☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » וואס טוט מען מיט אן אומגעווינטשע לייק?

וואס טוט מען מיט אן אומגעווינטשע לייק?

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1973

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:10 pm

· #48474
וואס טוט מען מיט אן אומגעווינטשע לייק?
אן כופר האט מיר געלייקט וואס טוט מען. <!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/48218">viewtopic.php?p=48218#p48218</a><!-- l -->
איז דא אן הלכהדיגע פראבלעם צי עקסעפטן אן מתנה פון א מין?
סשמעק מיר נישט אז א כופר לייקט מיינע רייד. סאיז נישט קיין גוטע סימן.
זאל איך בעטען אז ער זאל זיך עס האלטן? איגנארען?

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:14 pm

· #48480
שרייב נישט עפעס וואס וועט אפילו נאר מספק געפעלן א כופר. וואס ס'איז שוין געטון איז אין להשיב... נעם דיך אונטער צו שרייבן נאר אויסגעהאלטענע זאכן. קענסט בעטן השם ער זאל פארמעקן דעם לייק, ענליך זעהט מען ווען א מענטש האט עובר געווען און געוואוינט מיט א גויטע און געהאט קינדער אויב טוט ער באמת תשובה נעמט דער אייבישטער אוועק יענע קינדער.

לעמיל » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:14 pm

· #48481
נעקסט טיים וואטש מער וואס דו שרייבסט

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:24 pm

· #48486
אזוי שלעכט האב איך געשריבען?

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:25 pm

· #48487
יא

villager » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:26 pm

· #48488
זייער פשוט, רעדאגיר דיין תגובה און שרייב אריין "שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד" און ער וועט עס גלייך אויסלייקן, אז נישט האט ער כאטש געלייקט השם אחד.

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:28 pm

· #48490
זר זהב
יא

פעקטשאל אדער אידשלעך?

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:29 pm

· #48492
פעקטועל בעיקר

לעמיל » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:31 pm

· #48496
נולד מאוחר
אזוי שלעכט האב איך געשריבן?

דו האסט נישט וועלנדיג געגעבן סיפוק פאר א כופר.

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:35 pm

· #48501
זר זהב
פעקטועל בעיקר

נא פעקטשאל איז דאך מותר.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:36 pm

· #48504
נישט אין אידישקייט ענינים

zurich » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:58 pm

· #48523
villager
זייער פשוט, רעדאגיר דיין תגובה און שרייב אריין "שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד" און ער וועט עס גלייך אויסלייקן, אז נישט האט ער כאטש געלייקט השם אחד.

האסט מיר אויסגעכאפט אקוראט דעיס געוואלט שרייבן.

נולד מאוחר » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 8:26 pm

· #48537
villager
זייער פשוט, רעדאגיר דיין תגובה און שרייב אריין "שמע ישראל ד' אלקינו ד' אחד" און ער וועט עס גלייך אויסלייקן, אז נישט האט ער כאטש געלייקט השם אחד.

ענדערש בלייב איך מיט א טריפנם לייק ,ווי איידער ער זאל מחלל שם זיין,מיטן אראפנעמן א לייק ציליב שמע ישראל.

קאמפיאטער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 9:26 pm

· #48623
איך האב אן עצה (עס איז מיר בייגעפאלען אינמיטן שמו"ע, יא נולד כ'האב געטראכט פין דיין פראבלעם אסאך), אבער מיר דארפן האבן די קאפעראציע פינעם עולם.
עס איז דא הלכה פין ביטל ברוב סא לאממיר אלע דא געבן א לייק פאר נולד מאוחר, אין די כופר וועט נישט וויסן ווי זיך אהין צי טין.


איך גיי טאקע גלייך מקיים פסק זיין (אפי' איך האב נאך קיינעם נישט געלייקט, גיי פרעג פארוואס? איך האב קיינמאל נישט געוואלט זיין די ערשטע.) אין דער עולם ווערט געבעטן ארויסציהעלפן אינזער חבר מיט זיין פראבלעם.

אין ביי דעי וועי האלט איך אז די האסט זייער גיט געזאגט אין דער כופר האט דיר נאר געלייקט ווייל ער האט זיך געפילט אזוי נישט אין פלאף אין יעדער וואס זעהט אויס אז ער האלט ווי אים איז ער העפפי אבער עניוועיס גיימער לייקן.

villager » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 10:22 pm

· #48634
דאס הייסט איך זאל לייקן א זאך וואס איך האלט נישט פון דעם? ער קען עס טוישן צו סיי וואס, אפילו לארעם איפסום איז גענוג.

yisroelotd » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 10:49 pm

· #48639
אנטשולדיגט!
למעלת כבוד ידידי היקר, נולד מאוחר הי"ו."ת הרמה, מאד כואב לי לראות שבלי דעת גרמתי לך חלישות הדעת, באמת לא התכוונתי לזה, ונא למחול לי.

און צו די אנדערע, איך וואלט קיינמאל נישט אראפגענומן א לייק פון שמע ישראל, פשוט אלס מיין רעספעקט פאר די עולם דא.
ואליבא דהלכתא אינה לחוש כלל לזה, שמותר לקבל מתנה מכופר כל עוד שאינו מתחזק מזה, דלא גרע ממיו
אחדשה"ט כראוי וכיאות לכ

villager » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:11 pm

· #48642
אוי ישראלי'קל דיין auto correct איז דאך אזוי פאררוקט, כ'מיין מ'קען עס דיסעיבלען ביי די סעטטינג'ס.

קענסט דיר פארשטעלן וויאזוי די וועלט וואלט אויסגעקוקט ווען אלעס איז אויף auto?

zurich » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:23 pm

· #48645
yisroelotd
למעלת כבוד ידידי היקר, נולד מאוחר הי"ו."ת הרמה, מאד כואב לי לראות שבלי דעת גרמתי לך חלישות הדעת, באמת לא התכוונתי לזה, ונא למחול לי.

און צו די אנדערע, איך וואלט קיינמאל נישט אראפגענומן א לייק פון שמע ישראל, פשוט אלס מיין רעספעקט פאר די עולם דא.

דאס איז טאקע די איינצוגסטע סיבה?
און וואס איז מיט רעספעקט פארן אייבערשטען?

נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:39 pm

· #48646
קאמפיאטער
איך האב אן עצה (עס איז מיר בייגעפאלען אינמיטן שמו"ע, יא נולד כ'האב געטראכט פין דיין פראבלעם אסאך), אבער מיר דארפן האבן די קאפעראציע פינעם עולם.
עס איז דא הלכה פין ביטל ברוב סא לאממיר אלע דא געבן א לייק פאר נולד מאוחר, אין די כופר וועט נישט וויסן ווי זיך אהין צי טין.


איך גיי טאקע גלייך מקיים פסק זיין (אפי' איך האב נאך קיינעם נישט געלייקט, גיי פרעג פארוואס? איך האב קיינמאל נישט געוואלט זיין די ערשטע.) אין דער עולם ווערט געבעטן ארויסציהעלפן אינזער חבר מיט זיין פראבלעם.

אין ביי דעי וועי האלט איך אז די האסט זייער גיט געזאגט אין דער כופר האט דיר נאר געלייקט ווייל ער האט זיך געפילט אזוי נישט אין פלאף אין יעדער וואס זעהט אויס אז ער האלט ווי אים איז ער העפפי אבער עניוועיס גיימער לייקן.

דאכט זיך ביי זאלכע הארבע זאכן העלפט נישט הלכות ביטל. אזוי האט מען געפסקנט ביי זי שייטל פרשה.
עניוועס כדאנק דיר פאר מיר אינזין האבן ביים דאווענן אין אזא דערהויבנע טאג.

villager » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:43 pm

· #48648
zurich
yisroelotd
למעלת כבוד ידידי היקר, נולד מאוחר הי"ו."ת הרמה, מאד כואב לי לראות שבלי דעת גרמתי לך חלישות הדעת, באמת לא התכוונתי לזה, ונא למחול לי.

און צו די אנדערע, איך וואלט קיינמאל נישט אראפגענומן א לייק פון שמע ישראל, פשוט אלס מיין רעספעקט פאר די עולם דא.

דאס איז טאקע די איינצוגסטע סיבה?
און וואס איז מיט רעספעקט פארן אייבערשטען?


גלייבט ער דאך נישט במציאות אלקים ל"ע וויאזוי ווילסטו ער זאל האבן רעספעקט פאר א זאך וואס ער גלייבט נישט?

אגב איז אינטרעסאנט אנצומערקן ווערטער פונעם בריסקער רב ז"ל (בית הלוי): מי שפג לבו מלהאמין אין לו רפואה בידי אדם, דכל מה שירבה חברו להתווכח עמו להחזירו לאמונה לא יועיל כלל, דהרי כל סוף ההוכחות והראיות מוכרח לבוא לאמונה".

נאך אלעם איז אמונה א מתנה, אויב איינער איז מחליט נישט צו גלייבן איז ער אין בעד בעד שעיפ פאר די רעסט אוו היס לייף, נאר השי"ת קען אים היילן, זאל טאקע השי"ת רחמנות האבן אויף אלע פארבלאנדזשעטע מוחות, וילמדו תועים בינה במהרה בימינו.

נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 3:43 am

· #48677
yisroelotd
למעלת כבוד ידידי היקר, נולד מאוחר הי"ו."ת הרמה, מאד כואב לי לראות שבלי דעת גרמתי לך חלישות הדעת, באמת לא התכוונתי לזה, ונא למחול לי.

און צו די אנדערע, איך וואלט קיינמאל נישט אראפגענומן א לייק פון שמע ישראל, פשוט אלס מיין רעספעקט פאר די עולם דא.
ואליבא דהלכתא אינה לחוש כלל לזה, שמותר לקבל מתנה מכופר כל עוד שאינו מתחזק מזה, דלא גרע ממיו
אחדשה"ט כראוי וכיאות לכ

איך האב נעכטען יעדעם מוחל געווען.
מיט דיין בעטן מחילה האבן מיר דרך אגב א משל פאר די נושאמארל אן ריליגיע
Just in caseשמע ישראל .......

טאמבל סאס » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2013 11:59 pm

· #171276
איך וואונדער מיר צו ס'איז דא אזעלכע וואס פארגינען עמיצן א לייק פאר א געוויסע תגובה, אבער שעמען זיך וואס אנדערע וועלן זאגן, 'נו, ס'פאסט נישט. לייקן זיי אן אנדערע לעצטיגען תגובה יענעמ'ס, ווי כאילו אים צו ווינקען "האלאוי דו כאפסט דעם רמז איא?

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 29, 2013 12:18 am

· #171283
אז מען לייקט מיט די ריכטיגע כוונות אין תקלה בא על ידו.