פארלוירענער אידישער טינעידזשער אפגעפונען ב"ה
געזונט און פריש אין די בראנקס...
<a class="postlink" href="http://www.thejewishweek.com/news/breaking-news/missing-student-caroline-starkman-reportedly-found-alive-bronx">http://www.thejewishweek.com/news/break ... live-bronx</a>
גוטע נייעס
זעה מאור עינים פרשת ויצא, אז איינער וואס איז מבשר גוטע בשורות, באקומט א ניצוץ פון אליהו הנביא.
נו, האמיר דא אליהו הנביא מיט א זר זהב!
ברוך השם! ענדליך הערט מען שוין א גוטע נייעס דאס יאר!
איצט וועט מען נעמען גוטע נייעס אפילו ס'נישט פון אונזער קאמיוניטי........
וואלסט נישט געטרויערט ווען ס'געשעהט ווען א צרה ביי אן אנדערע קאמיוניטי?
ווייל ער האט אן אנדערן זיפ קאוד מעג ער ליידן ח"ו?
כאב געלייגט טויזענט פונטליך פאר א ריזען
זר זהבכאב געלייגט טויזענט פונטליך פאר א ריזען
יעדע ליצנות האט עפעס אן אמת אין זיך! (אריין אין פסיכאלאגישע אשכול 😛 )
דער אמת איז אז ווען א טראגעדיע פאסירט איז דער צער ביי ביידע אייניג, עכ"פ ביי מיר. א דוגמה איז דער ביטערע עקסידענט פארגאנגענע וואך אין איסט בראנזוויק ניו דזשערזי וואו א מידל עידזש מאן און ווייב זענען געשטארבן פון א ווילדן דרייווער אהיימגייענדיג פון שול. דער צער אינישט מיט קיין טראפ ווייניגער ווי אויב ס'געשעט ווען מיט עני אנדערע איד.
ביי גוטע נייעס אין דזשענרעל איז אבער א חילוק. היימיש איז מער נאנט צום הארץ.
האסטע אומזיסט געשריגן אויף מיר
שוין יארן וואס איך האב מיך נישט געהויבן מיין קול אויף א צווייטן.
און אפילו יא, ביזטו זיך אליין שולדיג, האסט דיך נישט גוט ארויסגעברענגט.
געהערט א גוט ווארט פון ר' בערל טויבער:
מיטפילן מיט יענעמס צער איז א סאך גרינגער ווי זיך מיטפרייען מיט יענעמס שמחה... ווען איינער קומט אהיים און ס'ווייב זאגט אים די האסט געהערט? יענע און יענע שכן איז ל"ע דייאגנעזירט געווארן מיט יענע מעשה ל"ע!!! ער ווערט אויס מענטש, אבער עס גייט אריבער אפאר מינוט און זעצט זיך צום טעלער און ער עסט א פיינעם נאכטמאל און אלעס איז פיין. משא"כ ווען איינער קומט אהיים און ס'ווייב זאגט אים די האסט געהערט? יענע און יענע שכן האט געווינען א מיליאן דאלער!! ער פרייט זיך זייער שטארק ער זעצט זיך צום טיש און.... מ'קען נישט עסן...
זר זהבגעזונט און פריש אין די בראנקס...
<a class="postlink" href="http://www.thejewishweek.com/news/breaking-news/missing-student-caroline-starkman-reportedly-found-alive-bronx">http://www.thejewishweek.com/news/break ... live-bronx</a>
האסט געליינט דעם ארטיקל? ס'שמעקט עפעס זייער מאדנע.