפון, דרוש וקבל שכר. מילא ענין התפלה באופן כללי, איז א מצווה און א אמונה צו גלייבען אז מזאל מתפלל זיין בעת צרה און אז תפלה העלפט אפילו מזעהט אפשר נישט אייביג. אבער די אלע סגולות איז נישט קיין שום חיוב צו גלייבען אז סארבעט, איא יא אנישט נישט. אלא מאי סשטייט אין אר"י, קען מען מעיין זיין פשט אין אר"י, אבער מאכן א עסק פון דעם מיט גאנצע ספקות וואס מכון זיין כאילו מקען נאר איינס נאר אזוי ארבעט די סגולה בשעת וואס סארבעט בכלל נישט, איז דאך א געלעכטער.

נאך א פשט » מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:39 pm

· #49050
איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פון איינע פון די צדיקים, ממילא בנים הגונים און רוח הקדש קען מען נאך פארשטיין ווי עס קומט אריין אין די תפלות ימים נוראים, אבער עשירות?! ווי קומט דאס אריין און די תפילות פון ימים נוראים?
האט ער ג'ענטפערט: ווען מען זאגט ווען נאר אז מען קען זיך אויסבעטען גוטע קינדער אדער רוח הקודש וואלט נישט געווען קיין חכמה, ווער קען נישט באשטיין צו האבן? אבער אז מען זאגט אז מען קען בעטען עשירות און אעפ"כ בעט מען אויף גוטע קינדער, דאס וייסט אז מען מיינט עס אמת'דיג.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 1:19 am

· #49088
פאראן דארט א תפלה אויף פגם הברית.

אברעמעל » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 10:01 am

· #49099
נאך א פשט
איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פון איינע פון די צדיקים, ממילא בנים הגונים און רוח הקדש קען מען נאך פארשטיין ווי עס קומט אריין אין די תפלות ימים נוראים, אבער עשירות?! ווי קומט דאס אריין און די תפילות פון ימים נוראים?

צו ענטפערן די תירוץ פרעגט מען עס בלשון קשיא, אבער באמת איז עס נישט אזוי שווער קוק וואס די כהן גדול האט געבעטן אין קדשי קדשים אין הייליגסטן טאג פון יאר.

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 11:19 am

· #49105
אברעמעל
נאך א פשט
איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פון איינע פון די צדיקים, ממילא בנים הגונים און רוח הקדש קען מען נאך פארשטיין ווי עס קומט אריין אין די תפלות ימים נוראים, אבער עשירות?! ווי קומט דאס אריין און די תפילות פון ימים נוראים?

צו ענטפערן די תירוץ פרעגט מען עס בלשון קשיא, אבער באמת איז עס נישט אזוי שווער, קוק וואס דער כהן גדול האט געבעטן אין קדשי קדשים אין הייליגסטן טאג פון יאר.


עס איז היינט א נייע וועלט. די תורה זאגט יורה ומלקוש, ואספת דגנך, ותירושך ויצהרך, ונתתי עשב בשדך, לבהמתך, ואכלת, ושבעת. פרעגט דער מכתב אליהו, ס'שטייט דאך אין אדם מת וחצי תאוותו בידו, וואספארא ברכות גיט אונז דא די תורה? עפעס וואס קען קיינמאל נישט מקוים ווערן בשלימות? אלא, נאר מוז זיין, שכר מצוה מצוה, מ'רעדט דא פון רוחניות, מצוה גוררת מצוה. איי גאנץ פרשת בחוקותי רעדט פון גשמיות'דיגע ברכות, דעס איז נאר לסבר את האוזן. די קללות, דעס בלייבט לויט פשוט פשט. וואס דען.

היינטיגע חסידים און זייער ברודער די ליטוואקעס אין ניו יארק וואלטן דיקטעידעד א גאנץ אנדערע טעקסט. עפעס וואס וואלט גערופן פאר שכר ועונש רילעיטעד צו וויפיל שעה רצופות זייער קינדער וועלן זיצען און לערנען אדער ווי גרויס זייער רבי'ס טישן וועלן זיין. מ'האט פארגעסן פון עם ישראל, ווער דארף דאס. יעדער וויל נאר בישועת היימישע, אנשי שלומינו.

כבס ביין לבושו, חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב, זאגן חז"ל ליין נישט לבן שנים, ליין ליבון שנים, גיב א שמייכל, זיי נישט אזא ערנסטער יונגערמאן, געב אביסל גוטע ענערדזשי פון דיך צו א צווייטען. ענדזשוי לייף. די לך באסור לך.

קלוג און יונג » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2012 12:54 am

· #49338
וןאס טוט זיך אויב איך וויל בעטן אויף אריכות ימים טאקע פונקט דעמאלט. פונקט ווען די בעל תפילה זאגט איה. דער אייבישטער זאגט נא, נישט יעצט פליז. יעצט קען מען נאר סעלעקטען איינס פון די דריי אפשענס. אריכות ימים איז קארענטלי אנעוועילעבעל!
ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס.
מ'געט א שמיר ארויף די ווארט סגולה, און אלעס גייט.
ס'איז קעגן די יסוד פון וואס תפילה באדייט, פאר די וואס קענען די סאבדזשעקט.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2012 1:22 am

· #49343
קלוג און יונג
וןאס טוט זיך אויב איך וויל בעטן אויף אריכות ימים טאקע פונקט דעמאלט. פונקט ווען די בעל תפילה זאגט איה. דער אייבישטער זאגט נא, נישט יעצט פליז. יעצט קען מען נאר סעלעקטען איינס פון די דריי אפשענס. אריכות ימים איז קארענטלי אנעוועילעבעל!
ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס.
מ'געט א שמיר ארויף די ווארט סגולה, און אלעס גייט.
ס'איז קעגן די יסוד פון וואס תפילה באדייט, פאר די וואס קענען די סאבדזשעקט.

א מין טענה אפשר פראוועסטו מארגן יום כופר?
דו פארשטייסט נישט אז סדא זמנים וואז זענען מסוגל?

קלוג און יונג » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2012 1:42 am

· #49347
נולד מאוחר
קלוג און יונג
וןאס טוט זיך אויב איך וויל בעטן אויף אריכות ימים טאקע פונקט דעמאלט. פונקט ווען די בעל תפילה זאגט איה. דער אייבישטער זאגט נא, נישט יעצט פליז. יעצט קען מען נאר סעלעקטען איינס פון די דריי אפשענס. אריכות ימים איז קארענטלי אנעוועילעבעל!
ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס.
מ'געט א שמיר ארויף די ווארט סגולה, און אלעס גייט.
ס'איז קעגן די יסוד פון וואס תפילה באדייט, פאר די וואס קענען די סאבדזשעקט.

א מין טענה אפשר פראוועסטו מארגן יום כופר?
דו פארשטייסט נישט אז ס'דא זמנים וואז זענען מסוגל?

ניין איך פארשטיי נישט.
קודם נניח אז ס'דא זמנים וואס זענען מער אדער ווייניגער מסוגל צו תפלה בכלל, מיינט נישט אז ס'מאכט סענס ס'זאל זיין א זמן ווען ס'איז מסוגל פאר א געוויסע צאל ענינים צו בעטן. אויב וויל מען אריינשטופן דע זאך וואס דו רופסט "ס'דא זמנים וואס זענען מסוגל" אין די הבנה פון סיי וועלכע קאנסעפט פון תפלה, וועט עס ארבעטן אויף בערך אזא וועג. ס'דא זמנים וואס דער מענטש איז מער מסוגל גוט צו בעטן, אדער גוט צו נאנט ווערן מיט דעם פון וועם ער בעט.
אבער אפילו די הנחה בין איך נישט קאנווינסד איז אמת. אין מיין אויגן איז די גאנצע יום כיפור מחזור א ריעקשאנערי קריעשאן.
דער אייבערשטער האט געזאגט 'כי ביום הזה יכפר עליכם', במילא ועניתם את נפשותיכם צו חרטה האבען אויף די זינד, פארשטיי מיר דאך אליין אז מקען אויסבעטן א זיס יאר. פארוואס?
(נישט די גאנצע מחזור, אבער די האלבע יא)
אויב פרעגסטו צו איך פארשטיי בכלל אז ס'דא אזא זאך ווי סגולות, איך פארשטיי עס נישט, אבער כ'ווייס ס'איז דא. ווילאנג ס'טשעפעט נישט קיינעם, מהיכי תיתי. אבער ווען ס'איז מתלוצץ אויפן יסוד פון תפלה צו גאט, דעס איז מיין אישו.

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2012 2:01 am

· #49350
איך זע נישט פארוואס סאיז אויפן חשבון פון תפילה.
קיינער זאגט נישט אז מען טאר נישט בעטען אויך עפעס אנדירש, סך הכל איז מער מסוגל פאר די זאכן.
דו ווילסט דווקא בעטן אויך אריכת ימים גא עהעד.דו מעגסט.
דרך אגב סאיז דא כמעט 10 מהלכים וואס און וויאזוי תפילה ארבעט אנגעהויבן ביי די ראשונים אראפ ביז רמחל חסידשע סםרים ביז רב קוק .פון וועלכע מהלך רעדסטו?