☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טשולענט נאך די סעודה פרייטאג צונאכטס

טשולענט נאך די סעודה פרייטאג צונאכטס

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1970

איך זאג דיר » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 3:15 am

· #48390
טשולענט נאך די סעודה פרייטאג צונאכטס
ס'איז דא מענטשן וואס ערלויבן זיך פרייטג צונאכטס צו עסן א טעלער טשולענט נאך די סעודה לפי דעתי העניה איז דאס א זאך וואס ברויך א הסבר ווייל ס'איז נישט צום פארשטיין וויאזוי א נארמאלער מענטש זאל קענען אריינרוקן א טעלער פעטע טשולענט נאך וואס ער האט זיך אנגע'אכל'ט מיט א סעודה פון כל טוב און גארנישט ארויס געלאזט, פיש מיט כלערליי דיפס, מאיאנעיז, כריין, מאסטערד, נאכדעם א טעללער זופ מיט קניידלעך, מאנדלעך, עטלכע ערליי קוגלען, פערפל, פלייש מיט פיקל צו די זייט, קאמפאט, און אלע מינים דזשוסעס, אראנדזש, עפעל, פאנטש, יו נעים איט, און יא, פארגעסן, כמעט א גאנצע נארוואס אפגעבאקענע פיינע היימישע חלה פון אויוון ארויס, און דאס איז שוין נאך א טועמיה כדבעי מיט עטליכע קאלטע גלעזלך סעלצער, אזוי ס'זאל זיך בלאזן און פייפן אז ס'זאל גיין א רויעך אויפן וועג צום שול,

על המחיה » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 7:42 am

· #48394
די נשמה יתירה פאדערט זיינס -- און מיט רעכט 😮

No_name » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 9:27 am

· #48398
גלייב מיר ס׳איז מיר אויך א וואונדער, און דער וואונדער הויבט זיך נישט אן דארט, איך פארשטיי נישט וויאזוי נאכן אריינרוקן א האלבע ראפאגאש בארכע מיט א גרויסן שטיק פיש מיט כל מיני דיפס, וויאזוי דער זופ גליטשט זיך אזוי סמוד אראפ.
נאר וואס דען ס׳מוז זיין אז דער נשמה יתירה האט א האנט דערין, והא ראיה ביז מוצ״ש עסט מען נאן סטאפ, און וויבאלד ס׳ווערט נאר דער זמן הויבט אלעס אן דריקן אויפן מאגן

קרעקער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 9:43 am

· #48401
סאיז דא וואס זענען מקפיד צו עסן טשולענט דאנערשטאג נאכט אלס ליל שישי
פרייטאג אויף טועמיה
פרייטיג צו נאכטס ווי געשמיסט
שבת צופרי
מוצאי אויף מלוה מלכהאון זינטאג אלס שריים פין שבת

gehlungen » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 9:45 am

· #48402
איך זאג דיר
ס'איז דא מענטשן וואס ערלויבן זיך פרייטג צונאכטס צו עסן א טעלער טשולענט נאך די סעודה לפי דעתי העניה איז דאס א זאך וואס ברויך א הסבר ווייל ס'איז נישט צום פארשטיין וויאזוי א נארמאלער מענטש זאל קענען אריינרוקן א טעלער פעטע טשולענט נאך וואס ער האט זיך אנגע'אכל'ט מיט א סעודה פון כל טוב און גארנישט ארויס געלאזט, פיש מיט כלערליי דיפס, מאיאנעיז, כריין, מאסטערד, נאכדעם א טעללער זופ מיט קניידלעך, מאנדלעך, עטלכע ערליי קוגלען, פערפל, פלייש מיט פיקל צו די זייט, קאמפאט, און אלע מינים דזשוסעס, אראנדזש, עפעל, פאנטש, יו נעים איט, און יא, פארגעסן, כמעט א גאנצע נארוואס אפגעבאקענע פיינע היימישע חלה פון אויוון ארויס, און דאס איז שוין נאך א טועמיה כדבעי מיט עטליכע קאלטע גלעזלך סעלצער, אזוי ס'זאל זיך בלאזן און פייפן אז ס'זאל גיין א רויעך אויפן וועג צום שול,
I really don't think a lot of people do that. I think its a BUCHERISHEH thing to do !!!!

פערינא » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 9:50 am

· #48403
יעצט פארשטיי איך פארוואס טאשע רבי עסט טשולענט ביי שלש סעודה. סתם אזוי ווערט דאך געברענגט אין די פוסקים זיך נישט אנצעפרעסען שבת, נאר מזאל אלץ אינזין האבן די נעקסטע סעודה, עס זאל נישט זיין קיין אכילה גסה. נא, אז טשולענט איז פון די רווחה לבסומי שכוחה ווער וויל עסען טונא.

טאקע א מסירת נפש פאר אידישקייט.

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:02 am

· #48410
קרעקער
סאיז דא וואס זענען מקפיד צו עסן טשולענט דאנערשטאג נאכט אלס ליל שישי
פרייטאג אויף טועמיה
פרייטיג צו נאכטס ווי געשמיסט
שבת צופרי
מוצאי אויף מלוה מלכהאון זינטאג אלס שריים פין שבת

גענוי צוגעטראפען צו מנהגי בקודש, די הרבנית קאכט מער באנדלעך פאר זונטאג נאכטמאהל, זי איז זיך מחי' מיט דעם מהלך.
פרייטאג צו נאכט א האלבע שעה נאך דער סעודה, (אדער ווען איך גיי ארויס פון שטוב איז איז ווען כ'קום צוריק), ווען דער טיש איז שוין שיין און ריין אנגעגרייט פאר דער נעקסטע סעודה, זעצט מען זיך צום מעמד אכילת טשאלענט, דער טשולענט פון פרייטאג צו נאכטס איז אינגאנצען אנדערש ווי שבת בייטאג. אוי מ'עסט דאס צו מיט א פלעשל ביער, ווען בשעת מעשה לערנט מה שלבו חפץ, אזא סארט עוה"ב אלץ מיט ערד'ישע זאכען, אוי זענען מיר מעלה דעם גשמיות צו רוחניות.

למעשה ביי מיר גייט עס אזוי:
דאנערשטאג נאכט א געקויפטע טשאלנט
פרייטאג צונאכטס א זענען די באנדלעך נאך עטוואס הארט (אזוי האב איך עס ליב)
שבת צופרי מצטמק ויפה לו
זונטאג א 'איבערגענעכטיגע' טשאלענט

gehlungen » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:07 am

· #48413
דולה ומשקה

I can make your whole drushe "kurtz & sharf" sunday I eat the shrayim from shabbes. Lol

צוקער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:43 am

· #48420
כ'האלט זאלסט עפענען א אשכול בנושא וויאזוי קען א נארמאלער מענטש נאך 1, 2, 3, 4, 5, 6, 7, 8 געזונטע שעה'ן שלאפן, זיך צוריקדרייען אויפן אנדערן זייט מיט א חיבוק ונישוק אינעם קישן אריין און ציען ווייטער די ענדלאזע חלומות פאר נאך עטליכע שעה...

אוי טאטי » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:46 am

· #48423
און היבש א חלק אידן פארגעסן נישט פונעם טשולענט פארן מקוה ערש׳ק, בשעתן לייענען דעם דבר יום ביומו/ גוט שבת..

צוקער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:50 am

· #48427
אוי טאטי
און היבש א חלק אידן פארגעסן נישט פונעם טשולענט פארן מקוה ערש׳ק, בשעתן לייענען דעם דבר יום ביומו/ גוט שבת..

בשעת'ן ליינען די יודישע טעגליכע פאפירן איז א ענין צו זיצן אויפן האלצערנעם מקוה באנק און ציפן מיט באהאלטענע כעס די עקשנות'דיגע שטיקער הויט וואס ווערן פריש געבוירן יעדע נאכט...

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:57 pm

· #48522
איך זאג דיר
ס'איז דא מענטשן וואס ערלויבן זיך פרייטג צונאכטס צו עסן א טעלער טשולענט נאך די סעודה לפי דעתי העניה איז דאס א זאך וואס ברויך א הסבר ווייל ס'איז נישט צום פארשטיין וויאזוי א נארמאלער מענטש זאל קענען אריינרוקן א טעלער פעטע טשולענט נאך וואס ער האט זיך אנגע'אכל'ט מיט א סעודה פון כל טוב און גארנישט ארויס געלאזט, פיש מיט כלערליי דיפס, מאיאנעיז, כריין, מאסטערד, נאכדעם א טעללער זופ מיט קניידלעך, מאנדלעך, עטלכע ערליי קוגלען, פערפל, פלייש מיט פיקל צו די זייט, קאמפאט, און אלע מינים דזשוסעס, אראנדזש, עפעל, פאנטש, יו נעים איט, און יא, פארגעסן, כמעט א גאנצע נארוואס אפגעבאקענע פיינע היימישע חלה פון אויוון ארויס, און דאס איז שוין נאך א טועמיה כדבעי מיט עטליכע קאלטע גלעזלך סעלצער

איך האב נישט אזא גרויסן מאגן, איך עס כמעט נישט קיין דיפס, קניידלעך איז נאר לכבוד יו"ט, פשוט'ע פלייש און בלויז פאטעיטא קוגל און פערפל, און אויך נאר א טראפעלע דערפון, דזשוסעס מאן דכר שמיה (חוץ גרעיפ דזשוס), און הערשט בין איך אנגעשטאפט, טשולענט איז נאר פאר צופרי ביי מיר.

פויער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 8:47 pm

· #48538
כשם שאין פרצופיתיהן שוות כך אין דעתותיהן וטבוריתיהן שוות...
ס'איז באקאנט וואס א דאקטער האט אמאל געזאגט פאר א איד וואס איז זיך געקומען אפרעדן אויף מאגן ברענעריי אויף א זונטאג נאכמיטאג, נעם א פלאש, ווארף אריין דערין, חלה, פיש, טאמעיטע דיפ, חריין, חומאס, באבאגנוש, עמעינעיז, דילל, זופ, לאקשן, רעטעך, בונדלעך, פלייש, פערפל, קוגל, וויין, ברוינפן, ביר, הערינג, קיכעלעך, אייער, צוויבל, לעבער, גאלע, פעפפער, סאלאמי, פצעי, טשולענט, קוגל, קנעטענע קוגל, סאדע, אא"וו, שאקל עס גוט אויף און לייג עס אונטערן דאכענע פאר אפאר שעה... אזוי קוקט דיין מאגן אויס איצטערט!
וכגון דא נאמר: ווער קען אפשאצן א אידישע קישקע...

גוטזאגער » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2012 1:02 am

· #48558
א פרייע דאקטער האט מיר אמאל געזאגט אז ער מוז גלייבען אין תחיית המתים ווייל ער זעט ווי נאך א גאנצע שבת צופרי סעודה ווי מען האט אריינגערוקט די אלע א.ד. מטעמים און מיט אזא אנגעפילטע קיבה לייגט מען זיך אריין אין בעט אין מען קען נאך אויפשטיין מוז זיין אז עס איז דא אזא מושג פון תחיית המתים

איחוד פעלד » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2012 11:52 pm

· #48656
דער חילוק פין א בחור און אינגערמאן.
א בחור עסט טשולענט דאנערשטאג פרייטאג שבת, א אינגערמאן שבת זונטאג מאנטאג.

יהושע חיים » מיטוואך אקטאבער 3, 2012 4:54 pm

· #49276
מ'זאגט נאך פון "חצי נזק" דער טעם פארוואס מען זאגט אום זיממער שבתים נאך מיטאג כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא וואס איז מיט דער גמרא סנהדרן דער וואס גלייבט נישט און תחיית המתים איז אין לו חלק לעולם הבא
וי"ל פירט ער אויס אז וועגן דעם זאגט מען עס דייקא שבת נאכמיטאג נאך אזא סעודה און דרימל קען מען זיך דערהייבן און קימן לערנען פרקי אבות קען מען נישט זיין קיין כופר בתחיית המתים איז דעמלס א צייט וואס פאסט זיך צו זאגן "כל" ישראל יש להם חלק לעולם הבא ודפח"ח