☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » אשכול אן א טיטל #1957

אשכול אן א טיטל #1957

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1957

— » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:03 pm

· #47953

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

געפילטע פיש » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 10:45 pm

· #47972
איך נוץ Microsoft Security Essentials אויף מיין פערסענאל קאמפיוטער, איך ווייס נישט אויב ס'איז די בעסטע, אבער ס'לאזט צורוה, אן קיין פאפ אפס, און אנאנסירט נישט יעדע מאל ער אפ-דעיט זיך.ווילאנג דו האסט נישט קיין פראבלעמען וויסטו אפילו נישט אז ער איז דארט.

חכם מחוכם » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:20 pm

· #48001
AVG האט א פרי פראגרעם , די internet security קאסט געלט אבער דאס נישט

משה רוקח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:47 am

· #48066
MSE is probably the best free anti-virus. But you must have a legal copy of Windows in order it should work.
AVG is a good anti-virus but is very heavy and slows down your computer as well as it makes you crazy with stupid notifications.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:41 am

· #48114
ס'איז פאראן נאך 2 פרייע פראגראמען
avira
avast
מאך א סוירטש אויף גוגל און דו וועסט תיכף אנקומען דערצו.

משה רוקח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:46 am

· #48119
איך נוץ טאקע עוועסט.
ס'איז זייער א לייכטע פראגראם און גרינג צו נוצן.

דבילה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:05 pm

· #48206
משה רוקח
איך נוץ טאקע עוועסט.
ס'איז זייער א לייכטע פראגראם און גרינג צו נוצן.


גם אני בחלומי. אוואסט איז לייכט און געשמאק. הגם ס'פריי פארלאנגט ער רעגיסטראציע. דער באצאלטע ווערסיע איז נאך פיל שטערקער און בעסער און ס'קאסט נישט קיין סאך.

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:16 pm

· #48268
און וואס נוצטו בהקיץ?

משה רוקח » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 9:49 pm

· #48303
בהקיץ נוצט מען דעם קאפ נישט אנצונעמען קיין USBs פון קיין צווייטן און נישט באזוכן קיין וועבסייטס וואס האבן אין זיך אלע וויירוסעס.
איך האב שוין נישט געהאט קיין וויירוס אויף מיינע קאמפיוטערס פאר איבער זעקס יאר (מיין אנטי וויירוס האט אויך גארנישט געדארפט אפשטעלן).

געפילטע פיש » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:36 pm

· #48321
יא, גערעכט, איך האב אויך נאכנישט געהאט קיין מרעין בישין אויף מיין קאמפיוטער, אז מ'פאסט אויף וואו מ'גייט, און וואס מ'נעמט אריין אין מויל (USB port) קומט מען נישט צו קיין מכשולות.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:54 pm

· #48333
וכן אני נוהג. שוין נישט געהאט די צרות גאר א לאנגע צייט, ה' זאל העלפן ווייטער.
אויפן קאמפיוטער בין איך זייער נעטורעל מיינדעד. אינדערהיים ביי מיר רוק איך פעטע סאפערס און ליידער ווייניג פרוכט און וויייניג עקסערזסייז.