☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דאס יאר פארברענט נישט די חמץ, גיט עס פאר די האומלעס

דאס יאר פארברענט נישט די חמץ, גיט עס פאר די האומלעס

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #196

יידל » פרייטאג מערץ 16, 2012 11:04 am

· #1717
דאס יאר פארברענט נישט די חמץ, גיט עס פאר די האומלעס
<a class="postlink" href="http://blogs.timesofisrael.com/this-year-lets-get-rid-of-our-hametz-at-levinsky-park/">http://blogs.timesofisrael.com/this-yea ... nsky-park/</a>
וואס איז די מעשה מיט די חברה? קודם רופן זיי נישט צו שלאגן כפרות צוליב צער בעלי חיים, דערנאך שרייען זיי נישט צו מאכן מציצה בפה וועגן די סכנה, און יעצט מיט די נישט פארברענען חמץ ווייל ס'איז אן ענווייראמענטאלע העזערד, נאר עס געבן פאר די גוי'אישע האומלעס... איי, וואס איז מיט לא תחנם? נעווער מיינד...

געפילטע פיש » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:12 pm

· #1727
Re: דאס יאר פארברענט נישט די חמץ, גיט עס פאר די האומלעס
נישט קיין שלעכטע פלאן, יעדע קהילה וואס אויפזוכן א מהודרדיגע האומלעס און עם דערלאנגען יעדנ'ס לאקשען און אייער קיכלעך, איי דער כל חמירא? פארדעם העט מען איבערלאזן די צען ברעקלעך. אלס'ן פראבלעם פון לא תחנם קען מען שוין מקנה זיין די חמץ צום גוי ביום הפורים ווען ס'חל די כל הפושט יד, אפילו די שלעכטע גוים, בשעת'ן געבן מתנות לאביונים וועט מען קענען אויפהייבן א גארטל (נ"א טאשנטוכל) און מאכן א קנין, ס'דאך זכין לאדם שלא בפניו.

amechiya » פרייטאג מערץ 16, 2012 12:17 pm

· #1730
Re: דאס יאר פארברענט נישט די חמץ, גיט עס פאר די האומלעס
גאר א גוטע פלאן, אינטערסאנט עס איז נישט בייגעפאלן פאר רבי עקיבא איגר...

וועלכע נוסח "כל חמירא" דארף מען זאגן???...

_________________

ערנסט גערעדט, אז דו האסט אסאך חמץ, פארוואס געבן פאר א גוי ער"פ? קענסט עס געבן פאר א איד א וואך פאר פסח!

איך מאך איבערן יאר גרויסע קוואנטומס פאר נאכטמאל, וואס מען לייגט אוועק אין פריזער. דריי וואכן פאר פסח מאכט מען א חשבון וויפיל מען האט, די איבריגע וואס גייט עפ"י חשבון נישט אויס גיין פאר פסח, רופט מען אן ביקור חולים און זיי פיקען עס אויף.

פאר שריפת חמץ לאזט מען בלויז איבער די צען ברעקעלעך און די לולב און וואס מען טרעפט ביי בדיקת חמץ. איך גלייב נישט אז א הונגעריגע גוי דארף איינע פון די זאכן.

יידל » מאנטאג מערץ 19, 2012 1:54 pm

· #2046
Re: דאס יאר פארברענט נישט די חמץ, גיט עס פאר די האומלעס
אדרבה: <a class="postlink" href="http://adderabbi.blogspot.com/2012/03/occupy-biur-hametz.html?utm_source=feedburner&utm_medium=feed&utm_campaign=Feed%3A+blogspot%2Fadderabbi+%28On+The+Contrary%29">http://adderabbi.blogspot.com/2012/03/o ... ontrary%29</a>

amechiya » מאנטאג מערץ 19, 2012 6:23 pm

· #2073
Re: דאס יאר פארברענט נישט די חמץ, גיט עס פאר די האומלעס
איין פראבלעם... מעיאר בלומענבערג איז נישט מסכים צו געבן שיריים פאר די האומלעס, אפשר איז עס ח"ו צו געזאלצן...

<a class="postlink" href="http://www.nypost.com/p/news/opinion/opedcolumnists/no_kugel_for_you_N4VuTrqavfOiApSHngxuMJ#ixzz1pbRnaEOe">http://www.nypost.com/p/news/opinion/op ... z1pbRnaEOe</a>

ניו יארקער ווערן מער באזאלצן דורך בלומבערג, ווי דורך זאלץ...