☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ר"ח חשון קומט פאר סאטמארע רבי'ס (ומסב"ג) ערשטע אייניקל חתונה

ר"ח חשון קומט פאר סאטמארע רבי'ס (ומסב"ג) ערשטע אייניקל חתונה

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1962

sefish » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 1:18 pm

· #48144
ר"ח חשון קומט פאר סאטמארע רבי'ס (ומסב"ג) ערשטע אייניקל חתונה
סאטמערער חסידים גרייטן זיך צו די גרויסע חתונה, די ערשטע חתונה פונעם רבי'נס אייניקל. ס'גייט פארקומען אין איינע פון די גרויסע זאלן אינעם ברוקלין נעיווי יארד. דעם רבי'ס איידעם ר' יצחק ראזענבערגער וועט פירן זיין זון אונטערן חופה מיט בת הרב אנשיל שעהר אב"ד קלעסאן, איידעם פון הגה"צ אב"ד סי-געיט.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:28 pm

· #48196
ווי אזוי גרייטן זיי זיך?..

אגב, איז שוין דא א אשכול וואו מען באשרייבט שמחות בבית צדיקים. עס פעלט נישט אויס צו עפענען עקסטערע אשכולות פאר יעדע שמחה.
א חוץ אויב דיין כוונה איז נישט געעוען די שמחה, נאר די נייעס אז "מען גרייט זיך".. 🙄

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:33 pm

· #48198
איז יענער אשכול אין צימעס?

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:38 pm

· #48200
יא, פארוואס פרעגסטו? קליק אויף מיין לינק און איבערצייג זיך אליינס, סיאינג איז בעליווינג!..

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:41 pm

· #48202
ווייל פריער האביך נישט באמערקט דיין לינק, יעצט האסטע צוגעלייגט א ליין

gehlungen » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:16 pm

· #48310
sefish
סאטמערער חסידים גרייטן זיך צו די גרויסע חתונה, די ערשטע חתונה פונעם רבי'נס אייניקל. ס'גייט פארקומען אין איינע פון די גרויסע זאלן אינעם ברוקלין נעיווי יארד. דעם רבי'ס איידעם ר' יצחק ראזענבערגער וועט פירן זיין זון אונטערן חופה מיט בת הרב אנשיל שעהר אב"ד קלעסאן, איידעם פון הגה"צ אב"ד סי-געיט.

But why is this in TZIMES? Anything & everything has to be politics ??